היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אבאמא: זילעיע איז לעגאלער פרעזידענט אין האנדוראס

אבאמא: זילעיע איז לעגאלער פרעזידענט אין האנדוראס

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2649403

אפשר_דאך » 30/6/2009 00:47

פרעזידענט אבאמא האט זיך עפנטליך געשטעלט אויף די זייט פונעם לעגאל ערוויילטן פרעזידענט פון האנדוראס, מאנועל זילעיע, און ערקלערט אז דער מיליטערישער מאכט פארכאפונג איז א שריט קעגן דעמאקראטיע, און אז זילעיע איז ווייטער אנערקענטער פרעזידענט פונעם לאנד.

אבאמא האט דא ווידער געטראפן א געמיינזאמע שפראך מיט זיין 'גוטן פריינט' היוגא טשאוועז, פרעזידענט פון ווענעזועלע.

ס'איז נאר אינטערעסאנט צו זען ווי לאנג ס'וועט דויערן ביז אבאמא וועט זיך אויפשטעלן אין האנדוראס 'איבערבעטן' די דארטיגע פאלעסטינער פאר 'אמעריקע'ס אריינמישן זיך אין זייער פאליטיק', און ווען ער וועט ענדליך 'פארשטיין' אז ס'איז 'א אינערליכע אנגעלעגנהייט וואס געהער פאר די האנדוראס בירגער צו לעזן'...