היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הערליכע ספינקא הכנסת ספר תורה

הערליכע ספינקא הכנסת ספר תורה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2636291

לאגיש » 5/6/2009 03:18

די וואך זינטאג איז פארגעקומען א הערליכע הכנסת ספר תורה אין ספינקא וויליאמסבורג לע"נ כ"ק אדמו"ר ר' בעריש זי"ע ומחברתו הרבנית הצידקית ע"ה אריין געגעבן, דורך זיין זון הרב זלמן לייב שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מגאלנטא שליט"א .

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט]

סוקולנער רבי שליט"א טאנצעט מיטן ספר

[בילד – נישט אפגעהיט]



סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט]
הרב זלמן לייב שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט]

דער ספינקא ראש הקהל הרב מאיר הערש פראנצויז שליט"א שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט]


לאגיש » 5/6/2009 03:25


ווינער רב שליט"א שרייבט א אות



[בילד – נישט אפגעהיט]


ספינקא רבי ר' אייזיק שליט"א שרייבט א אות


[בילד – נישט אפגעהיט]


ספינקא רבי שליט"א פין ב"פ שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט]


גלאנטא רבי שליט"א שרייבט אריין א אות

[בילד – נישט אפגעהיט] 






תוקן על ידי לאגיש ב- 05/06/2009 3:24:22

לאגיש » 5/6/2009 03:36


גלאנטער רבי טאנצט מיטן ספר

[בילד – נישט אפגעהיט]

דער ריזיגערעולם טאנצט אויפן גאס

[בילד – נישט אפגעהיט]

בארשער רבישליט"א טאנצט

[בילד – נישט אפגעהיט]

ראדוונער רבי שליט"א בענטש

[בילד – נישט אפגעהיט]


זאבלאטאווער רבי טאנצט מיטן בפר


[בילד – נישט אפגעהיט]


הרב זלמן לייב רעדט ביי די סעודה

[בילד – נישט אפגעהיט]


גאלאנטער רבי רעדט ביי די סעודה

[בילד – נישט אפגעהיט]


לאגיש » 5/6/2009 03:41


סאטמער רבי שליט"א ביי מסיבת לחיים

[בילד – נישט אפגעהיט]


סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א ביי מסיבת לחיים

[בילד – נישט אפגעהיט]


פאפא רבי שליט"א ביי מסיבת לחיים

[בילד – נישט אפגעהיט]



גביר_אדיר » 8/6/2009 18:53

יישר כח ר' לאגיש פאר ברענגען אזעלכע שיינע בילדער, דוקא גאר קלארע בילדער, זעט אויס פון א פראפעשאנל פאטאגראפער. אבער אויך איך מעג, וואלט איך געוואלט בעטן א שטיקל הסבר, ווייל איך בין לגמרי נישט באקאנט אין דעם ספינקער משפחה.

קודם בין איך נישט זיכער ווער איז געווען ר' בעריש זצ"ל, און איך זעה אז סע איז אויך לעי"נ זיין רבצין. איך האב געמיינט אז ר' בעריש איז געווען ר' הערשעלע ספינקער זון, אבער יעצט בין איך שוין נישט זיכער, ווייל זיין רביצין איז שוין אויך אוועק.

יעצט ווער זענען אלע אנדערע, איך זע עטליכע רביס מיט שטריימלעך, גאלאנטא, בארשע, זאבעלטאוו.

אויך הרב זלמן לייב האט א שטריימל. איז ר' זלמן לייב דער ממלא מקום פון ר' בעריש? אויב יא פארוואס רופט ער זיך נישט ספינקער רבי?

איך זע ספינקא רבי פון ב"פ מיט א היט, אבער אויב איך געדענק גוט איז ער נישט פון די משפחה פון ר' הערשעלע, און איך זעה ר' אייזיק מיט א היט, וואס פונקטליך איז ער דא. נאך דעם זע איך נאך צוויי חברה דא וועלכע זעען אויס פון דעם משפחה אבער עס שטייט נישט ווער זיי זענען. איינער מיט א הוט ער זיצט ביי איין בילד לעבן דעם וויליאמסבורגער רב ר' מענדל. אין דער צווייטער איז מיט א שטריימל ער איז דא אויף אפאר בילדער, צוויי מאל לעבן ר' אייזיק, און ביין טאנצן לעבן גאלאנטע רבי. אויך עפעס א ראדאוונער רבי, ווער איז ער.

אז די האסט שוין געברענגט די בילדער לאז מיך שוין נישט מיט דעם צונג אינדרויסן, און קלער מיר אויף אביסל וואס דא טיט זעך.

שכוח רב
הקטן
גביר אדיר (אפילו יעצט אין די רעסעשן)

מישמאש » 9/6/2009 01:17

דער ממלא מקום איז ר' מאיר יוסל שליט"א
ר' זלמן לייב איז א ברידער
אין סאיז דא דאכט זיך מיר נאך צוויי ברידעס דער בארשער רבי מיטן זאבלטוויער רבי
אין ר' אייזיק איז  א ברידער מיט ר' בעריש ז"ל
אין סיי ר' בעריש מיט די רעבצין לעבן שוין נישט

מישמאש » 9/6/2009 01:17

אין דער ראדוונער רב פין לאנדאן איז א שוואגער מיט ר' בעריש זענען ביידע איידמיער בייים איהעלער רב ז"ל.

געווארט » 9/6/2009 22:38

מישמאש, דו מאכסט דאך נאר גרעסער דעם מישמאש דא, דו שרייבסט זייער נישט קלאר.

אלזא. ר' בעריש איז געווען דער עלטסטער זון פון ר' הערשעלע, און ר' אייזיק איז דער דריטער ברודער, דער אויפן בילד לעבן וויליאמסבורג סאטמאר'ער רב איז ר' נטע, ער איז דער פערטער זון פון ר' הערשעלע ער רופט זיך אדמו"ר מטבא דשמואל ספינקא

דער ספינקא'ר רבי פון ב"פ ר' נפתלי איז א ערשטער קאזין פאר ר' בעריש, ווייל זיין מאמע איז א שוועסטער פאר ר' הערשעלע.

ר' בעריש ז"ל איז ל"ע אוועק ביי די זעכציג יאר פון די ביטערע מחלה, זיין רביצין איז ל"ע אומגעקומען א יאר פריער פון א עקסידענט רח"ל.

די אלע קינדער פון ר' בעריש גייען מיט שטריימלעך.

דער ממלא מקום פון ר' בעריש איז זיין עלטסטער זון ר' יוסף מאיר, ער איז דער מיט די לאנגע בארד מיט דעם שטריימל וואס דו האסט געפרעגט ווער ער איז, עם זעט מען צוויי מאל לעבן ר' אייזיק, און ביין טאנצן לעבן גאלאנטע רבי. (פארוואס עס שטייט נישט ווער ער איז ווייס איך נישט, זעט אויס אז לאגיש האט עפעס א חשבון מיט אים און האט אים נישט געוואלט דערמאנען).

ר' זלמן לייב האט געשריבן דעם ספר תורה און ער האט עס אריינגעגעבן. ער רופט זיך נישט קיין שום רבי.

בארשע רבי, זאבלטאוו'ער רבי זענען קינדער פון ר' בעריש, גאלאנטער רבי איז דער שווער פון ר' זלמן לייב (דערפאר גייט ער לכאורה מיט א שטריימל) און ראדוואנער רבי איז א שוואגער פון ר' בעריש.

ע"כ אומרים בשבת הגדול