היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.

ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2637792

השר_מקוצי » 8/6/2009 03:34



מארגן מאנטאג וועט פארקימען די חתונה בבית רבינו שליט"א , ווי הרה"צ ר העניך אשכנזי  וועט אינטערפירען א טאכטער אינטער די חופה, עב"ג בן ר' הרה"צ משה ט"ב שליט"א
עס ווערט ערווארטעט א ריזיגע ציבור, זיך צי פרייען בשמחת רבינו שליט"א, יה"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב

ביטע אפדעטיען די פרטים

ווערץ » 8/6/2009 16:04

ס'הייסט אז אלעס וועט זיין פונקטליך ספעציעל דאס בענטשען וועט זיין אום 11:00 אזייגער,

איך האף אז ס'זאל טאקע אזוי זיין און די מצוה טאנץ זאל זיין תיכף דערנאך

1נארמאלער » 8/6/2009 21:31

איך בין שוין אין קרית יואל,

די ביהמ"ד זעהט אויס זייער שיין אהער געשטעלט.

די סעודה גייט זיין אויך אין ביהמ"ד, און דערנאך גייט מען ארויסטראגן די טישן.

סאיז אנגעגרייט 12 שטאקיגע פארנטשעס אזוי ווי ביי נעילת החג.

באלאנד » 8/6/2009 22:58

האסט פארגעסן צו שרייבן אז מען האט שוין ארעסטירט 2 בחורים אויך...

האקאבו » 9/6/2009 02:38

מעלברוינער רב שליט"א סידור קידושין
צעהלמיער רב שליט"א כתובה ליינען
אויך געפינט זיך דארט
סקווירא רבי שליט"א
מיט תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א

שקל_שלם » 9/6/2009 08:15

מי שלא ראה מצוה טאנץ זו לא ראה מצוה טאנץ מימיו!
כבין נאך צו איבערגענומען פון די אויסטערליש דערהויבענע מצוה טאנץ וואס סאטמארע חסידים האבן יעצט מיטגעהאלטן. סאטמאר האט נאך אזוינס נישט געזען!

גענוג צו קוואטן צוויי עלטערע אידן וואס זענען געשטאנען לעבן מיר און ביידע האבן געזאגט די זעלבע זאך ספאנטעניעסלי נאך די מצוה טאנץ "א מעין פון די הקפות ביים רבין זי"ע!!!

עליגעיטאר » 9/6/2009 16:27

לאמיר טוהן צום זאך, ווער קען צושטעלין אפאר קליפס?


תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 09/06/2009 16:25:27

לעבעדיגער » 9/6/2009 17:00

איך בין נאך איבערגענומען!

איך האב נאך אזא מצוה טאנץ פון רבינו שליט"א קיינמאל נישט געזעהן! הערליך!

אריבער א האלבע שעה אין איין צו האט רבינו שליט"א געטאנצן לפני הכלה ווען דער ביהמ"ד האט זיך געשאקלט, דער עולם איז ארויס פון עקסטאז און נישט אויפגעהערט צו טאנצן.

דערנאך איז רבינו שליט"א געטאנצן מיט חתנו כבנו רב דבהמ"ד אבני צדק שליט"א, דערנאך מיט זיין משפחה און דערנאך די גאנצע משפחות עצי תמרים, קינדער און אייניקלעך פונעם רבין ז"ל, דער ברך משה.

ווי שיין איז געווען ווען עס האט זיך פארמירט א ריזיגער רינג פון רוב רובם פון די קינדער און אייניקלעך פונעם רבין ז"ל און געטאנצן באנאזאם אויפן באקאנטן ניגון הנה מה טוה ומה נעים שבת אחים גם יחד.

ווי געמאלדן פריער איז טאקע דער גאנצער חתונה געווען פונקטליך לויט די זמנים, זייער פרי. ביים חופה האט נאך געבאקן א זון, א זעלטענהייט פון א זאך.

לשנה הבאה האט מען געזונגען אום 10:53 אום 11:00 האט מען זיך געשטעלט מעריב און דערנאך איז געווען ברכת המזון און מצוה טאנץ.

איך האף אז אזוי וועט עס ווייטער אנהאלטן און יעדער וועט עס נאכמאכן.

באלאנד » 9/6/2009 17:18

אינטערעסאנט, מען האט גענדיגט אזוי פריה די חתונה און אלע אהרונים שלאפן נאך...

לעבעדיגער » 9/6/2009 17:31

רבינו שליט"א טאנצט מצוה טאנץ

(אנטשולדיגט ס'איז נישט אזוי קלאר, איך האב דאס גענומען מיט מיין טעלעפאון און איך האב נישט געהאט קיין מינוט צו שטיין גלייך, דער ביהמ"ד האט זיך געשאקלט, איך האף אז איינער וועט באלד לייגן קלארער)

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 9/6/2009 22:11

בילדער פון די חתונה
באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com

איך לייג עס אריין אן א סדר

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



עליגעיטאר » 9/6/2009 22:46

דער ציבור ווערט אויפגעפאדערט בכל לשון של בקשה אהערצושטעלען אפאר קליפס פאר די וואס האבין נישט גיקענט מיטלעבין די מאמענטין

ווערץ » 9/6/2009 23:55

ס'איז נאכנישט געבוירען געווארען דאס מאשין וואס זאל קענען אפכאפען געפילען,
סאו קליפס וועט דיר גארנישט העלפען.

עליגעיטאר » 10/6/2009 00:05

ספארט א נחמה פורתא, ביטע זיך נישט רייצען כהעל דיך נאך איבערגעבין פאר די הנהלה

סא פליז איינער האט רחמנות און שטעלטס אהער אפאר קליפס

באלאנד » 10/6/2009 00:05

מיינסט אוודאי אז די קליפס ליגן נאך ביים עדיטאר צוצולייגן די געפילן (לייען:עולם...)

ווערץ » 10/6/2009 00:25

באלאנד ווי אלט ביסטו?

לעקטערלעך... עולם... פיקטשערס...

ווען וועסטו עס אויסוואקסען?

לעבעדיגער » 10/6/2009 00:27

היינט איז דא א שבע ברכות דורך די נעפלעמינצער קהלה אין בארא פארק.

רבינו שליט"א וועט אויפנעמען היינט אין וויליאמסבורג פון 8:30 ביז 10:00 און דערנאך גיין קיין בארא פארק צום שבע ברכות.

רבי_יונה » 10/6/2009 05:48

ס'איז דא אן אשכול איבער דעם.
מנהל ביטע מעק אויס די אלע אשכול -פארדרייער.

דא רעדט מען פון די חתונה, און ווער עס האט קען שטעלן בילדער וקליפים

Isacmandel » 10/6/2009 05:54

איך האב היינט געהערט אז ביים טאנצן די מצוה טאנץ האט דער רבי געטאנצט אנדערש, ער האט געמאכט הוי-ה אדנ-י  א.ד.ג.

און אויך אז די ריקודין און התלהבות איז עפעס געווען נורא נוראות.

קען מיר עמיצער מסביר זיין וויאזוי דער רבי האט געטאנצט אנדערש ווי ביז היינט?
אויב קען מען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, ביטע טוט עס מיט א קליפ.

באלאנד » 10/6/2009 09:55

אוי וויי רבוש"ע! שלח רפואה שלימה לחולי עמך ובפרט לחולה אייזיק מענדל בן ... בקרוב ממש, דער איד איז ממש בארירט געווארן אזש ער האט אנגעהויבן אויסשמועסן די קבלה מעשית וואס דער הגה"ק פראוועט, ראטעוועט ווילאנג ס'נאך דא וואס...

גאסט » 10/6/2009 16:10

באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com

א קורצע קליפ ווי דער רבי טאנצט מיטן סקווירא רבי

ס'איז נישט אזוי קלאר (געכאפט מיט א סעלפאון)


http://www.mysatmar.com/clips/wedding2/v01.wmv

גאסט » 10/6/2009 16:20

מה_טובו » 10/6/2009 16:52

די גאנצע חתונה איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט,

אנגעהויבען פון די קבלת פנים, די חופה, די סעודה, דאס טאנצען,

אבער די מצוה טאנץ איז געווען לעילא ולעילא!!!!

ס'איז נאכנישט באשאפען געווארען די מענטש וואס זאל קענען אראפברענגען אויף פאפיר געפילען וואס איז געווען בשעת די מצוה טאנץ.

קודם די גראמער ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבער, ספעציעל מיט דעם "מי שענה" וואס האט געריסען שטיקער, די רבי האט געוויינט בכיות נוראות, (אויף א פאפיר קען מען נישט דרוקען דעם ב'כככככ'יות) וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצען ציבור און א ערענסטען און וויינעדיגע שטימונג,

נאכ'ן אויסרופען דעם רבי'ן איז די רבי געבליבען זיצעו אויף זיין פלאץ ווי לאנג די ציבור האט געזינגען א ווארעמע ניגון (איך געדענק נישט וועלכע, דוכט זיך מיר אז ס'איז א בעלזא ניגון)

איך ווייס ניטאמאל וויאזוי איך זאל שרייבען ווייטער....

ס'איז שוין דורך א גאנצע טאג און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ....

רבינו שליט"א האט געטאנצט... אהין און צוריק... מיט די רעכטע האנט כאפט ער אן די גארטעל, און די לינקע האנט לייגט ער אריין און זיין גארטעל...
ווען אינמיטען שטעלט ער זיך אפ כדרכו...
אבער דא איז געווען עפעס שלא כדרכו... איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבען... אפשר מיט א קליפ וועט מען עס אביסעל קענען זעהן.....

דאס טאנצען איז געווען א געמיש פון א שלהבת אש קודש!
התרוממת דקדושה!
בכיות עצימות!
רגשי שמחה!

נאך בערך א האלבע שעה טאנצען לפני הכלה האט די רבי גענומען דעם חתן, דערנאך אויך דעם מחותן אבי הכלה שליט"א,
דערנאך איז אריין און די רינג די מחותן אבי החתן און די זיידעס וקרובי המשפחה,

דערנאך האט די רבי געטאנצט עקסטער מיט חתנו אבי הכלה רב ומו"ץ שליט"א

נאכדעם האט די רבי געטאנצט מיט זיינע יוצאי חלציו, קינדער און אייניקלעך ווען די מוזיק זינגט "הנה מה טוב וכו' שבת אחים גם יחד"

און אויך איז נאכדעם אריין אין די רינג די קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן ז"ל, כ"ק ב"פ רב שליט"א מיט זיינע קינדער און הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א אב"ד סאטמאר 15 עוו. מיט זיינע קינדער און די קינדער פון אב"ד סאטמאר מאנטרעאל



אשרי עין ראתה אלה!!!

tzvibp28 » 10/6/2009 18:31

אפשר דאך? קענט איר מסביר זיין וואס פאר א דערהויבענקייט מ'האט געשפירט? אפס קצהו עכ"פ

monroe06 » 10/6/2009 19:12

א נישט קלארע בילד (געכאפט מיט א סעל פאון) ווי די רבי טאנצט מיט זיינע קינדער און אייניקלעך


[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 10/6/2009 19:22

באקומען א קליפ אין אימעיל kjgast@gmail.com

ביים טאנצן מיט די קינדער

נישט קלאר, (דער אפכאפער טאנצט אין מיטן אפכאפן) פון א סעלפאון

http://www.mysatmar.com/clips/wedding2/v02.wmv

rebyankel » 10/6/2009 20:07

א זעלטענהייט! א סאטמערע חתונה
אזוויפיל משתתפים, אין קיינער קען נישט ברענגן א געהעריגע פראפעשאל געכאפטע קליפ אדער פיקטשער, אלעס איז פין א סעלפאן אד''ג

ראו מה בין בני לבן.....

באלאנד » 10/6/2009 20:25

יא יא, די גוטע בילדער האט מען געסעיווט פאר די "עולם החרדי", זיי נישט אזוי צובראכן, עס ווארט דיר א 3 זייטיגער באריכט אינעם עולם החרדי פון מעכטיגע בילדער.

גאסט » 10/6/2009 20:39

דער שיקער וואס האט מיר געשיקט דעם קליפ ווי דער רבי טאנטצט מיט זיינע קינדער זאגט אז איך האב געמאכט א טעות אז איך האב געשריבן אז ער האט געטאנצען ביים כאפן דעם קליפ

"כ'האב נישט מיטגעטאנצט ביים נעמען די קליפ, איך בין פלעין געשטאנען אויף די פארענטשעס און ס'האט זיך געשאקעלט. "

שקל_שלם » 12/6/2009 01:43

מקען זאגן וואס מוויל וועגן דוד עקשטיין און מרדכי לייב גליק, פאקטיש האבן זיי היפש אויפגעטון מיט די תקנה קעגן פיקטשערס אין ביהמ"ד. סאיז נישט געווען א צענטל אזוי מיאוס ווי ספלעגט זיין אמאל ווען פון אלע זייטן האט געבליצט און געדונערט.

די פאקט אז סאיז נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין ווידיא פון די מוראדיגע מעמד ביים מצוה טאנץ איז נישט נאר א סימן ווי פארקאכט דער עולם איז געווען, נאר אויך א באווייז אז ווען ממיינט עס אמתדיג קען מען אויספירן

ארגינעלער » 12/6/2009 04:03

object width="560" height="340">

גאסט » 12/6/2009 16:20

בילדער פון JDN
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 12/6/2009 16:32

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

All mages credit S.O.S. Images

וויינשטאקל » 12/6/2009 22:03

היינט נאכט וועט רבינו שליט"א אריינקומען צום עריכת שולחן הטהור בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל בשעה 12:15, וואס וועט נאכפאלגן מיט די געהויבענעם מצוה טאנץ כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע.

rebyankel » 15/6/2009 22:45

געהויבענע שבע ברכות נעכטן אין ביהמ''ד אבני צדק
א געהויבענע ש''ב איז נעכטן פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין ק''י
ווי צווישען אנדאע האבען זיך אויך באטייליגט הג' רבי יושע ראזענבערגער שליט''א חבר בדי''ץ העדה החרדית (מלובש בבגדי שבת לכבוד השמחה בבית רבינו), ווי אויך האדמו''ר מקרעטשניף ארה''ב, ווער עס האט מער דעטאלען זאל ביטע פאסטן

[בילד – נישט אפגעהיט]
רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם געהויבענעם גאסט בברכת המזון
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 16/6/2009 00:12

כ'האב נישט געוויסט אז די זאליס וועלן אזוי שעלטן אויף רבי יושע'ס השתתפות, אזש מ'וועט דארפן בויען אזעלכע גרויסע חלומות
ליינט אין האט הנאה

ש. פאפענהיים מיט י. ראטה סטראשען הגר"י ראזענבערגער

יעדער וואונדערט זיך, וואס זוכט הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית ואב"ד קרית רמ"א  נעכטן מיטוואך נאכט ביי א שבע ברכות אין קרית יואל ביי האדמו"ר מהר"א, און גאר מיט בגדי שבת, איבערהויפט זייענדיג א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. {רז''ל}

גופא דעובדא הכי הוה, שלמה פאפענהיים (ברייט באקאנטער אהרוני און פערזענליכער חבר פון מאדאף הורוויץ){אזוי רופן זיי הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, די נאמען קומט פין דער איד אלץ נקמה} מיט יאנקל ראטה (א סרח עודף - שיק יונגעל - פון פאפענהיים) צווי מיטגלידער פון די פארשטאנד פון די הנהלת העדה החרדית האבן אנגעקאלט הגה"צ ר' יהושע שליט"א,  און האבן עם געלאזט הערן אז טאמער ער וועט נישט ערשיינען ביי א שבע ברכות, וועט מען עם רודפ'ן אינעם בית דין און מ'וועט עם שטעלן א נייעם חבר הבי"ד בעפאר עם און די רייע.

רבי יהושע שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנארא מיט בגדי חול, און דארט האבן עם אפגעווארט די אהרונים מיט בגדי שבת און עם געבעטן ערשיינען מיט בגדי שבת.

שלמה פאפענהיים האט אריינגעק'אלט מעכיל שלעזינגער און האט עם צוגעזאגט בשם די אהרונים אז מ'וועט עם שאפן געלט פאר זיינע מוסדות "עטרת יהושע" אין בית שמש, און אז אליעזר ווייס וועט מאכן א געלט אקציע.

היינט נאך ווען הגר"י ראזענבערגער איז ערשיינען ביים שבע ברכות, און די פיקטשער'ס לויפן און גרויסן, פארלייקענט פאפענהיים די גאנצע מעשה, און זאגט אז איך האב נישט צוגעזאגט, איך האב נאר פארגעלייגט א געדאנק.


אגב, ווער עס קען די צוויי חברי הנהלה, ווייסט אז ס'שטייט ניטאמאל אויס פין זיי די גאנצע מהלך, אבער עפעס א שקר דארף דאך מאכען צו פארענטפרן וואס דער מחותן האט געטוהן