היות די האסט צוויי מאל דא געוויזען אז די פרעגסט אבסורד קשיות וואס לייקענען פאקטן צו פארדרייען דעם שמועס און צו פארדעקן ענקער היפאקרעסי וועל איך דיר דירעקט נישט ענטפערן איך וועל נאר שרייבן פאר דעם עולם, אויב ווייסן זיי נישט אדער אויב זיי האבן שוין פארגעסן.
דער בירך משה זצ"ל איז סערווירט געווארן מיט קאורט פעיפערס און ער האט געדארפט ערשיינען אין פעמעלי קאורט.
מיט גרויס שתדלנות פון זיין געטרייען זון הרב ר' ליפא און זיין געטרייען גבאי ר' משה פר"מ מיט די ארבעט פון די לויערס האט בחסדי השם דער אידישער שופט דשאודזש לעווענטהל מסכים געווען צו אראפקומען און באזוכען דעם בירך משה זצ"ל ביי איהם אינדערהיים. (א זעלטענער ערשיינונג פון א דשאודזש)
נאך דעם וויזיט האט ער שוין איינגעזעהן דעם בייזוויליגקייט פון דעם קלאגע, דורך די קינדער פון דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט זייערע קאזענס די קינדער פון דעם 53'ציגר אנטקעגן זייער גרויסן זיידען, און ער האט ארויסגעשליידערט דעם קעיס, און דער כבוד פונעם צדיק איז געראטעוועט געווארן.
(דאס אלעס קען מען אליין נאכקוקען אין דעם דעסישען פון דשאדזש לעווינטאהל דאטום 11/10/2005)