היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קול סאטמאר ביילאגע: און דער בלאט,

קול סאטמאר ביילאגע: און דער בלאט,

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2647018

פארשטיי » 25/6/2009 17:13

עס איז שוין לאנג נישט געווען א גוטע ארבייט און דער בלאט, כה לחי!

העלד » 25/6/2009 21:10

אז דו ווילסט געבן א קאמפלימענט פאר דער בלאט פארוואס שרייבסטו עס דא אויפן ציוניסטישן
היידפארק וואס ווערט שטארק פארדאמט איו דער בלאט??
שיק אריין א בריוול צום אפיס.

פארשטיי » 25/6/2009 21:28

איך האב הנאה אז די האסט עס געליינט! האסט גוט געטון!

אגב וואס זאגסטו צו די ארטיקעל ''אשמנו בג''צנו??

העלד » 25/6/2009 21:42

אזא גוטס?
אשאד איך האב עס טאקע נאכנישט געליינט פארוואס האט שמואל נישט געשריבן אויך
בג''צנו גזא''לני?
 וואס דעמאלס וואלטן די זאליס נישט געקענט לייקענען אז די אהרונים זענען די וואס זענען
געגאנגען אין בג''ץ ווען עס שטייט קלאר בג''צנו גזא''לני אז הגז''ל גייט אין בג''ץ,


איזראלי » 25/6/2009 22:54

עס וועט גארנישט העלפן די זאלונים די הפאקריטן וועלן אפלייקענען אפי' השמש בצהרים

1נארמאלער » 25/6/2009 23:42

עס איז נאך ב"ה פאראן אסאך אידן אויף די וועלט וועלכע ווילן וויסן דעם אמת.

פארשטיי » 26/6/2009 17:23

עס איז איז ממש א נחת צו צו זען וואו די זאליס פלאגען זיך אפ א גאנצע וואך צו פאבערצירען פאקטען, און אפלייקענען פאקטען, יעדע פאקט וואס קען זיין נעגעטיוו פאר די זאלי פארטיי ווערט תיכף אפגעלייקענט,

עס קימט אן דארנאשטאג! בום! אלע שקרים,פאקטען,מעשיות, אלעס ווערט צובלאזען וואו א זייפען בלאז,

דערנאך קיקט מען אויף זייער פורם, זען וואס זיי ענפערען, נא! א שטילשווייגעניש, עס איז שא! שטיל! די גאנצע צווילעזאציע איז אפגעשטארבן, אלע זייער גוט זאגער! און אלעס ווייסער! ליגען באהאלטען! מען קען זיי נישט געפינען!

א זיסקייט צוגייט זיך און די ביינער! פון יעדן רעכט דענקאיגער באשעפעניש!