היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שמחה בבית כ''ק מרן הגה''ק מסאטמאר שליט''א מהר''יי

שמחה בבית כ''ק מרן הגה''ק מסאטמאר שליט''א מהר''יי

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2650817

העלד » 1/7/2009 22:31

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
 מיט גרויס פרייד האבן די טויזענטער סאטמארע חסידים  אויפגענומען די פרייליכע
ידיעה אז עס איז געבוירן געווארן א בן זכר בבית חדב''ן הגה''צ רבי אלחנן חיים פילאפף שליט''א
 בן כ''ק הגאון האדיר פוסק הדור רבי יקותיאל יהודא פילאפף שליט''א דער שלום זכר וועט
פארקומען אין מחנה דברי יואל ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט'א ווי עס ווערט אויך
ערווארטעט דער גרויסער זיידע הגאון חבר הבד''ץ שליט''א.

ווערץ » 1/7/2009 22:50

כ'קען מיך נישט סטאפען צו פרייען

העלד » 12/7/2009 08:07

גילה אחר גילה
די וואך איז פארגעקומען די  שמחת השלום זכר לרגל די שמחה בבית חדב''ן הגה''צ
רבי אלטר גלאנץ שליט''א ביי שלחן הטהור פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין מחנה דברי יואל.

וויאזוי זאגט נפתלי משה אזא צייט?
שישו ושמחו בשמחת רבינו

פארשטיי » 13/7/2009 17:07

איך מיין א ר' ווערץ'ס ווערסיע וואלט דא געוווען מער פאסיג!

יו!!!!!!!כ'קען מיך נישט סטאפען צו פרייען!!!!!!!

העלד » 1/9/2009 22:32

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

סאטמארע חסידים אומעטום נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה פונעם געבורט פון א בן זכר בבית הגה''צ
רבי חי''ל טייטלבוים שליט''א בן כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וחתן הגה''צ רבי ברוך נתן הלברשטאם שליט''א

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו!

rebyankel » 2/9/2009 00:04

אויב ביזטו אזוי פרייליך מיט די גרויסע שמחה פארוואס שרייבסטו נישט די גרויסע נייעס אין ענקער פארום?

צביהירש » 2/9/2009 00:15

וועלכע פארום הייסט ביי דעם ציבור "ענקער"?

בלעקבערי » 2/9/2009 02:44

צביקא פון וועלעכע ציבור רעדסטו?

העלד » 11/11/2009 20:53

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

עס איז געבוירן געווארן א מיידעלע בבית הגה''צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט''א
חדב''ן כ''ק אדמו''ר הגה''ק  שליט''א ובן הגה''צ רבי ליפא טייטלבוים שליט''א

עס איז נאכנישט קלאר צו דער רבי שליט''א וועט אריינקומען אויף שב''ק לרגל די קידושא רבא
אדער בלייבן אין מחנה דברי יואל ווי דער רבי שליט''א וויילט יעצט פאר אפרוה

rebyankel » 11/11/2009 21:11

מזל טוב! 

די ארונים אין זאלונים זענען איינשטימיג:
בליייבט ביטע דארט, אלעס איז ב''ה אין ארעדנונג ווי ביז יעצט
אויב מעגליך נעמט אהין נאך אפאר דערביטערטע

מ'זעהט טאקע זייט ער איז דארט, האט מען שוין באוויזען צו עפנען א נייע פארום, אין מ'פירקעלט עס אן יעדע פאר מיניט
אבי ער האט וואס צו טוהן.



תוקן על ידי rebyankel ב- 11/11/2009 21:15:01

שכלדיג » 11/11/2009 21:35


יענקעלע יענקעלע וואס באדערט דיר די אפרוה אדער די שמחה ?