כא, כא, כא, איך קאטשקע מיך פאר געלעכטער,
עפעס א גרויסער זאלי חכם, מסתמא שאול פערלשטיין בכבודו ובעצמו
האט געפענט א אשכול אין די זאלי פורום מיט די פראגע "ווער "גייט" געווינען
דעם בית החיים", יא, שאול דארף דאך בארוהיגן זיינע קיעלעך וואס זענען
נעבעך ביטער דערשלאגן פון זייערע גרויסע דורעכפעלער אין געריכט,
און ער דארף זיי דעליווערן עפעס א שטיקל חיזוק, האט ער באשלאסן צו
רעדן פונעם עתיד, וואס עס "גייט" זיין, נו, מיט דעם קען דאך קיינער נישט
טענה'ען, ווייל קיינער ווייסט דאך נישט וואס עס "גייט" זיין, און אזוי חלום'ט
דער שאול פערלשטיין הויעך און די קיעלעך זאגן עהם נאך, שאול שאול, דו האסט
דאך שוין ברבים געזאגט דיין פרעדיקשאן, אז אלעס בלייבט ביים אלטן,
און איך האב נישט קיין שום סיבה דיר נישט צו גלייבן "אז אלעס בלייבט ביים אלטן"
דער חכם עתיק שאול קייט דארט איבער זיינע אלטע אויסגעדראשענע טענות וואס ער האט שוין
כסדר אריין געגעבן אין קארט און מאל נאך מאל האט דאס דער קארט צוריק
געוויזן, און געזאגט אז זיי גייען זיך נישט מישן, דער מציאות איז אז קיין שום קארט גייט לכאורה
נישט צונעמען קיין שום רכוש פון איין צד און געבן פארן צווייטן, זיי האבן
פשוט געטראפן א מיטל זיך אפצושאקלען פון דעם גאנצן סכסוך מיט א תירוץ
אז דאס האט צו טוהן מיט רעליגיע און זיי קענען זיך נישט מישן,
ס'איז פשוט פאר די ריכטער א EASY WAY OUT, ומה לי ולצרה הזאת,
און מיט זיינע אלטע טענות וויל ער איבערצייגן זיינע אייזעלעך אז ער גייט צוריק באקומען דעם
בית החיים, און די נארישע אפגעפליקטע זאלונים מערמלען עהם נאך,
למען האמת ווייסט דאך קיינער נישט וואס עס "גייט" זיין, לב מלכים
ושרים ביד השם, און רעדן פונעם עתיד איז פשוט אין גראד שיינע זיסע חלומות וואס יעדער קען
פאנטאזירן און טראכטן וואס ער וויל, שאול טייערער, לאמיר ענדערשט רעדן פונעם היינטיגן טאג,
פון נעכטן און פון אייער נעכטן, פארוועמען האט לעיזער קעסטענבוים באצאלט, הא?, פארוועמען
האט משפחת המנוח ר' מרדכי צבי פארקאש ע''ה באצאלט, הא?, פארוועם האט משפחת
משה פריעדמאן (איינער פון די תשעה מוסרים) באצאלט?, פארוועם האט דער נייטרא רב הרב
יצחק מאשקאוויטש שליט''א באצאלט? פארוועם האט משפחת לאבין זידיטשוב באצאלט?
פארוועם האבן די צענדליגע נפטרים פון די לעצטע 10 חדשים באצאלט, הא?,
יא אויב פאנטאזירן בארוהיגט דיך און דיינע קעלבלעך קען איך דיר זאגן JUST KEEP IT UP,
חלום און חלום טאג און נאכט, און מיר וועלן זיך ווייטער קייקלען פאר געלעכטער
און איר וועט ווייטער צאלן ווי טאטעלעך, און ווייטער שעלטן קללות נמרצות,
איך מיין ס'איז די עכסטע צייט ארויס צו נעמען א פעידזש פון שמואל דוד גאנץ'ס
ביך און שלאגן כפרות מיטןן גאנצן בית החיים, איר קענט לאזן צוואה פאר די קלוגע קינדער
(אזוי ווי שמואל דוד האט געטוהן) נישט חלילה צו באצאלן א פעני פאר די אהרונים
און זיך באצייטענס באזארגן א קרקע ערגעץ אנדערש אזוי ווי שמואל דוד גאנץ האט געשריבן,
בכלל שעפ איך נחת ווען דו ברענגסט א ראי' צו דיין פרעדיקשאן פון דיין און פון דיין רבי'נס
בוזעם פריינד המסור הידוע יאשקע וואלדמאן, און דו פארפעלסט נישט צו באטאנען אז
אין חכם כבר נסיון און אז ער גיבט אונז נישט מער ווי צוויי וואכן ביז מיר פארלירן דעם בעלות
אויפן בית החיים, זאג נאר שאול זיסער, ווען איז יאשקע מסור פרעדיקשאן מקויים געווארן?
ביי די ווילידזש עלעקשאנס אדער אפשר ביי די אלע צענדליגע קעיסעס
וואס ער האט פארלוירן אין קארט? דער מסור יושקע האט נאך קיינמאל נישט
געווינען קיין שום קארט קעיס אקעגן קהילתינו הקדושה, ער איז דער גרעסטער לאזער
אין די היסטאריע, (אפשר היינט צו טאג זענט איר שוין גרעסערע לאזערס,
איך דארף פשוט מאכן א חשבון), איך פארשטיי אז ביי די נעקסטע תגובה וועסטו ברענגען
א ראי' פון יעקב מאיר מיט די גראז אויף די האנד און פון מענדל שוויממער פון בארא פארק
זיי זענען דאך אויך מלומד בנצחונות, אלזא לאמיר הערן וואס זיי האבן צו פרעדיקטן.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 29/06/2009 23:54:07