היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאב ברענער יעצט צוועלפע אזייגער ביינאכט

זאב ברענער יעצט צוועלפע אזייגער ביינאכט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2644439

אדמיראל » 21/6/2009 05:32

היינט מוצאי שבת אין צוועלפע אזייגר וועט זאב ברענער האבן אינטערוויאוס וועגן ארי' לייב'ס פרשה

גרינג » 21/6/2009 05:46

פשטות וועט עס זיין מיט ארי לייב ר ארי לייב שעם דיר נישט פארצייל אלעס וואס די רשעים באלטן און איין טוהן צו דיר אחוץ מסר'ן וועגן די תפיסות

וויינשטאקל » 21/6/2009 07:12

עס וועלן אויך רעדן: העסקן ר'בעריש פרייליך, ר' אייזיק וויינבערגער. דער פאליטישאן קען פישער א גוטער פריינד מיט ר' ארי' לייב

פעטרסאן08 » 21/6/2009 07:15

kootointy » 21/6/2009 07:16

מ'קען עס אויך הערן לייוו אנליין. talklinecommunications.com מ'וועט דאס אויך קענען הערן מארגן און אויך דאונלוידן.

kootointy » 21/6/2009 07:20

איז עס canceled??? דערווייל גארנישט פון ר' ארי' לייב..

וויינשטאקל » 21/6/2009 07:22

ניין, יעצט לויפן נאך די קאמארשעל'ס.

וויינשטאקל » 21/6/2009 07:25

ראביי גרשון טענענבוים (דזשואיש פרעס), ראביי צבי גלאק (זוהן פון אלעם באקאנטן ראביי גלאק). וועלן באלד זיין אויף די שאוי.

פעטרסאן08 » 21/6/2009 07:26

רעטשעלס וואס אדווערטייזט ביי זאב ברענער'ס איז אברהם יעקב פערלשטיין סטאר אין
בארא פארק ?

וויינשטאקל » 21/6/2009 07:35

הנגיד העסקן ר' בנימין בארבער הי"ו איז יעצט אויף די שוי וועגן א צווייטע נושא, ווי עס שיינט וועט זיך די שמועס וועגן ר' ארי' לייב אנהייבן הערשט 1 אזייגער.

מישמאש » 21/6/2009 07:39

בעריש פרייליך אויכט ?

וויינשטאקל » 21/6/2009 07:57

קען פישער רעדט שוין.

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:02

"ר' ארי' לייב איז א מומחה אין מסביר זיין פאר פאליטישאנס די ספעציעלע געברויכן וואס חרדישע אידן האבן אין די טורמעס, און עס איז א אומשאצבארע פארלוסט." "עס איז זיכער אז די זאליס האבן א האנט אין פארשפרייטן די געשיכטע איבעראל." זאגט קען פישער.

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:04

א געוועזענער ארעסטאנט, א היימישער איד, איז יעצט אויף די שוי אין פארציילט וואס א חסד ר' ארי' לייב פלעגט מיט זיי טון.

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:13

ראביי גלאק: "אסאך אידן וועלן ליידן פון די געשיכטע, אין ליידן שוין יעצט."

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:16

די וואך אליין איז שוין געווען א איד אין רייקערס איילענד, וואס האט נישט געקענט לייגן תפילין 3 טאג ווייל ר' ארי' לייב האט פארלוירן די זשאב, און עס איז נישט געווען ווער עס זאל אים דאס קענען ברענגן. זאגט ראביי גלאק.

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:30

העסקן ר' בעריש פרייליך: ס'נישטא א מענטש אין די וועלט וואס ווייסט נישט פון ר' ארי' לייב גלאנץ, וואס ער האט אלס געטון פאר כלל ישראל. עס איז שרעקליך אז די פרעסע האט נישט געפונען עפעס וויכטיגער ווי ר' ארי' לייב, ווי זענען אלע פאליטישאנס וואס האבן געהאט א טובת הנאה פון ר' ארי' לייב??? פארוואס הערט מען נישט א גוט ווארט פון זיי???

וויינשטאקל » 21/6/2009 08:42

עפעס א צודרייטער אנאנימער סאל פון פלעטבוש: עס איז אן עונש מן השמים פאר ר' ארי' לייב ווייל ער איז א אהרוני..., ר' זלמן האט שוין עפעס א חסיד אין פלעטבוש...

וויינשטאקל » 21/6/2009 09:00

ר' שלמה גאמבא פון בארא פארק: איך בין כמ"פ געווען אין די תפיסה מיט ר' ארי' לייב, אלעס איז געווען אויפן לעגאלסטן אופן.

וויינשטאקל » 21/6/2009 09:20

דער נואף י. רוטנער פון אנטווערפען-ווילאמסבורג, האט פרובירט צו פארטיידיגן די זאליס, אבער זאב ברענער האט אים גלייך אראפגעווארפן.

סעדער » 21/6/2009 17:58

איך פארשטיי נישט?
הרב גלאק הי"ו ווייסט דען נישט דעם נומער פונעם עמטליכן טשאפליין פון רייקערס איילאנד
איך הער אז עס איז א היימישער וויליאמסבורגער איד, האט ער נישט געקענט העלפן יענעם נעבעכדיגן ארעסטירטן איד
שומו שמים וואס עס גייט פאר.
אפשר זאל מען מאכן אן אסיפת חיזוק ברוחי שעריך!


באלאנד » 21/6/2009 21:15

איך האב אויסגעהערט דעם שאוי, עס איז נישט געווען אפילו איינער וואס זאל אנצייגן אז די פרשה פון ר' ארי' לייב האט עפעס געהאט צו טון מיט די זאליס. בקיצור, חוץ דער בלאט מיט די מעכטיגע עווידענס פון א 'טעקסט מעסעדזש' (וואס איז בכלל נאכנישט קלאר אז דאס איז אפילו א עפעקטיווער גרופ, אבער נניח אז יא...) קען קיינער נישט אנצייגן אז דאס איז פון די זאליס. חוץ רבי יונה וואס האט קלארע באווייז אז דאס איז פון רבי'נס צווייטע זוהן...

nuremes » 22/6/2009 00:43

קען איינער שיקען א דירעקטע לינק צו דאונלאדען די גאנצע זאך?

יכול » 22/6/2009 03:45

 
Replay Of Zev Brenner Radio Show, Topic: Resignation Of Jail Chaplain Rabbi Glanz [audio] 

 http://www.vosizneias.com/33735/2009/06/20/brooklyn-ny-zev-brenner-radio-show-tonight-topic-resignation-of-jail-chaplain-rabbi-glanz