היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאה שערים אידן פארטרייבן אן אמעריקאנער גוי מיט פעטש

מאה שערים אידן פארטרייבן אן אמעריקאנער גוי מיט פעטש

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2638851

Ziskeit » 9/6/2009 20:56

כ'מיין אז איינער דארף גיין און אויסלערנען די מאה שערים אידן אביסל מענערס.

די מענטשן האבן נישט קיין שום העפליכקייט צו א פרעמדן מענטש.

http://www.youtube.com/watch?v=T6MQe6RVP84&feature=related

פנחס_מיילך » 10/6/2009 17:18

עפעס איז זיער ראנג דא, כבין שוין געווען גענוג מאל אין ארץ ישראל און געזען גענוג גוים אין מאה שערים וואס מפארטרייבט נישט אזוי. סמאכט נישט סענס אז פלעין פאר רפעגן קשיות האט מען אים פארשיקט, זאל ער ארויפלייען די גאנצע ווידיא

tzvibp28 » 10/6/2009 18:16

די תגובות אויף די ווידעא זענען שרעקליך!

די סאונד איז נישט קיין אמת'ע

ChiefRabbi » 11/6/2009 01:23

די סיבה וואס ער האט זוכה געווען צו אזא העפליכע אויפנאמע איז נישט אלס זכות עצמו... ער איז דאך געווען צוזאמען מיט א ווידעו מאנשאפט האבן זיי ווארשיינליך געמיינט אז ער פון א פרייער טעלעוויזיע סטאנציע (מ'הערט טאקע ווי זיי שרייען בלשון רבים "עופו מכאן")

משנתחסידים » 11/6/2009 05:13

איין צודרייטער איז דא וואס גיט איהם דארט א שטופ

די אנדערע שרייען לכאורה בכלל נישט אויף איהם קענסט זען אז עס איז דא א ריזיגער עולם דארט מיט רייעט פאליציי, ער איז אונגעקומען דארט פארשטייט זיך אינמיטען א הפגנה,

ער ווייסט מן הסתם גאנץ גוט א עס האט גארנישט מיט איהם, ער איז נישט בלינד אין  זעט אויך אז מען שרייט נישט אויף אים נאר אויף די פאליציי, נאר די זשורנאליסטען קען מען גארנישט גלייבען.

ווילסט מיר זאגען אז ער האט נאר אויסגעפרעגט די משוגעים? אים בין זיכער אז ער האט געפרעגט 10 נארמאלע מענטשען נאר ער איז נישט אינטערסירט דאס ארויפצולייגען, איינער וואס ענטפערט אים דארט נארמאל לייגט ער נאר א האלבע ווארט.