היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס פארטוישען: בג"ץ קודש - טמא'נע שבת

זאליס פארטוישען: בג"ץ קודש - טמא'נע שבת

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2637799

רבי_יונה » 8/6/2009 04:25

ירושלים קאכט אויף די שרעקליכע חוצפה וואס ר' חיים צבי ט"ב האט אפגעטאן די וואך, ווען ער האט זיך נישט דעם שב"ק באטייליגט ביי די הפגנה למען השבת קודש, וואס איז געריפען געווארן דורך הרבנים הגאונים חברי בדי"צ עדה החרדית שליט"א ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.

דער קליינער סמארק האט געשיקט א מעסיטש דעם פרייטאג מיט לבן שאלי פערלשטיין וואס געפינט זיך איצט אין א"י צום ירושלים רב שליט"א, אז טאמער ער ציט נישט צוריק פון זיין חתימה קעגן די הליכה לבג"ץ נגד מוסדת סאטמאר בבני ברק והליכה לזבל"א,, דעמאלס קומט ער נישט צו די הפגנה למען השבת וואס דער גאב"ד שליט"א האט געריפען.

אזוי האט ער געטאן ר' חיים הערש איז געבליבען שלאפן דעם שב"ק נאכמיטאג געהעריג ווי יעדע וואך, צו נאך לענגער, און געוויזען פארן גאב"ד נוסח משה גבאי, אויך לבן פערלשטיין איז געבליבען שלאפן און זיך פיין אויסגעריהט.

יעצט אלע זאליס זאלן זינגען: בג"ץ קודש טמא'נע שבת...

רבי_יונה » 8/6/2009 05:43

די זאליס אין ירושלים שעמען זיך געפערליך מיט דעם רינדיגן יפו'ער, וואו איז זיין שכל פרעגט יעדער. איז ער אזא בהמה ווי דער פאטער?

מיט וועמען טריצט ער? מיט'ן שבת קודש? מיט'ן בי"ד?
אזוי קוקט מען אויס ווען יוסל 90 און נ. אטיק מיט נאך אפאר מלחכי פינכא נען זיינע עצה געבער.

איזראלי » 8/6/2009 16:09

ער האט דאך געהאט דא א גרעסערער חכם פון זיי צוגעבן עצות שאול פעורשטיין , בכלל צו וואס איז ער אין א''י ? מן הסתם איז ער געפארן אן פירן די מערכה א קעגן די בתי דינים נו אז ער איז דער פירער און עצה געבער איז רעכט אויף זיי די ברכה פון זרש פאר המן אֲשֶׁר הַחִלּוֹתָ לִנְפֹּל לְפָנָיו לֹא תוּכַל לוֹ כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו:.

rebyankel » 8/6/2009 21:05

ער שעמט זיך שוין אהיים צו קומען נאכדעם וואס זיינע בארד מעמבערס פין ניו זשערזי ביה''ח זענען ארויס געפלויגן

פרוכטבאר » 8/6/2009 21:15

דער גאב''ד איז אויך נישט דארט געווען

rebyankel » 8/6/2009 21:22

פרוכטבאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער גאב''ד איז אויך נישט דארט געווען


ער האלט זיך אויף די זעלבע לעוועל ווי דער גאב''ד (אויב ס'איז אמת אז דער גאב''ד איז נישט געווען)

רבי_יונה » 10/6/2009 21:57

כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איז געווען בראש פון די באטייליגטע.

באלד וועלן די זאליס לייקענען אז עס איז בכלל א פראטעסט געווען...

ארגינעלער » 12/6/2009 23:56

וואס גייט זיין דעם שבת.