די מעשה איז אזוי.
די זאליס האבן געמאכט א דיעל מיטן
"עולם החרדי" ווען עס האט זיך געפענט, אז די ערשטע 4 יאר גייען זיי געבן פארן עולם החרדי יעדעס יאר 30 טויזענט דאלער אז זיי זאלן דעקן רז"ל. - נישט פארגעסן אז דעמאלס ווען די עולם החרדי האט געפענט, האט דער כל העולם כולו געדעקט נאר די אהרונים, ממילא זענען די זאליס געווען שרעקליך דעספערט, און זיי האבן געטאן אלעס אויף די וועלט אז דער עולם החרדי זאל קענען אנגיין.
אזוי איז אנגעגאנגען ביז פאריאר פאר זימער, ווען די זאליס האבן געגעבען פארן עולם החרדי א טשעק
פון 20 טויזנט דאלער, און דאס איז געווען א טשעק פון י. ווייס איינע פון די גבאים פון ר' חיים הערש,
אבער די טשעק האט געקראכט...!
אזוי האט די זאך אנגעהויבען ביטער צו גיין, דער עולם החרדי האט געזעהן אז די זאליס לאזן זיי מיטן געקראכטן טשעק, האבן זיי אנגעהויבען צו דעקן די אהרונים צו ווייזן פאר די זאליס אז זיי מיינען ביזנעס, און זיי זאלן שוין באצאלן. אזוי האט זיך די זאך געשלעפט מיט הבטחות וכו', זיי האבן געזעהן אז עס נעמט קיין עק נישט.
אין א"י איז דא געזעץ אז טאמער מען געט פאר איינעם א טשעק אן עס קראכט, קען מען נעמען א מארשל אין אוועק נעמען פון יענעם די ווערד פונעם טשעק. האבן זיי פאריגע וואך ארויסגענומען דורכן געריכט א מארשל!, ווען י. ווייס איז געווען אין אמעריקא, און די וואך זינטאג זענען זיי אנגעקומען צו זיין דירה, זיין ווייב האט געפענט די טיר,
די מארשלס זענען אריין אין די דירה, און אנגעהויבען צוזאם פאקן אלע חפצים...! זיי האבן אויסגעליידיגט די דירה און עס אריין געלייגט אין א טראק, זיין ווייב און קינדער זענען נעבעך געשטאנען דארט אין געוויינט מיט ביטערע טרערן.
זי האט געריפען קיין אמעריקא איר מאן, ביטערלעך געוויינט וואס מען טוט מיט איר נעבעך, עס איז געווארן א מהומה, די זאליס האבן אנגעהויבען צו ריפען פון אלע זייטן דעם עולם החרדי,
י. בלומענפעלד בן נפתלי, און ש. י. פריעדמאן, וואס זיי פירן אן די פיקטשערס פאר רז"ל, האבן געריפען און זיי האבן פארהאנדעלט מיט די עולם החרדי, קודם האבן זיי פרובירט מיט בייזן געסטראשעט אז די זאליס וועלן מער נישט שיקן קיין פיקטשערס פארן עולם החרדי וכו', נאכדעם האבן זיי פרובירט מיט גוטן, אבער די עולם החרדי האט געזאגט 20 טויזנט דאלער פאר די פיקטשערס, ותו לא.
נישט האבענדיג קיין ברירה האבן זיי צוגעזאגט אז זיי וועלן שיקן די געלט ביז אפאר טאג, אבער די עולם החרדי האט געזאגט אז זיי טראסטן זיי נישט, ווייל זיי האבן שוין צוגעזאגט אסאך מאל, האבן זיי ארויף געלייגט אפען טעלעפאן ר' חיים הערש וואס האט צוגעזאגט פארן עולם החרדי אז ער נעמט אחריות דעראויף, און ביז 2 טאג וועט ער ברענגען די 20 טויזנט דאלער פאר די פיקטשערס, אויף דעם ארויף האבן זיי געהייסען די מארשל פארלאזן די דירה און צוריק געבן די זאכן און מען וועט ווארטן 2 טאג.
נעכטן מיטוואך איז געקומען מאיר ראטה זון פון ירושלים וואס איז גבאי ביי ר' חיים הערש שול, און ער האט געברענגט
א מוסדת יטב לב טשעק פון 20 טויזענט דאלער!!!,
פארן עולם החרדי פאר די פיקטשערס.
אזוי זענען די זאליס געראטעוועט געווארן פון די עולם החרדי פיקטשערס.!!
די גאנצע גאס אין א"י איז אויף מיט די מעשה און דער עולם דרייט זיך פאר גלעכטער.
יעצט רבותי! הערט איבער די הייליגע דרשה פון נפתלי בלומענפעלד איבער די פיקטשערס...!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 12/06/2009 10:43:00