בד"ה ר' יעקב יואל באנדא ע"ה פון קרית יואל נפטר געווארן
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 23/06/2009 1:11:07
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 29/07/2009 6:17:08
לייג נישט אוועק קיין מענטשן, ער לעבט ב"ה.
איך הער אז מען האט עהם ב''ה צוריק געברענגט,
אבער ער איז זייער קריטיש,
דער ציבור ווערט געבעטן צו זאגן תהילים
פאר יעקב יואל בן ליבא מאטיל
לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.
וועלעכעס איז דאס? דער עלטערער דיימאנד סוחר, אדער דער אינגערמאן וואס זיין טאטע איז דער תו"א איד פון וומ"ב?
זאל ער האבן א גאנצע רפואה.
קראך היט, יא ער איז פון די דיימאנטס.
זייט מתפלל, מ'האט אים צוגעגעבן נעכטן א נאמען. יעקב יואל חיים בן ליבא מאטיל.
חסדי ה' כי לא תמנו ר' יעקב יואל חיים בן ליבא מאטיל האט זיך ב''ה שוין היינט אויפגעוועקט און גערעדט עטליכע ווערטער, ער קען נאך אלס נוצן יודישע תפלות שהשי''ת ישלח לו רפו''ש אמן
ער דארף נאך גרויס רחמי שמים,
אבער ב''ה ער האט זיך היינט אויף געוועקט,
ער האט נישט גערעדט, נאר געשאקעלט מיטן קאפ
ווען מען האט צו עהם גערעדט,
לאמיר ממשיך זיין מיט תפלות פאר
יעקב יואל חיים בן ליבא מאטיל
פאר א רפואה שלימה במהרה בתוך שאר חולי ישראל אמן.
גדול כח התפילה - ר' יעקב יואל באנדא האט זיך ב"ה אויפגעוואכט היינט.
(צביהירש:)
היינט פארמיטאג האט זיך ר' יעקב יואל אויפגעוואכט פון די הינער פלעט וואס ער איז געלעגן אזא לאנגע צייט. מ'האט געזעהן דעם כח התפילה אז מ'קען פועל'ן רפואות פאר אזעלכע פעלער וואס די דאקטוירים האבן שוין מייאש געוועהן.