היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידערליך: היינז קעטשאפ אין קווינס ישיבה - ואין פוצה פה

שוידערליך: היינז קעטשאפ אין קווינס ישיבה - ואין פוצה פה

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2640673

רבי_יונה » 13/6/2009 02:04

שיין דערלעבט. ליידער אמת ויציב.

א ביטערע פייט אין קווינס ישיבה, ווייל ס'איז נישטא קיין הכשר.
ר' לייביש טייטלבוים (בן ר' שמואל) האט פארפירט אז מ'טאר נישט עסן די מאכלים אין ישיבה.

בחורים מאכן ראיאטען און ווארפען ארויס עסן אויף די פלאר.

בחורים האבן באמערקט די היינז קעטשאפ אנהייב וואך אין די קאך, און דערווייל האט די הנהלת הישיבה נישט געטאן קיין שום זאך.

פרטים נוספים יבואו

באלאנד » 13/6/2009 02:26

יונה ס'נישט גוט, די מעשה קלעבט עפעס נישט, נעקסט טיים טריי עפעס בעסער.

מישמאש » 13/6/2009 02:43

אז מען גייט נישט אויסגעהאלטענע פלייש איז דעס שוין נישט קיין שום סופרייז.

וויינשטאקל » 14/6/2009 11:24

באמבע! זאלי וועד הכשרות נעמט אראפ די הכשר פון די קאך אין ישיבה גדולה צוליב די מעשה, די ישיבה קאכט ווי א קעסל, די פרומע רמי"ם האבן זיך פאראייניגט און א אפענע קריג קעגן די הנהלה כדי צורוקצושטעלן דעם הכשר. רז"ל האט שוין פאררופען אפאר אסיפות און פרובירט אפצושטילן די מערכה. הרה"ג ר' משה ראובן איצקאוויטש שליט"א יו"ר פון די זאלי וועד הכשרות האט דעם שבת דערקלערט פאר ווער עס האט אים נאר געפרעגט, אז די הנהלה גשמיות שטעלט זיך נישט צו צו די פרינציפן פון די וועד הכשרות, און גיט די בחורים צו עסן די שוואכסטע הכשרים, אלעס זיך צו שפארן אפאר טאלער, ממילא זענען זיי געווען געצווינגען (?...) אראפצונעמען דאס הכשר.

פנחס_מיילך » 14/6/2009 11:36

האט פארגעסן צו שרייבען אז מהאט אויך געגעבען דארט חזיר שטיקלעך אין די סאפער

ארגינעלער » 14/6/2009 19:08

די מערכה פירט אן לייביש ב"ר שמואל טייטלבוים ( ער ריפט זיך לייביש צאנזער )
ער זיכט מערכה'עלעך אזוי ווי ער האט געמאכט פאשקעווילן פאר אפאר וואכן צוריק קעגן דער איד.
 
די וועד הכשרות פין קווינסער ישיבה ווערט באצלט דירן די זאלי קהל.
נאך פסח האט קהל איינגעמלאדן ,אז די ישיבה זאל באצלן פאר זייער הכשר
יוסף מרדכי כהנא האט געזאגט בשום אופן, די ישיבה דארף נישט קיין הכשר ,
איביריג ציזאגן וואספארע הפקרות ס'איז געווען אין קאך ס'איז געווון לארי פלארי
לייביש צאנזער האט די וואך אויף געהעצט די לומדים אין קווינס, אז די קאך אין קווינסער ישיבה איז טריפה, מען האט איבער געקערט אלע טעצער פלייש מיט פערפיל אין אויס געגאסן די טרינקן. 

די בחורים האבן געגעסן אויף סאפער ברויט מיט טונא. 

נ.ב. נישט פארגעסן באלאנד האט אויך פורבירט צי לייקענען פאר אפאר וואכן צוריק ווען זאלי רוצחים בחורים האבן ציפראסקעט א באס דרייווער.  

 



 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 14/06/2009 19:10:29

סעדער » 14/6/2009 20:08

CRC וועט זיכער געבן די השגחה אויך אויף לשעבר, אזויווי ביי קארנס

רבי_יונה » 14/6/2009 22:07

די זאלי ועד הכשרות האט אראפגענומען דעם הכשר.
אבער יוסף מרדכי כהנא פייפט אן. ער זאגט אז ער איז דער באלעבאס און דארף נישט קיינעמס הכשר.

בלומענפעלד האט שוין געהאלטן נאך א דרשה דאנערשטאג... (בסוד גמור) און האט געוואראנט אז מ'זאל נישט אפגעכאפן קיין טעיפס.

יעצט איז שוין די דריטע דרשה פון דעם לץ. וועלמיר האפן אז איינער וועט דאס אויך ארויסגעבן, וועט מען קענען צייגען פאר אלע זאלונים דא, ווער דער ליגנער איז.

לולא_תורתך » 15/6/2009 01:23

יונה, סתם פאר אינטערסאנקייט, דו באקומסט באצאלט פער תגובה אדער פער ליגנט?

רבי_יונה » 15/6/2009 04:37

לולא

וויאזוי באקומען ר' נפתלי בלומענפעלד באצאלט?

פער דרשה אדער פער טעיפ?



מאי ביניהו, איכא ביניהו.



אויב ער האלט א דרשה און מ'כאפט עס נישט אפ, באקומט ער באצאלט פון די פארטיי אדער נישט?


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/06/2009 6:03:42

_________________

פעטרסאן08 » 15/6/2009 06:55

היינט זינטאג איז ווייטער געווען איבער דרייעניש

נפתלי בלומנפעלד האט ארויס געווארפן א בחור פין ישיבה.

אבי_גיזונט » 15/6/2009 17:14

רבותי!
קיינער פון אייך האט נישט קיין שום זכות צורעדן וועגן יא כשרע עסן נישט כשרע עסן.
איך לעב אין ירושלים עיר הקודש און ליידער זעה איך צו וויא ס'קומען אידן פון אמעריקע נישט קיין חילוק זאליס אהרויניס באבובער בעלזער ויזניצער ליטוישע 90 פראצענט אמעריקאנער אידן וואס קומען אין ארץ ישראל קוקן נישט בכלל אויף דעם ענין פון כשרות מ'פרעסט כל הבא ליד (ס'שטייט דאך קלאר כשר) צו ס'איז אין האטעל צו ס'איז סתם אזוי אין רעסטוראנט, ס'איז א בושה וחרפה ווען מ'גייט אריבער אין די טריפענע גאסן אין ירושלים אדער אין תל אביב אדער אין טבריה און מ'זעהט ווי די אמעריקאנער אידן זיצן אין די פלעצער וואס אפילו די גאנץ שוואכע אידן עסן נישט דארט וועמען זעהט מען יא אמעריקאנער אידן מיט בארד און פיאות זיצן און פרעסן אפילו גאנץ קליינע קינדער זעהט מען דארט דער עיקר ס'שטייט כשר, פאר וואס? ווייל חלילה ס'וועט אריבער גיין א טאג אן זיך אן צופרעסן מיט פפלליייישש מ'קען נאך חלילה צוזאם פאלן אויב וועט אריבער גיין איין טאג אהן קיין פלייש, נאכדעם ווייסט מען נישט פאר וואס ס'איז דא אזויפיל קליינע בחורימלעך וואס פאלן אוועק, ווייל נאר אויף די אינציגע זאך פון כשרות באכילה איז דא דער ענין פון "ונטמתם בם".

נאמר בתורה אל תשקצו את נפשתיכם בכל השרץ השורץ ןלא תטמאו בהם ונטמתם בם ויקרא י"א מ"ג.

אידן האט רחמנות אויף אייערע קינדער און עסט נישט און פלעצער וואס די כשרות איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן. נישט ביי שרי און נישט ביי בערי אין נישט ביי קפה רימון די אלע פלעצער איז טרייף.

טאטלע » 15/6/2009 18:30

אבי געזינט וואס האסטו דא גענטפערט איין עוולה פארענטפערט נישט די צווייטע עפען א אשכול אין זיי מעורר דען ציבור אויפן גרויסן מכשול

איזראלי » 15/6/2009 18:30

גוט געזאגט שפתים ישק !!

rebyankel » 15/6/2009 19:17

איך האלט אז סוכ''ס ווען יוסף מרדכי כהנא אויספירן ער איז א תקיף, אין ער וועט זיך נישט ברעכן אזוי שנעל פאר ר' לייבוש ט''ב

העלד » 15/6/2009 19:45

אין דער איד די פארגאנגענע וואך איז דא אן ארטיקל פארוואס די "פאזיטיווע" אהרונים זענען
לעצטנס זייער פארנומען מיט די סאטמארע ישיבה גדולה איו קווינס, ווער עס קען זאל עס ביטע
דא אריינסקענען.

Isacmandel » 15/6/2009 19:57

די ארונים זענען נאר ביזי ווען די זאליס מאכן די ארבעט פאר זיי.

אז דער ליץ בלומענפעלד קען זיך נישט האלטן דאס מויל זיינע פארמאכט, אדער אין ערגסטן פאל, אז ער קען נישט קאנפיסקירן די נארישע טעיפס און עס קומט ארויס בשער בת רבים און עס מאכט ביזי בזיונות, זענען די ארונים די וואס קעשן עס איין.

וואס זאגט דער איד דערצו?

rebyankel » 15/6/2009 20:14

העלד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין דער איד די פארגאנגענע וואך איז דא אן ארטיקל פארוואס די "פאזיטיווע" אהרונים זענען
לעצטנס זייער פארנומען מיט די סאטמארע ישיבה גדולה איו קווינס, ווער עס קען זאל עס ביטע
דא אריינסקענען.


יעדע ארטיקעל פין דער איד, איז ווערט מ'זאל עס אריינסקענען
זאל יעדער זעהן וואס פאר א שמיציגע פארביסענע מענטשן די זאליס זענען, וויפיל שעה אין טאג, זיי געבן פאר קללות אין לשה''ר אין מחלוקת
נידריג נידריג!!!

לגבי דעם ארטיקעל פין וואס די רעדסט:
דער איד האט דא געוואלט ריינוואשען די קווינסע ישיבה, נאכדעם וואס דער שמיציגער גערוך האט אנגעהויבן ארויסציקומען אין  די גאס, אין איין וועג באשמיצען די סאטמערע ישיבה גדולה,{וואס איז וויכטיגער ווי ריינוואשען זיך אליין'ס}  אבער זיי כאפען נישט וויפיל נאמנות די גאס האט אין זייער צייטונג, סוי כ'האף זיי וועלן שרייבן ווייטער,