היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: ב"פ קעיס פסק - גיין צום דין תורה!

ברעקינג: ב"פ קעיס פסק - גיין צום דין תורה!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2643690

לעבעדיגער » 18/6/2009 21:16

פרטים יבואו

לעבעדיגער » 18/6/2009 21:17

לעבעדיגער » 18/6/2009 21:19

דער אלטער קאנפליקט אין די בארא פארק קעיס צווישן די הנהלת המוסדות מיט מענדל שווימער און וועלעכער די הנהלת המוסדות האט גע'טענה'ט אז זיי ווילן גיין צום דין תורה און מענדל שווימער האט געזאגט אז ער וויל נאר גיין אין קאורט איז היינט ארויסגעקומען די פסק.

מ'זאל גיין צום דין תורה!!

די תורה האט געווינען!!

סאטמאר האט געווינען!!

רבי_יונה » 18/6/2009 21:20

גזירה נוראה קעגן כלל ישראל.

מיילעך שטערן מיט נידערמאן האבן פריער באשטעלט די מאריאט האטעל צו מאכן א פראטעסט קעגן אמעריקע פאר די שרעקליכע גזירה.

משיח מוז שוין קומען !

לעבעדיגער » 18/6/2009 21:24

למעשה זעה איך אז זי פארלאנגט אז מ'זאל גיין צו א זבל"א, א זאך וואס וועט לכאורה קיינמאל נישט צושטאנד קומען אין די זאלי קאמפעני.

אלזא מיינט דאס אז די קאנפליקט דארט איז פארטיג??

רבי_יונה » 18/6/2009 21:36

רבותי די סך הכל פונעם פסק איז איין ווארט

אטאם באמבע!!!

און נאכמאל
 
אטעם באמבע!!!

דאס איז די ערשטע מאל וואס א ריכטער שטעלט די זאליס און א קארנער, אז זיי מיזן גיין צו דין תורה!

אן מעשות און ליגענטס, פעראל דיינים, תהלוכת הקהלה, סמכות עליונה, ראב"ד, חברי בדי"צ, לישקע שמושקע, און אלע אנדערע שטותים.

איצט האט די הייליגע סאטמארע רעביצען הרבנית הצדיקת מרס דעמעראטס תליט"א, געזאגט פאר די זאליס עטץ מיזט גיין צו דין תורה אזוי ווי הלכה פארלאנגט, אן קיין חכמות זבל"א!!!.

און דאס איז ממש ווי א טויט קלאפ פאר די זאליס.

דין תורה ביי די זאליס איז ווי זיך אראפ ווארפן פון א בילדונג הויעך 100 שטאק.

איצט זענען זיי ביים קארנער צוקוועטש, זיי האבן איין ברירה ארויס זיך ארויס צוציען פון זייער מסירה קלאגעס קעגן מוסדתינו הק' אין בארא פארק, און פארמאכן די קעיס (טאמער זיי קענען).

עס איז נישט דא די ווערטער פאר די פסק, איך קען זאגן קלאר אז זייט די פייט פון די זאליס מיט די אהרונים, האבן די זאליס נאך נישט געכאפט אזא מעכטיגען פראסק ווי דאס!


rebyankel » 18/6/2009 21:46

לאכטס נישט!
פין תלמידי רבינו:
the judge in BP case says "go to Din Torah" - As per our side showed that we signed Shturei Beririn, and they had to come but they did not, At that time they were playing games with the shture Beririn, signing it only on the big posters of 53th Bes Medrish...
 
Maybe they will now come to Din Torah for real? and maybe they will play games again like they are use too? who knows if they will have now more Derech Eretz  for her then for the Rabunim?
 
I Guess time will tell...

האסט זיך גערישט פאר אזא גיטס???

רבי_יונה » 18/6/2009 22:04

כא כא כא...

איך רייב מיר די אויגן...

נישט פארגעסן אז ליפ די פסק הגדול פון די לישקע בג"ץ מיט די פעראל רבנים מעג מען גיין נאר צו זיי, ווייל נאר זי פארשטייען די תהלוכת הקהלה...

איצט האט די הייליגע רעביצען מרת דעמעראסט שליט"א זיי געלאזט וויסן אז זי פארשטייט נאך בעסער די תהלוכת הקהלה...

קראך_היט » 18/6/2009 22:14

ס'פעלט נישט אויס צו ליינען די גאנצע פסק, דער שטיקל זאגט שוין אלעס:



The Refusal to Arbitrate
די סירוב בי"ד

It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered.

איבערטייטש:

עס איז קלאר, אז נאך זיין זיג ביים אפעלאט געריכט, האט שווימער געבראכן זיין אפמאך צו גיין צו די"ת מיט וועלץ, וואס ער
האט שוין געהאט אונטערגעשריבן און איבערגעגעבן פארן בי"ד

גאסט » 18/6/2009 22:30

CONCLUSION

That branch of the motion of the individual defendants to stay this action insofar as asserted against them and to compel arbitration before the Zebla rabbinical court, consisting of Yitzchok Chaim Zeltenreich, Yekusiel Zalmen Graus, and Mordechai Babad, is granted



ביי דעם בי"ד וועט עס מוזן בלייבן?.

kootointy » 18/6/2009 22:36

יעצט זאגט מיר איינע פון די זאלי שישקעס די ווערטער; {Quote"} DON'T YOU WORRY, WE'LL APEAL THIS DECISON... WE CANNOT HAVE THE B"P MOISDES CASE DECIDED BY THE "CURRUPTED BUTEH DINIM"... (ר"ל). AS EVIDENTLY, THE APPELATE DIVISON SEEM TO HAVE A SOFT SPOT TOWARDS OUR KEHILA KEDOISHE.. I'M TELLING YOU; ITS FAR FROM OVER YET.. {Quote"} וואו זאגט מען אין אידיש.. קאמענטארן זענען איבריג!!

ארגינעלער » 18/6/2009 22:37

א הייליג ווארט

באקומען אין מיין אימייל:



די תורה האט געזיגט!! היינט דאנערשטאג לס' "למה זה אתם עוברים את פי ה' והיא לא תצלח" (שלח) האט ריכטערן דעמעראסט ארויסגעטראסקעט מענדל שווימער'ס שענדליכע תביעה בערכאות קעגן מוסדות סאטמאר ב"פ, און געגעבן דעם אורטייל, אז דער סכסוך אין מוסדות סאטמאר ב"פ מוז גיין צו דין תורה ביי זבל"א.

ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם.
זאגט רש"י, לפניהם ולא לפני עכו"ם.

טייטטשט דער הייליגער קאצקער, לפניהם, זאלסט גיין צו דין תורה, ולא, און אויב וועסטו נישט גיין אליינס, לפני עכו"ם, וועט דיר דער גוי דאס צווינגן צו טוהן......!!!!!

משה_גאבע » 19/6/2009 01:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

משה_גאבע » 19/6/2009 01:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 19/6/2009 09:41

עס איז כדאי אז איינער זאל דא אריין סקענען די צעטיל פון די טארטיקוב בי"ד ווי זיי שרייבן אז ר' אהרן וועלץ האט אונטעגעשריבען שטריי בירורין.

פעטרסאן08 » 19/6/2009 11:25

ס'איז מיר ברור די זאליס גיין קיינמאל צי קיין דין תורה נישט אנקומען .

טאטלע » 19/6/2009 18:52

האפענטליך וועלן די זאליס זיך אפטראגן יעצט דין גיין מאגן מוסדות אליינס אין לאזן דעם עולם צור

יענקעלע11 » 19/6/2009 21:24

מיין שואגער רופט מיך אן און זאגט מיר יענקעלע דו דארפסט ליינען
דעם פורום אחים אנחנו, ער ווייסט אז איך ליין געווענדליך נישט זייערע
שטותים, ווייל וועלעכער נארמאלער מענטש ליינט דען יא, אבער אצינד
זאגט ער איז א מאסט דאס צו ליינען, נו, האב איך עהם געפאלגט,
(וואס טיט מען נישט פאר א זאלי שואגער...) און וואס זאל איך אייך זאגן
רבותי, ס'איז ווערט געווען... איך רייב מיר די אויגן און פרעג בין איך אויף
אדער חלום איך, זייט דעם חוברת פון אפגעריסענעם שמואל דוד גאנץ
האב איך נישט געלאכט אזא גוטס, (און דאס איז שוין באלד צוויי טעג).
על כל פנים שטייען דא ערוואקסענע מענטשן (איך האף אזוי) און טענה'ען זיך
ארום ווער עס האט געווינען און ווער האט פארלוירן, וער עס האט יא געוואלט
גיין צו דין תורה און ווער נישט, (ס'איז פונקט ווי מען זאל טענה'ן צו היינט איז 
פרייטיג צו מאנטיג, אדער צו היינט שנייט אדער איז זיניג),

די ריכטערן שרייבט קלאר ארויס, אז מענדל שוויממער האט געמאכט פארשידענע 
דריידליך, און כסדר צוגעלייגט תנאים (נישט זאגענדיג פארן צד השני) אלעס נאר כדי
מען זאל נישט גיין צו דין תורה, זיי שרייבט ארויס (איבערגעטייטשט אויף אידיש)
"עס איז קלאר פומעם גאנצן סך הכל אז נאכן געווינען דעם אפיעלס קארט האט
שוויממער נישט געוואלט גיין צו דין תורה לויט די תנאים און פארשריפטן
וואס ער האט לכתחילה מסכים געווען און אינטערגעשריבן (ביי גאביוף),
און אז מענדל שוויממער טענה'ט אז זיין לכתחילה'דיגע הסכמה צו גיין  
צו דין תורה איז בטל געווארן ווען אהרן וועלץ האט נישט אינטערגעשריבן
די שטרי בירורין ביי גאביוף ביז 30 טאג אזוי ווי ער האט פארלאנגט,
(וואס אויף דעם ענטפערט די ריכטערן אז קודם כל האט ער יא
אינטערגעשריבן די שטרי בירורין אין די 30 טאג אזוי ווי הרב גרויז האט מעיד געווען,
און אז ער האט דאס נישט געדארפט געבן פאר גאביוף נאר פאר די זבל''א
בית דין וואס הרב גרויז איז איינער פון זיי, און בכלל  האט מען קיינמאל נישט
מודיע געווען פאר די צד הנתבעים פון דעם תנאי אז ס'דארף צו זיין 
אינטערגעשריבן ביז דרייסיג טאג) על כל פנים זי האט צוריק געוויזן מענדל שוויממערס 
פארלאנג אז דער קארט זאל פסקענען און אנגענומען די טענה פון צד הנתבעים
אז מען דארף גיין צו דין תורה.

נו אצינד, טענה'טס ענק אויס, ווער עס האט געווינען און ווער האט פארלוירן,
לאמיר זעהן!!!
וואס מיינט איר, וועט מענדל שווימער גיין צו דין תורה? 
וועט זלמן לייב טאנצן חסדי השם מיט חיים דוד?
וועט דער איד שרייבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "דידן נצח"?
אדער וועט שאול פויערשטיין אויסשרייען אין בית המדרש אז אלעס בלייבט ביים אלטן,

יא, ס'איז פשוט א מחי' מיט די זאלונים, איך בעט נאר ביים באשעפער זיי זאלן חלילה 
נישט אויפגעבן, זיי זענען דאך באשאפן געווארן נאר להחיות בהם נפש כל חי, 
פשוט אביסל משמח זיין די צוגעלייגטע אהרונים, ס'איז א פלעדזשער צו צוקוקן 
ווי זיי מאכן פון זיך דאס נער, און מיינען אז די מענטשהייט באמערקט דאס נישט,
זאלונים'לעך DON'T YOU EVER CHANGE, און JUST KEEP IT UP.  

יקרבו » 19/6/2009 21:55

גייט'ס אריין אין דעם אשכול מען וועט זיך מחי' זיין, די איינציגסטע חילוק דוד46 ניצט שוין היינט אן אנדערען נאמען.
 
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2517383&forum_id=16386

rebyankel » 19/6/2009 22:23

יענקעלע11 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

מיין שואגער רופט מיך אן און זאגט מיר יענקעלע דו דארפסט ליינען
דעם פורום אחים אנחנו, ער ווייסט אז איך ליין געווענדליך נישט זייערע
שטותים, ווייל וועלעכער נארמאלער מענטש ליינט דען יא, אבער אצינד
זאגט ער איז א מאסט דאס צו ליינען, נו, האב איך עהם געפאלגט,
(וואס טיט מען נישט פאר א זאלי שואגער...) און וואס זאל איך אייך זאגן
רבותי, ס'איז ווערט געווען... איך רייב מיר די אויגן און פרעג בין איך אויף
אדער חלום איך, זייט דעם חוברת פון אפגעריסענעם שמואל דוד גאנץ
האב איך נישט געלאכט אזא גוטס, (און דאס איז שוין באלד צוויי טעג).
על כל פנים שטייען דא ערוואקסענע מענטשן (איך האף אזוי) און טענה'ען זיך
ארום ווער עס האט געווינען און ווער האט פארלוירן, וער עס האט יא געוואלט
גיין צו דין תורה און ווער נישט, (ס'איז פונקט ווי מען זאל טענה'ן צו היינט איז 
פרייטיג צו מאנטיג, אדער צו היינט שנייט אדער איז זיניג),

די ריכטערן שרייבט קלאר ארויס, אז מענדל שוויממער האט געמאכט פארשידענע 
דריידליך, און כסדר צוגעלייגט תנאים (נישט זאגענדיג פארן צד השני) אלעס נאר כדי
מען זאל נישט גיין צו דין תורה, זיי שרייבט ארויס (איבערגעטייטשט אויף אידיש)
"עס איז קלאר פומעם גאנצן סך הכל אז נאכן געווינען דעם אפיעלס קארט האט
שוויממער נישט געוואלט גיין צו דין תורה לויט די תנאים און פארשריפטן
וואס ער האט לכתחילה מסכים געווען און אינטערגעשריבן (ביי גאביוף),
און אז מענדל שוויממער טענה'ט אז זיין לכתחילה'דיגע הסכמה צו גיין  
צו דין תורה איז בטל געווארן ווען אהרן וועלץ האט נישט אינטערגעשריבן
די שטרי בירורין ביי גאביוף ביז 30 טאג אזוי ווי ער האט פארלאנגט,
(וואס אויף דעם ענטפערט די ריכטערן אז קודם כל האט ער יא
אינטערגעשריבן די שטרי בירורין אין די 30 טאג אזוי ווי הרב גרויז האט מעיד געווען,
און אז ער האט דאס נישט געדארפט געבן פאר גאביוף נאר פאר די זבל''א
בית דין וואס הרב גרויז איז איינער פון זיי, און בכלל  האט מען קיינמאל נישט
מודיע געווען פאר די צד הנתבעים פון דעם תנאי אז ס'דארף צו זיין 
אינטערגעשריבן ביז דרייסיג טאג) על כל פנים זי האט צוריק געוויזן מענדל שוויממערס 
פארלאנג אז דער קארט זאל פסקענען און אנגענומען די טענה פון צד הנתבעים
אז מען דארף גיין צו דין תורה.

נו אצינד, טענה'טס ענק אויס, ווער עס האט געווינען און ווער האט פארלוירן,
לאמיר זעהן!!!
וואס מיינט איר, וועט מענדל שווימער גיין צו דין תורה? 
וועט זלמן לייב טאנצן חסדי השם מיט חיים דוד?
וועט דער איד שרייבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "דידן נצח"?
אדער וועט שאול פויערשטיין אויסשרייען אין בית המדרש אז אלעס בלייבט ביים אלטן,

יא, ס'איז פשוט א מחי' מיט די זאלונים, איך בעט נאר ביים באשעפער זיי זאלן חלילה 
נישט אויפגעבן, זיי זענען דאך באשאפן געווארן נאר להחיות בהם נפש כל חי, 
פשוט אביסל משמח זיין די צוגעלייגטע אהרונים, ס'איז א פלעדזשער צו צוקוקן 
ווי זיי מאכן פון זיך דאס נער, און מיינען אז די מענטשהייט באמערקט דאס נישט,
זאלונים'לעך DON'T YOU EVER CHANGE, און JUST KEEP IT UP.  



אז די רעדסט שוין וועל איך זאגען אגב אפאר פוינס פין יענע אשכול
אבער כ'בעט מ'זאל נישט דעבאטירן דערויף, אין אויב איינער וויל זאל ער עפענען א אשכול דערוועגן (א זאך וואס איך האלט ס'נעריש צו טוהן)
פין אחים אנחנו, קען מען זעהן בערך וואס א זאלי'ס מיינט, דארט איז דא 10 מאל אזוויפיל שרייבער ווי דא (דארט קען יעדער שרייבען ביז מען איז אים חותם), אבער העלפט ליינער'ס פין דא{צו זעהן מיין ווארהייט, עפנט א אשכול, אין קוקט ביז 2 שעה וועט איר זעהן אז דא קען מען האלטן ביי ארום 5-7 תגובות אין ביי 500-1000  ציפיות אין  אין דארט ווען מען האלטן ביי 10-20 תגובות אין 250-500 ציפיות}, דאס איז ציליב די ביליגע שפראך אין אינהאלט פין די זאליס וואס עקלט יעדן נארמאלע מענטש, לויטער ניוויל פה, אין קללות משונות וכו' ממש ווי אין דער איד
יעדע פאר מיניט ווערט דארט געפענט פרישע אשכולת, מיט קינדערשקייטן ממש ווי אין דער איד
למשל, איין אשכול איז: דער ניק איז א ארוני אין ער שפילט זאליס, איין אשכול: דער ניק {א ארוני} זיכט א זשאב, וכו'י - גיבט א בליק אהין, דער מנהל וואס האט נישט ציפיל וויייניגער שכל ווי זיינע שרייבער'ס מעקט נישט אויס אלעס
דער מנהל וועט נעמען יעדע תגובה פין א סאטמערן' אין אויסדרייען, כאילו יענער זאל האבען געזאגט אזוי אין אזוי וכי'
אבער וואס ער האט יא אויסגעמעקט איז א אשכול וואס האט גראדע יא אנגעצויגען א שיינע צאל ציפיות, וואס איך האב דארט געפענט, אין ער מיך וועגן דעם חותם געווען, די תוכן פין יענע אשכול איז: איך האב זיך געווינדערט פארוואס נאכדעם וואס יעדע 10 מיניט ווערט דארט געפענט פרישע אשכולת האב איך אבער באמערקט איין טאג 3 אזייגער אז שוין א שעה וואס קיין פרישע אשכול איז נישט געפענט געווארען, אין כ'האב געבעטן מ'זאל טשעקן אויב ס'דא פראבלעם'ן מיט די סערוויס אין קווינס,_{כ'האב ציגעלייגט אז כ'וויל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען געגאנגען צו שמיציגע סייד'ס} למעשה האב איך אויסגעפירט איז די סערוויס אין קווינס געווען פיין, ס'פשוט געווען לאנטש וואס דעמאלטס האט מען אין קווינס בעסער וואס צו טוהן, אין פאר א עצה טובה אויב איינער וויל וויסן ווען ס'איז לאנטש אדער הפסקה אין קווינס זאל ער קוקען אויב אחים אנחנו איז אויף מיינט עס אז ס'איז סדר הלימוד אין ווען נישט איז הפסקה.
נו! האט מען מיר נישט געדארפט חותם זיין?
{כ'בין גערישט אז דער קלוגער מנהל פין א''א וועט עפענען א אשכול וועגן מיינע ווערטער, אזוי ארבעט דארט}
אגב, וואלט איך געוואלט בעטן יעדן איינעם, נישט יעדע קללה פין די זאליס דארף מען ענטפרן ווייל דאס גיבט זיי חיות אין האבען א געלעגנהייט צי שעלטן נאך מיעסער, אין מאכען א טעמע צו זיי האבן נישט געוואלט גיין צו די''ת - א זאך וואס איז ביי יעדן נארמאלען מענטש ברור וכו'
ציריק צו ענין........... האבען שוין די זאליס א היתר צו גיין צו די'''ת? אדער מ'גייט אפילען דעם ביטערן פסק?

רבי_יונה » 19/6/2009 22:39

די זאלי וועלן זיכער אפילען די פסק, ווייל זיי ווילן דאך נישט ח"ו גיין צו דין תורה, זיי ווילן אז די קארט זאל פסקנען נישט קיין דין תורה.

אבער זיי וועלן דעמאלס אויך שרייען אז זיי אפילען די דעסישאן ווייל ר' אהרן וועלץ וויל נישט גיין צו דין תורה...

rebyankel » 22/6/2009 01:40

מפרסמין עושי....
ביטע לייג איבער בלויז איינע פון די צעטלעך, אז ס'זאל נישט פארדרייען דעם גאנצן אשכול
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 22/06/2009 2:17:26

_________________

rebyankel » 22/6/2009 01:49

[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי איך זעה האט מיין פאריגע תגובה זיך נישט גיט אריינגעקאפיט, מנהל! אז די קעסט ביטע פאררעכט עס, יש''כ