איך וויל דא מרחיב זיין הדיבור איבער אזאך וואס ליידער שפילט זיך אפ לעינינו, און מ'כאפט זיך פשוט נישט ווייל ס'א זאך וואס אנטוויקלט זיך ציביסלעך פון יאר צו יאר, ווי מענטשן וואס 10 יאר צוריק זענען זיי געווען רעספעקטירטע מענטשן, און צוביסלעך ווי א יאר זייט די מחלוקה אין סאטמאר איז ממש א ווייטאג צו זעהן ווי זיי דערקייקלען זיך
נעם למשל אזא איד ווי ר' נפתלי בלומענפעלד, אלס געוויסט ער איז א וואוילער איד פון ב"ב קיינמאל נישט געהערט פון איהם עפעס ספעציעל, ער האט זיך געטאן זיין דשאב בנאמנות, וואס איז נעבעך געווארן פון איהם, מ'הערט זיינע דרשות סאונד עס ווי א געהעריגער נחום ר"ב אדער אלטר משה ג"ב.
קודם פאר אלעם וויל איך אביסל רעדן שלא מן הענין, ממש נאר בקיצור נמרץ אפשלאגן די "רימעקינג אוו היסטאריע" וואס די זאליס פרובירן צוח טוהן און פרובירן עס צו ניצן פאר בארואיגונגס פיל, נאכדעם וועל איך צוריקומען צו דעם עיקר וויזוי רעספעטירטפולע זאליס גייען נעבעך לטמיון.
איז אזוי:
ס'האט נישט קיין שום זין צו אפענטפערן יעדע מעשה'לע וואס דער זאלי פארציילט דארט, ווייל ס'איז ענדלאז, ממש יעדער איינציגע מעשה איז שוין דורכאויס די היסטאריע פון היידפארק צענליגע מאל אויסגעטענה'ט געווארן יעדע מעשה'לע האט לכאורה געבוירן 5 ביז 10 אשכולות, יעדע אינצידענט לייקענען עסן די ארונים שטיין און ביין, און זיי האבן גרייט א פונקט פארקערטע מעשה, איך דארף זיין א וועלטס ליידיגייער צו האבן די צייט צו איבערקייען יעדע קליינע אלטע אירעלעווענט היסטאריע. בקיצור מ'דארף איבערשרייבן גאנץ היידפארק.
איך וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ דעם אנדערן זייט פונעם שטעקן אפאר פאקטן (אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז ס'ליגנט אבער איך האב רעכט עכ"פ עס צו זאגן):
פאקט 1: מתחלה, די ערשטע 85 יאר פונעם ברך משה'ס לעבן האט דער רבי געוואלט אז סאטמאר זאל זיין איינס און אך ורק אונטער די הנהגה פון ר' אהרן, ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי דערצו, אויף דעם זענען דא צענדליגע עדות, און רוב זאליס אינקלודינג ר' זלמן לייב וועלן דאס מודה זיין, ליתר שאת זענען דא די 2 עדים נאמנים וואס האבן דאס געזאגט ברבים, 1 ר' הירצקא צוויבל, 2 ר' ישראל חיים הורוויץ, אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז זיי זענען יצא מדעתם, זאל זיין אזוי.
2: דער רבי איז געווען דער ערשטער וואס האט מציע געווען די המצאה צו אריינברענגען ר' אהרן'ן קיין וומ"ב, ער האט דאס געזאגט פערזענליך פאר ר' בערל פרידמאן און ר' יאנקל קאהאן.
3: ר' בערל פר"מ איז קיינמאל נישט געווען ספעציעל אין ר' אהרן'ס אינערליכע סורקל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, געווען דער וומ"ב ראה"ק, ס'יז אבסורד צו זאגן אז ער האט געהאט עפעס א געהיימע אגענדע מיט ר' אהרן צו אנהויבן א מרידה קעגן דער ברך משה, די זעלבע איז מיט ר' דוד הויער און די איבריגע רוב אנדערע טובי הקהלה, זיי האבן גארנישט געהאט עפעס מער מיט ר' אהרן'ן ווי סיי ווער, ס'נישטא קיין שום באווייז אויף דעם.
4: דער גרעסטער און פאנאטישסטער חסיד פון ר' אהרן איז אלס נאר געווען זיין טאטע. דאס האט מען אלס געהערט הונדערטער מאל ברבים און ביחיד.
5: די איינציגע סיבה פארוואס די אלע טובי הקהלה און ר' בערל בראש האבן באשלאסן צו אריבערברענגן ר' אהרן קיין וומ"ב איז נאר ווייל זיי זענען אלע געווען חסידים נאמנים פון רבי'ן און זיי האבן געהאלטן פאר א דבר פשוט מאוד אז זיי זענען מיט דעם ממלא רצונו פון רבי'ן, ס'איז ביי זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער ווי דער רבי האט אלס געוויזן זיין שאיפה אז בנו בכורו איז ראוי לאותו איצטלא און ער עתיד צו פירן עדת סאטמאר.
6: ר' זלמן לייב ווען ער איז געקומען קיין וומ"ס איז ער געקומען לחלק יצאת, נישט צו זיין נאך א רב אונטער זיין טאטע, למה נגרע, נאר צו זיין א צוקנופטיגער אדמו"ר, דער קונקורענץ פון ר' אהרן, א זאך וואס אויב ר' זלמן וואלט עס ווען מציע געווען פאר זיין טאטען בשנים כתיקונם וואלט ער איהם געגעבן אזא זעץ אז ער וואלט זיך געדארפט זוכן זיינע ציינער.
7: פון עטוואס א יאר 2 פאר יענעם חוה"מ האט דער רבי'ס מענטל מצב הבריאות אננגהויבן נאך צילאזן.
8: פאר קרוב צו 7 יאר און א צי, האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע העצונג פון לגיונות אין בילולים קעגן ר' אהרן ביים רבי'ן ז"ל, מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין מענטש וואס זאל זאגן איין גוט ווארט אויף ר' אהרן.
9: פון די ערשטע קלאסישע העצערייען אז ר' אהרן זאגט אז ער וועפט, דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט ברבים "איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא צער" איר הערט ווערטער פון א מלחמה איבערלעבער?
10: די צווייטער קלאסישע ליגנט, אז ר' אהרן און ר' מענדל האבן ציגע'גנב'ט זיין הויז, סתם א לצנות און א בלאף, וואס איך ווייס פאר א פאקט אז דער רבי ז"ל האט זיך זייער אויפגעגעסן דערפין, ער האט נעבעך ערנסט געהאלטן אז ר' אהרן איז פשוט'ער שווינדלער וואס זוכט איהם צו באנקראטירן און ארויסשטעלן האומלעס.
11: די טרויעריגע באקאנטע מאחורי הפרגוד קאסעטן טוען דאס פעסטשטעלן.
12: ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט זלמן לייב פאר וומ"ב רב ווי אויך געשריבן די צוואה, און בעסטן פאל (קודם דארף מען פעסטשטעלן צו דער רבי האט געוויסט וואס ער טוט אבער און בעסטן פאל) האט ער עס געטאן אויפן חשבון אז ר' אהרן פירט א מרידה קעגן איהם, לויפט זאגן אז ער וועפט, גנב'עט איהם זיין הויז וכו וכו. דאס מיינט אז ער האט דא געטאן אזאך וואס איז לעולם נגד רצונו, נגד וואס ער האט אלס געוואלט כל ימי חייו, אלעס אויפן חשבון פון לגיונות, לצנות און בילבילום, און אילמלא ער וואלט געוויסט אז דאס איז אלעס סתם בלאף איז נישטא קיין שום מקום צו טראכטן אז ער זאל האבן חוזר געווען פון זיין ארגינעלן רצון
ע"כ בקיצור נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און נישט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.
וואס איך האב געוואלט צוקומען איז אזוי:
דער אמת איז די אלע מעשיות פון בימים ההם - 10 יאר צוריק - זענען כהיום שוין אין די קאטעגאריע פון "היסטאריע", ס'שוין אירעלעווענט, די אומשטענדן האבן זיך שוין דראסטיש געטוישט, כהיום זענען די צוויי צדדים צוויי זעלבסטשטענדיגע חסידות'ן בכל קצבי תבל, קיינער האט נישט "די בחורים מיט אינגעלייט'', יעדער האט זיך "זיינע" בחורים און "זיינע" אינגעלייט, קיינער האט נישט וומ"ס קיינער האט נישט בארא פארק (איך רעד נישט פון די בנינים) יעדער האט זיך זיין אייגן חסידות איבעראל, מיט זיינע אנטשטאלטן (צו אלטע צו נייע). און אפי' לו לצויר די ארונים זאלן לייגן א האנט אויף די אלטע בנינים אין וומ"ס, אדער די זאליס און ב"פ און קר"י וועט דער אויוונדערמאנטער מציאות זיך נישט רירן פון מקום דאס איז כתוב וחתום.
איז די שאלה פארוואס מאלט מען דא וואסער? דער תירוץ איז אזוי: די סיבה פארוואס די זאליס זענען אלס - און לעצטנס מער - פארנומען צו איבערקייען יענע היסטאריע איז ווייל זיי דארפן עס לעבנסווויכטיג פאר א בארואיגונגס פיל פאר זייער דעפערעסיע און דעמאראליזאציע. איך וועל עס מסביר זיין: דער אמת איז דאך אזוי, אודה ולא אבוש, יענעם חוה"מ האט ר' אהרן ארייגעכאפט א היסטארישע מכה שלא כתובה בתורה, דאס איז קלאר, קיינער וועט עס נישט לייקענען. אבער מיט דעם אלעם די מציאות איז אז לפלא גדול כהיום זענען די זאליס זייער דיסעפוינטעט און קריצן מיט די צייט זעהנדיג ווי ר' אהרן שטייט יעצט, אפי' דער זאלי וועט זאגן א מיליאן מאל "רב הצעיר" "ראדני" "צוויבל" "שמחת תרה" וכו וכו, איז עס אלעס משפה לחוץ, בתהום לבבו טראגט ער נישט אריבער וואו ר' אהרן שטייט. און מ'זעהט עס קלאר און דער איד עדיטאריעלס, בלומענפעלד, אדער סיי וועלעכער זאלי ווען ער צולאזט זיך.
די הארבע שאלה איז פארוואס? זייער פשוט, דער מציאות איז אז זייט יענעם חוה"מ, וואס א יאר שפעטער, האט זיך אלס מער געהויבן די קאנפידענט ביי יעדער זאלי אז ר' אהרן איז מער ווייניגער קאפוט, ער איז היסטאריע, ער האט נישט קיין שאנס צו זיין עפעס אן ערענסטער זאך, זיי האבן געמאכט זייער א לאגישער חשבון: דער רבי דער ברך משה איז דאך אינגאנצן מיט ר' זלמן לייב'ן, ער ארבעט אויף אלע פראנטן פאר איהם און קעגן ר' אהרן, על פיו ישק ומי יבא אחריו, דאס מיינט יעדער סתם פארעווער ערענסטער מענטש וועט גראד זיך צושטעלן צו ר' זלמן לייב'ן, פארוואס זאל איינער זיין משוגע און זיך קריגן קעגן רבי'ן אליינס, יעצט ר' זלמן לייב זעלבסט איז דאך דער קלוגער נועם המידות ער איז פרענדלי ער איז נארמאל ער לערנט בעסער אפ א שטיקל גמרא, וכו וכו, ווידער דער אהרן איז דאך א אפגעפליקטער משוגענער, קלאטשט ווי א צידרייטער הכל יודך, רייסט זיך מיט די גאנצע וועלט, זאגט עפרא לפומי', קוקט אויף מענטשן אין מקוה וכו וכו, נו פארוואס זאל א נארמאלער מענטש קוקן אויף זיין זייט, אויב מ'קען בדרך כבוד און מיט דיגניטי זיך צושטעלן צו זלמן לייב'ן, פארוואס זאל מען גיין אן אומוועג צו זיך צישטעלן צו דעם צידרודלטן אהרן, העכסטנס וועט ער האבן זיינע פאר הונדערט משוגעים דא דארט וואס וועלן זיך עקשנ'ן, אבער סוף כל סוף, אחרי ככלות הכל וועט ר' זלמן לייב זיין דער נארמאלער אנגענומענער סאטמארער רבי מיט די צוואה און מיט די הויז אויף בעדפארד עוועניו, יעדער דרויסנדיגער רב וועט ליב האבן ר' זלמן לייבן ער איז דאך דער באטעמטער קלוגער, און ר' אהרן וואס האט נישט קיין חן און רעט ווי א צידרייטער, וועט זיצן און קלאטשן און קרית יואל ווי קיינער - אויסער זיינע פאנאטיקער - וועט נישט האבן קיין סיבה צו קוקן אויף זיין זייט. פארוואס יא?
דאס איז געווען דער חשבון פון יעדען דורכשניטליכער זאלי 10 יאר צוריק ווען די פילוג האט זיך אנטוויקלט, די וואס האבן שוין אמאל גערעדט צו א ריכטיגער זאלי פארשטייען עס זייער גוט, און וואס א יאר שפעטער איז די עקספעקטעישן מער און מער געוואקסן א ר' זלמן לייב גייט דא זיין דער פולקאמער יורש און אהרן איז רעדוצירט צו א סעקנד קלעסס רבי.
מ'דארף פארשטיין אז מצד הזלונים איז די גאנצע אגענדע נאר א פערזענליכע פייט, אלעס איז נאר נקמה קעגן דעם איינעם פארשוין, נעמליך אהרן ט"ב, זיי קענען איהם נישט סובל זיין, דאס איז ידוע, ווען זיי הערן זיין נאמען שווינדלט זיי די קאפ, ממילא ווען זייער אפעטיט איז אנגערייצט געווארן, און זיי האבן זיך ערענסט גערישט אז דער אהרן גיין מער ווייניגער אפגעווישט ווערן פון די מאפע, איז זעלבסטפארשטענדליך אז ס'זייער שווער צו אראפשלינגן פאר א זאלי צוקוקנדיג די מצב ווי ר' אהרן שטייט, וואס למעשה איז ער ארגיועבלי די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע און אפשר אין די וועלט (אדער עכ"פ כמעט אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב איך וויל פשוט נישט אז מ'זאל זיך איבער דעם טענה'ן ווייל מ'וועט פארטיגן לכאורה אין יאר תשצ"ז) דאס איז ווייט נישט וואס דער זאלי האט זיך געשארפט די ציין יענעם חוה"מ.
ס'שווער צוריק צו טראכטן וואס דער מצב איז דעמאלטס געווען, היינט נעמט מען עס שוין פאר גרענטעד, אז ר' אהרן איז פון די גרעסטע רבי'ס, פירט סאטמאר, וכו, אבער טראכטנדיג צוריק וואסערע מצב ר' אהרן איז געווען יענע יארן נאך יענעם חוה"מ איז מיר ממש א נס ופלא גדול צו זעהן וויזוי ר' אהרן האט זיך צוריקדערארבערט צו אזא הויכן שטאפל, איך מיין איך זעה נישט קיין איין לאגישער סיבה פארוואס ער וואלט געדארפט האבן איין נארמאלער מענטש, דער רבי האט דאך נאר געוואלט ר' זלמן לייב, ער האט פארשטאלטן ר' אהרן, ר' זלמן לייב זיצט בכבוד אויף 550 בעדפארד, ער האט די קלארע צוואה, א שיינער נועם המידות, מלא חן, ווי האט דער אומב'חן'טער שלעגער אהרן די ביזנעס צו האבן אפי' 10 נארמאלע מענטשן, אלע ODDS זענען געווען קעגן איהם, ס'מוז זיין עפעס א רוחניות'דיגע כח, ווייל גשמיות זעה איך נישט, נישט קיין בנינים, נישט קיין צוואה, נישט קיין חן, נו וואס יא?
איך האף נאך ממשיך צו זיין, הרבה דיו נשארו בקולמוס
איך לאז רעאגירן