יעצט אבער שטעלט זיך ארויס אז די מידיא האט געמאכט א גרויסן טעות. דער ספאנישער בוגד עספאדא וועלכער האט איבערגעגעבן קאנטראל פונעם סענאט פאר די רעפובליקאנער און איז ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם סטעיט סענאט איז א לינקער ליבעראלער און א משוגענער. ער איז פון די הויפט ספאנסארס פון דעם תועבה געזעץ און ער שווערט זיך אז איינע פון די ערשטע זאכן וואס דער נייער רעפובליקאנער סטעיט סענאט גייט דורכפירן איז באשטעטיגן דעם תועבה געזעץ.
עספאדא פרובירט צו איבערצייגן אן אנדערן פרא-תועבה דעמאקראט אז ער זאל שטיצן די רעפובליקאנער. ער זאגט אים צו אז אויב ער טוט עס וועט ער דורכשטופן דעם תועבה געזעץ.
דער דעמאקראטישער פירער מאלקאלם סמיט איז קעגן דעם תועבה געזעץ, ווייל ער איז א שווארצער און די שווארצע זענען ע"פ רוב אנטי-ג---, נאך סאך מער ווי די ווייסע, און דעריבער האט ער געהאלטן אין איין אונטערשטעלן פיסלעך פאר'ן געזעץ און ער האט געזאגט אז נאר אויב דער ביל האט גענוג שטימען וועט ער עס לאזן ברענגען פאר א וואוט, און אז נישט וועט מען עס אפילו נישט אויפברענגען.
דער רעפובליקאנער פירער דיען סקעלאס זאגט צו אז ער גייט ברענגען די תועבה ביל פאר א וואוט. שטילערהייט האפט ער אז ס'וועט דורכפאלן ווייל ער וויל נישט העלפן די פארשטונקענע תועבה'ניקעס אבער ער האלט אויך נישט ביים ארויסגיין קעגן דעם פאררוקטן עספאדא ווייל ער וויל נישט פארלירן קאנטראל פונעם סענאט.
אלזא, די אנטי-תועבה חברה זענען אין פאר א גרויסע דיסעפוינטמענט.