היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קראלי רופט ארוינים און קארט.

קראלי רופט ארוינים און קארט.

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2638882

יכול » 9/6/2009 22:05

Willy: Krula vs Satmar (Aronim) in Court, after Not Coming to Din Torah after they Made Matzoh Bakery Fire in thier Chider.



[בילד – נישט אפגעהיט]

גענומען פון דא
http://twitpic.com/6yb80

על_הגאולה » 9/6/2009 22:11

ס'האט לאנג געדארט דאס זאל אנקומען פון דער צווייטער פארום אהער.


ולגופו של ענין.

פון ווי נעמסטו אז די אהרונים ווילען נישט גיין צו דין תורה, האסט 3 הזמנות וכו', און די פאפירען שטייט דאס נישט, זיי בעטען אז מ'זאל סעטלן די ענין ביי דין תורה, שטייט גארנישט אז די אהרונים ווילען נישט שטעלן צו די דין תורה

rebyankel » 9/6/2009 22:22

על_הגאולה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'האט לאנג געדארט דאס זאל אנקומען פון דער צווייטער פארום אהער.


ולגופו של ענין.

פון ווי נעמסטו אז די אהרונים ווילען נישט גיין צו דין תורה, האסט 3 הזמנות וכו', און די פאפירען שטייט דאס נישט, זיי בעטען אז מ'זאל סעטלן די ענין ביי דין תורה, שטייט גארנישט אז די אהרונים ווילען נישט שטעלן צו די דין תורה


יעדער ווייסט די נאנטקייט פין די 2 קהילות ק''ק יטב לב אין ק''ק נחלת צבי, אין עס מאכט נישט קיין סענס אז דא זאל זיין אן אפיציעלע געשלעג, לכאורה ווילן זיי דא עפעס אדער קלעימן אינשורנס אד''ג

יכול » 9/6/2009 22:32

על הגאולה,

עס איז א Twitter אפדעיט נישט קיין פורום.

איך האב נישט געזאגט זיי ווילען נישט גיין צו די"ת עס איז נאר נאכגשריבען פון דארט, באפאל מיר נישט...

לעבעדיגער » 9/6/2009 22:47

די זאלי'ס פראבירן צו מאכן א מעשה און אפפמאלן ווי גלייך דא קומט פאר א געשלעג צווישן די צוויי קהלות.

איך בין גראדע באקאנט מיט די פונקטליכע דעטאלן דא, אבער איך קען נישט שרייבן אלעס דא, אבער כדאי מענטשן זאלן נישט ווערן פאר'נער'ט פון די זאליס וועל איך שרייבן בקיצור

דאס זענען די טריקענע פאקטן פון די מעשה. איך וואלט עס נישט געברויכט שרייבן, אבער כדאי עס זאל נישט ארויסקומען קיינע מחלוקת און מענטשן זאלן פארשטיין וואס דא גייט פאר און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די זאלי'ס וואס ווילן מאכן א נייער פאליטיק שרייב איך דא אראפ דברן כהווייתן.

אויסגעמעקט די פרטים אויפן פארלאנג פונעם שרייבער.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 10/06/2009 2:10:20

_________________

איחדמעמבר » 9/6/2009 23:07

איך קען נישט אריינגיין אין דיטעל אין דעם גאנצען נושא..... והמבין יבין

 אזויפיל קען איך קלאר זאגען אז די זאליס זענען דאס מפרסם מאכען זיי נאר שאדן אין קאפוויי פאר קראלי מוסדות אין פאר כ"ק מרן אדמו"ר מקראלי שליט"א וואס האט זיי קיינמאל גארנישט געטוהן.            

יעדער ווייסט אז קראלי קהילה איז 90 פראצענט ארונים אין כ"ק מרן אדמו"ר מקראלי שליט"א'ס נאנטסטע אין געטרייעסטע מענטשען זענען ארונים. 

די זאליס ווייסען קלאר וואס דאס איז אין האבן דאס פארשפרייט על לא דבר נאר וויי צוטוהן פאר קראלי.

באלאנד » 9/6/2009 23:19

איך ווייס נישט פונקטליך וואספארא אינטערעס די האסט צו מאכן דעם קראלי רבי'ן פאר אן אהרוני (עפעס האסטו מרמז געווען אין דיין הקדמה מיטן וד"ל אבער ליידער פארשטיי איך נישט), אבער פארוואס דארפן די זאליס ווערן די רשעים ווען קראלי האט א פייט מיט די אהרונים? טאקע דאס וואס די זאגסט אז די מקורבים פון קראלי רבי'ן זענען אהרונים מאכט נאך הארבער די קשיא היתכן מען קען זיך נישט אויסגלייכן און מען מוז דייקא גיין אין ערכאות.

יכול » 9/6/2009 23:21

לעבעדיגער,

ייש"כ פארן קלאר מאכען דעם ענין.

איך האב עס געזעהן אויף יענעם סייט האב איך געטראכט אז עס קען זיין אינטערעסאנט דורכצושמיסען דא, אויב ברענגט עס דאס מינדעסטע שאדען פאר סיי וואספארא קהילה בעט איך דעם מנהל עס אראפצונעמען.

העלד » 9/6/2009 23:30

עס איז זייער מסתבר וואס לעבעדיגער שרייבט, קראלי האלט זיך זייער נאנט מיט די אהרונים
אבער מען קען פארשטיין די זאליס אז זיי זעהען בפירושע קארט פאפירן און א בריוו פון יצחק
רז''ב אז ער וויל נישט גיין צו ד''ת, מה יעשה הבן שלא יחטא.


איחדמעמבר » 9/6/2009 23:50

 קראלי רבי האט געשיקט א שליח בעטן דער מנהל פין די זאלי היידפארק אז מען זאל אים אראפנעמען דער ענפער איז געווען אז ער וויל נישט.....  
.. מנהלים דער אשכול דארף ווען פארמאכט ווערן ווייל עס קען ברענגען שאדן פאר די הייליגע קראלי מוסדות . אבער אזוי ווי די אנדערער פארום פארארבעט צו פאבריצירען מעשיות אין באשמיצען קראלי ווייס איך נישט וואס צי זאגען אין איך וועל לאזען די מנהלים מחליט זיין,

באלאנד » 9/6/2009 23:52

ב"ה דער קראלער רבי האט וואס צו טוהן...

rebyankel » 9/6/2009 23:59

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ב"ה דער קראלער רבי האט וואס צו טוהן...


אה! קראלי רב גייט נישט אין שפאן, באלד וועט ער נאך זיין (אויב ער נאכנישט) א כופר פאר'ן באקען זיינע מצות אין מהודר'דיגע בעקעריי פין קהל יטב לב  אין וומ''ס,
רבי אליקום איז נישט קיין אויסנאם, די זאליס האבען זייער אלטע טראדיציע ווער עס גייט נישט אין שפאן, דינו כמומר לכל דבריו
זאל עס עס הגאון בעל שבט הלוי, גאב''ד ירושלים, הג' ר''י הרמה דלאנאדאן, ועוד די ליסט איז זייער לאנג

באלאנד » 10/6/2009 00:03

דער ווארט "פעיראל רבנים" דערמאנט דיר עפעס? ווער האט אנגעהויבן מיט דעם סלאנג "פעיראל רבנים" און פארוואס האט מען דאס אנגעהויבן?

איחדמעמבר » 10/6/2009 00:23

עס קוקט אויס אז די קענסט נישט קראלי רבי . קום ארויף אין געב א קוק ער זיצט נישט מיט די פיס אויסגעשפרייט ווי דיין רבי ... ער העלפט אידישע קינדער פין אלע קהילות יעדען טאג...   קראלי רבי האט א אפענע שטוב ווי זיין טאטע הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע פלעגט האבן.  אין הערט אויס אידישע צרות א גאנצען טאג אין פרובירט צו העלפן.  עס קומט אים נישט די קאפוויי ווייל אפאר ליידיגייערס האבן איבריגע צייט.

ענק האבן אסאך וואס צו טוהן עס איז נאך דא אסאך רבנים אין קהילות וואס ענק האבן זיך נאכנישט נוקם געווען גייטס צו הרב לאנדא הרב שלעזינגער אין צו אנדערע קהילות אין לאזטס אפ קראלי,

באלאנד » 10/6/2009 01:22

עפענטליכע אנטשולדיגונג!!! איך האב גערעדט מיט אפאר חברים אוהדי בית קראלי, און אלע איינס ביי איינס האבן געהאט א פה מלא שבחים אויפן קראלי רבי'ן שליט"א, אזוי ווי איחדמעמבר האט שוין ערווענט, ווי אויך האב איך אביסל מברר געווען וועגן די פרשה און אכן נודע, די גאנצע קארט איז נאר פאר אינשורענס ענינים, און אז דער קראלי מוסד זאל האבן א טובת הנאה וד"ל. ע"כ שפיר איך פאר וויכטיג מיך אפיציעל צו אנטשולדיגן פאר די דברי בוז וואס איך האב געשריבן אויפן קראלי רבי'ן. ודי בזה.

rebyankel » 10/6/2009 01:26

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עפענטליכע אנטשולדיגונג!!! איך האב גערעדט מיט אפאר חברים אוהדי בית קראלי, און אלע איינס ביי איינס האבן געהאט א פה מלא שבחים אויפן קראלי רבי'ן שליט"א, אזוי ווי איחדמעמבר האט שוין ערווענט, ווי אויך האב איך אביסל מברר געווען וועגן די פרשה און אכן נודע, די גאנצע קארט איז נאר פאר אינשורענס ענינים, און אז דער קראלי מוסד זאל האבן א טובת הנאה וד"ל. ע"כ שפיר איך פאר וויכטיג מיך אפיציעל צו אנטשולדיגן פאר די דברי בוז וואס איך האב געשריבן אויפן קראלי רבי'ן. ודי בזה.


וזאלי בע''כ יענה אמן

allgood1s » 10/6/2009 06:13

באלאנד עס וואלט געווען א גלייכע זאך זאלסט לייגען דיין התנצלות אויך אין די זאלי פורם

באלאנד » 10/6/2009 09:48

פארוואס קימערסטו דיך אפילו מיט די אחים אנחנו פורום? נישט גענונג אז כ'האב דאס געלייגט אינעם פאפולערסטן היימישן פארום, האסטו נאך טענות צו מיר?

allgood1s » 10/6/2009 18:36

אן אריינגיין אין זייטיגע נושאים

אז די האסט שוין יא געטהון אמאל א ריכטיגע שריט, טו עס בשלימות און לייגט עס אין אלע פלעצער וואו די האסט געגאסען אויל צום פייער בנוגע די נושא.

די איינציגסטע לימוד זכות וואס איך האב, אז די האסט יא געלייגט נאר עס איז אפגעמעקט געווארען