היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » התגרות באומות דעם מאנטאג פרשת קרח

התגרות באומות דעם מאנטאג פרשת קרח

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2644440

אדמיראל » 21/6/2009 05:44

דעם קימענדיגען מאנטאג גייט פארקומען א פראטעסט פארן שפאנישען קאנסאלאט אין מאנהעטען

ס'ווערט פאריפען דורך ר' דוד שמידל וועלכע איז ליידער אריין אינעם כנסת המינים.



דאס התגרות באומות דורך דעם כת איז איום ונורא.


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/06/2009 15:41:48

סעדער » 21/6/2009 18:07

נערט אייך נישט!
ווי גייט דאס ווערטל אזוי ווי עס ג... זיך אזוי אידישט זיך

אזוי ווי עס פירט זיך דא מיט אונזערע רבנים אזוי איז אין א"י

א פאר ווילדע אמעריקאנע א.ג. עסקנים שרייבן אין נאמען פון הרב שמידל דאס איז עס.

אין די צייטונג האב איך געזען א בריוו פון הרב שמידל וואס שרייבט אז מען האט נאכנישט צוריקגלייגט די קברים.
אבער איצט אז מען האט שוין איז דאך אויך הרב שמידל מודה אז דאס איז דאס בעסטע לויטן איצטיגן מצב.


ארגינעלער » 21/6/2009 19:38

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 22/6/2009 00:51

למעשה גייען זיי נאך אלץ מאכען די פראטעסט?
איך שטעל מיך פאר אז די פארביסענע וועלן נעמען די קרעדיט פינעם ציריקלייגען די עצמות פאר זיך, נאכען מפרסם זיין אז זיי גייען מאכען נאכמאל א שמיציגע פראטעסט קעגן רבי אליקום שליט''א
אבער די פאקטן זענען אז דאנערשטוג ווען זיי האבען מפרסם געווען אין שמיציגע איד, אז זיי גייען מאכען א פראטעסט זענען שוין די עסקנים אין רבנים פין נ''י געווען אויפן וועג קיין שפאניע
{אנדערש איז נישט מעגליך אנצוקומען קיין שפאניע זינטוג נאכמיטג, די זייגער איז דארט היבש אפגערוקט, אין ס'כמעט נישט דא קיין דירעקטע פלייט פין נ''י קיין שפאניע, אין אויב פארט מען ארויס פרייטוג קומט מען אן אום שבת, אין אויב פאר מען ארויס מוצ''ש קומט מען אן מאנטוג אינדערפרי, אדער זינטוג שפעט ביינאכט}

אגב, צום צווייטען מאל!
יעדער ווייסט אז די שטערן'ס זענען ווי אייביג געווען קעגן די פלענער פין די גדולי הדור, ווייסט אבער איינער וואס זייער פלאן איז יא געווען????????
האבען זיי געוואלט מפנה זיין? אזוווי זיי האבען געטוהן אין א אנדערע שטאט אין שפאניע איאיינעם מיט די רעפרמיסטן - זכור עתיד, ר''ל???????????
ווער ווייסט?