דער אריטקל איז געווען געדריקט אין די דער בלאט אין די פסח אויסגאבע
ס'האט געהאט א פאזאטיווען אפקאלנג איבראל
ס'איז ציגעלייגט געווארן חומר לטובה, ליינט'ס אין האט'ס הנאה
האט באטראפן מלכות סאטמאר אונטער דעם פאן פון "הנהגת התורה" און "נעימת המדות", וואס אויף דעם וואגן האט מען אויסגעריסן גופי תורה ווי התחברות לרשעים, זלזול בגדולי תורה ומאורי הדור, מסירות, מלשינות, הליכה לערכאות שלא בהזמנה לדי"ת, ביז צום גיין צום ציוניסטישן בג"ץ.
ווי ס'איז געווען צו ערווארטן האט דער גאנצער באלאן געפלאצט! ביי די אייגענע רייען הערשט א געפערליכע דעמאראליזאציע און צעמישעניש. די צען יעריגע האראוואניע גייט לאיבוד. אינגע בחור'ליך און אינגעלייט פרעגן קשיות, מ'זעט סתירות, מ'פלאגט זיך צו פארענטפערן, אבער ס'גייט עפעס נישט ווי געפלאנט.
זעענדיג אז דער באן הינקעט אונטער, האט דער עמטליכער מנהל פון די ישיבה גדולה זיך אויפגעשטעלט מיט העצערישע רעדעס, "אנצואווארימען" די געמיטער און אריינברענגן א "טויש" אינעם מצב, בלשונינו: "צו בויען די חסידות".
נאך מיט א יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח האט ער זיך ארויסגעלאזט אין די מיסיע צו "שווענקן די מוחות"; ער באזידלט די בחורים אויף זייער "אומאינטערעסע" אין די גאנצע הנהגה און דער סאמע מנהיג, אבער נאך א יאר האט ער זיך ווירקליך ארויסגעשיילט, "יצא המרצע מן השק", ער קלאגט און יאמערט אז דער צד שכנגד "איז שולט אויף אונזערע מוחות". עס וואונדערט אים "פארוואס לאזן זיך די בחורים שולט זיין אויף די מוחות"?!
צו ערפילן דעם דורשט פונעם אייגענעם ציבור ווערט אין דעם ארטיקל אביסל בארירט "אויפן שפיץ גאפל" די אורזאכן און זעלבסטפארשטענדליכע פאקטן וועלכע זענען גורם אז "מ'איז שולט אויף די מוחות", און די סיבות "פארוואס ס'הערשט אזא אימאינטערעסע צו די גאנצע חבורה פון רבי'ן זאל זיין געזונט" (כלשונו פונעם דרשן הנ"ל).
ס'איז ראטזאם בעפאר מ'ליינט דעם ארטיקל, אז מ'זאל אדורכקוקן די צוויי דרשות פון דעם דרשן הנ"ל, 1#) געזאגט בישיבת קווינס אלס הכנה צו שבת כ"א כסלו תשס"ח ווען די בחורים האבן געזאלט עסן אינאיינעם מיט זייער "נשיא הישיבה"; 2#) געזאגט מיט א יאר שפעטער, אלס הכנה צום יו"ט פורים תשס"ט. ביידע דרשות זענען א ווארט'ליכע איבערזעצונג פונעם טעיפ וואס איז ברייט צושפרייט ביים ציבור.
באמערקונג:
דער ארטיקל איז פיל מער אויסגעברייטערט פון די ערשטע ווערסיע, אזוי אז ס'איז אקטועל און אינפארמאטיוו אויך פאר די וועלכע האבן דאס שוין געליינט צום ערשטן מאל.
דרשה 1#
מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס
יום ה' פר' וישב [קודם שבת כ"א כסלו] תשס"ח לפ"ק
...ס'איז אָבער דאָ אַ עולם, באמת וואוילע בחורים, וואס זיי פרעגן אַ קשיא, אפשר אַז מען אָרגאַניזירט זיך, מען קומט זיך צוזאַם, דאָס איז נישט אפשר אזוי פּאַרטיי? מ'איז מחזק די פּאַרטיי...
טאָמער וויל מען נאָר אַ קהלה ווייל מען דאַרף אַ קהלה לשם קהלה, צו קענען ווייזן אַז מען האָט אַ גרויסן עולם, איז עס הבל הבלים...
ווען ס'איז נאָר אַ צוזאַמקום פון מענטשן אַז מען זאָל קענען ווייזן וואָסערע עולם מען האָט, איז עס הבל הבלים...
אַ טאג ווי כ"א כסלו, ס'איז בעתו ובזמנו, וואָס דער תכלית דערפון איז לחיזוק לתורה ולאמונה, לאָמיר אונז אויך אַזוי טון.
איין פּראָבלעם וואָס ווערט פאַר טייל [בחורים] מערערים איז אַ פּראָבלעם, "ווייל דער רבי וועט זיצן בראש". דאָס איז דער פּראָבלעם. "ס'וועט זיין צו אַ גרויסער חיזוק פאַר די רבי'סטעווע"...
"ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין די זאך!!!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש!!! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"!. ווען מען איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה...
מ'רייסט מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה [פון רבי'ן]?! ס'איז "לא איכפת ליה", ס'אינטערעסירט אים נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומ-אינטערעסע? נו וואָס זאָל איך טון, איך פרעג אַלץ די מענטשן, וואָס זאָל איך טון?...
יאָ, אָבער די זאַך, אַז ס'ווייזט לא איכפת, טאָמער איז יעדער בחור צופרידן צו דאַווענען אין זיין בונקער, אין זיין לאָך, אין זיין בית המדרש'ל דאָרט, וואו אימער אין וויליאַמסבורג, איך וויל נישט אויסרעכענען אַלע מיני שמות, און ער האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!".
מ'רייסט מיר דעם קאָפּ אַראָפּ, איז וואָס זאָל איך טון, זאג איך? איך דאַרף ווייטער רעדן וואָס מען דאַרף רעדן. פאַרקויפן נאַרישקייטן? פאַרקויפן שקרים וכזבים? וועלמיר פאַרקויפן דמיונות? פאַרקויפן פאַר'ן עולם "אנוכיות"? עגאאיזם? נאָכאַמאָל ווי גרויס מען איז, ווי הייליג מען איז, ווי מעכטיג מען איז, "ברבבותינו"?, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, כנוסח הגוים, וואָס מען האַלט אין איין פּראָפּאָגאַנדען ווי שטאַרק מען איז, ווי גרויס מען איז, דאָס איז נישט דער דרך ישראל סבא.
אָבער ס'איז אמת אַז ס'איז דאָ אַזאַ זאַך, ס'ליגט אָבער אַ טענה אין די מענטשן, אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע, וואס וועט זיין דער סוף??!! וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה? "ס'איז אמת די טענה"!!
*
כ'האָב שוין דערמאַנט, אז טאַטעס האָבן זיך מיר אָפּגערעדט, מען דאַרף רעדן פאַר די בחורים, פאַרוואָס פּראַוועט ער אַ שלש סעודות מיט די המוני עם? מיט די פּראָסטאַקעס! אין אַלע לעכער זיצט מען! מען שמועסט אָפּ דברים בטלים! מען האט זיך געטראָפן מיט די "פרענדס" און אָפּגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות! ס'ווערט דער זמן, מען כיפּערט אָפּ אַ מעריב, מען כאַפּט אַ ציגאַרעטל, אזוי ווי די פורקי... איך וויל נישט זאָגן פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם, אַרבעטס מענטשן וואָס האָבן נישט קיין ברעקל קאָפּ אויפ'ן פּלאַץ...
כמה וכמה עלטערן וואָס קרעכצן אויף דעם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האַלבע צרה. מען לויפט דאָך נישט לערנען!!! מען לויפט כאַפּן אַ ציגאַרעטל!! מען זאָל זיך צוזאַמקומען אין ביהמ"ד. ס'זאָל זיך צוזאַמקומען דער עולם ביי שלש סעודות, ברוב עם, אין רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד...
שלש סעודות וויל איך פּראַווען אינעם ראַדני ביהמ"ד וואס איז געווען דעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, צוזאַמען ברוב עם, ווי אַ גרעסערער ציבור, אַלץ אַ גרעסערער כבוד שמים.
אַז די עסקנים פילן יאָ, מען טוט וואָס מען דאַרף טון, דער ענין אַז די בחורים ווייזן אַרויס אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, אַ געוואַלדיגע זאַך, אַ געוואַלדיגער הכרת הטוב...
מען נוצט אַלץ דעם רבי'ן ז"ל אויסצושטעכן יענעם די אויגן...
ווער ס'דערהערט נישט וואָס כ'האָב מסביר געווען, וואָס די חשיבות איז יאָ צו זיין ביי שלש סעודות יעדע וואך אין ראַדני, קוקט אויס אז ער איז "אַ פּלעינער כפוי טובה", און ס'איז נישטאָ צו וועם צו רעדן.
*
ס'איז דא א תירוץ [ביי בחורים]: איך קען נישט שטיין ביי שלש סעודות. מען קוקט אויף מיר. ווער קוקט? פון וועמען האָט מען מורא? טוט אַ מענטש ריכטיג, דאַרף מען מורא האָבן פאַר בני אדם?
ווען מען קומט יאָ אַמאָל אין ביהמ"ד, יעדער פאַלט דאָך אַמאָל אַריין, אינדערוואָכן אָדער שבת, און ער שטייט מיט זיינע חברים און פּלוישט אַריין אינמיטן דאַווענען, אינמיטן קריאת התורה, און ערליכע אידן האַלטן עס נישט אויס, ס'טראָפּט זיי בלוט פון האַרץ, און ער קוקט אים אָן, דער בחור איז דאָך אַזאַ מין "בּאָם", ער קען אַריינרעדן אַ האַלבן דאַווענען שבת.
וואָס האָט מען דאָרט נישט מורא אַז מען קוקט אויף אים? נאָר ווען מ'שטייט און מען זינגט זמירות ביי שלש סעודות, צי מען הערט די תורה ביי שלש סעודות, דעמאָלטס האָט ער מורא אַז מען קוקט אויף אים?
*
(אינסטרוקציעס, וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן ביים "טיש":)
איך בעט דעם עולם, [מ'וועט עסן די וואך שבת מיט'ן רבי'ן אינאיינעם, מ'זאל] "זיצן מיט געדולד" ביים טיש, מען [דער רבי] וועט רעדן דברי תורה... "מען זאָל עס אויסהאַלטן"...[!!!] "מען וועט נישט מאריך זיין צו לאַנג"... "זיצן מיט געדולד", מיט דרך ארץ, ס'זאָל אַרויסקומען פון די מסיבה אַ ריבוי כבוד שמים...
די זעלבע זאַך איז מוצאי שבת [במעמד ההודאה]. ס'איז אַ כבוד הציבור, אַז דער ציבור דאָרט, בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאָכדעם, מען טאַנצט צוזאַמען, אַז ס'זאָל זיין אַן עולם, ווי מ'זאגט, אַז ס'זאָל אַרויסקומען אַ ריבוי כבוד שמים פונעם מוצאי שבת [דינער] אויכעט.
דרשה 2#
מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א
מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס
יום ה' פר' תצוה [קודם ימי הפורים] תשס"ט לפ"ק
כ'וויל רעדן אפאר ווערטער, ס'פעלט נישט אויס מ'זאל עס אויפכאפן, ס'איז נישט קיין דרשה לצורך הישיבה, כ'וועל היינט זאגן א דרשה בעל כרחי ובניגוד לרצוני.
דער היינטיגער צוועק מוז איך מאכן אן אויסנאם... כ'מוז רעדן אפאר דברים העומדים על הפרק, ס'פעלט נישט אויס מ'זאל עס אויפכאפן, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס איינמאל רעדן, מ'זאל וויסן די נקודה האמיתיות...
אתם ידעתם את כל התלאה אשר מצאתנו, וואס מ'מאכט דא מיט די לעצטערע יארן. מ'קען אסאך רעדן און מ'וועט נישט פארטיג ווערן צו רעדן. איך וויל נאר רעדן אויפן שפיץ פינגער, ווייל איך וויל מיך פארענטפערן פארוואס כ'האב געמאכט אן אויסנאם...
די לעצטערע יארן מאכן ערליכע אידן אסאך מיט... די מלחמה צו זיין בעל-הבית אויף יענעמ'ס מחשבה... מ'פירט א מלחמה מ'זאל שולט זיין אויף די מחשבות פון די מענטשן. צו ווייזן וואס א גרויסע מלכות מ'איז.
מ'האט ארגאנאזירט א געוואלדיגן פראפאגאנדע אפאראט, וואס ס'קען זיך פארמעסטן, ריכטיגע גוי'שע פראפאגאנדע אפאראט וואס די גוים פירן. מ'האט ארגאנאזירט דעם אפיקורסישן "בלאט", ס'האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר די אמאליגע אפיקורסישע משכיל'ישע געשרייבעכצער, דארט ווערט אפגעלאכט פון כל דבר קדוש. אפילו די דברי תורה און די מוסר און די חסידות און נקודה פון "סאטמאר" וואס דארט ווערט גערעדט, ליגט אין דעם ליצנות גמור פון יעדע הייליגע זאך... כדי מ'זאל קענען אהערשטעלן א מלכות שלימה, ווייל די נקודה פון רבי'ן ז"ל איז דער היפוך פון דעם מלכות...
יעדע מסיבה ווערט אדווערטייזט "ברבבותינו"... עכטע פראפאגאנדע כדרכי הגוים. די בראשורן וואס זענען גרייט אריינצולייגן פיקטשערס, ווערן אנגעפילט מיט אלע מיני פיקטשערס. פון יעדע נארישע מסיבה, דינער, פון יעדן וויזיט פון א ויקרא-שמו-בישראל רב אדער עפעס א שם דבר, אלעס מיט פיקטשערס. וויאזוי מ'האלט א לולב, וויאזוי מ'שלאגט כפרות, וויאזוי מ'קושט דעם אתרוג. אלעס שולט צו זיין אויף די מחשבות פון די מענטשהייט, אז מ'זאל בטל ווערן כעפרא דארעא...
ווען ס'פעלט אויס פאר פראפאגאנדע, מאכט מען "תקנות" לטובת הכלל אויך... מ'האט א בית החיים, האט מען שוין מיט וואס שולט צו זיין אויף יענעמ'ס מחשבות...
כ'האב [פריער] געזאגט פארן עולם, דער גאנצער שמועס איז מיר בעל כרחי צו רעדן, ס'איז מיר די גאנצע זאך נישט איינגענעם, פארדעם זאג איך אז מ'דארף עס נישט אפכאפן מיט רעקארדער'ס, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס זאגן, און מ'דארף עס נישט איבער'חזר'ן...
עכ"פ די שפיץ פון די גאנצע זאך, קען מען נאך רעדן און רעדן, אויף די אלע באגריפן, ווייל ס'גייט אריין צוביסלעך אין די מענטשהייט, דאס אלע זאכן, דאס אז ס'איז אזא גרויסע פראפאגאנדע, קוקט עפעס אויס ווי דאס איז א לכתחילה, און דאס גייט אריין ביי די מענטשהייט. איך זעה ס'כאפט זיך דאך אריין ביי די בחורים אויך... גאנץ וואוילע בחורים... דאס כאפט זיך ביי אונז אויך אריין.
וואָס דריקט שוין צען יאָר אויף די מוחות?
מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך אונטער די האנט "דערווישט" א טעיפּ פון די דרשה וואס איז געזאגט געווארן עטליכע וואכן צוריק אין די אפיציעלע "ישיבה גדולה" פונעם "כת הולכים בערכאות העולמי ובג"ץ הציוני". דער טעיפ איז צו אונז אנגעקומען ממש "בגניבה", מיר האבן דאס אויסגעהערט איינמאל, צוויי מאל, פינף מאל און מער, און ערשט זיך נישט געקענט גלויבן אז די ווערטער ווערן טאקע געזאגט, און זאגאר פאר בחורי חמד, ווען פון יעדע שורה און פאראגראף שפריצט ארויס א טיפער וויי-געשריי וואס דריקט אויפן הארץ שוין גאנצע צען יאר, א געשריי וואס קוועטשט אויפן געוויסן פון דעם בעל דרשן און זיינע משלחים, ביז צו די סאמע העכסטע "נועם-המדות" קעפ.
אויב אזא דרשה איז שוין געזאגט געווארן, איז יא כדאי כאטש איינמאל אין צען יאר דאס צו צענעמען מתוכה און זיך איבערצייגן וויאזוי עס איז בחסדי ה' פארווירקליכט געווארן דער "לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".
מיר באטאנען אז מיר האבן דעם טעיפ ערהאלטן "בגניבה", ווארום עטליכע מאל אינמיטן די פייערדיגע דרשת פּאליטיק, מתובל מיט שפיציגע, בייסיגע, שארפע און געמיינע ווערטער, בעט זיך דער בעל דרשן אז "מ'דארף דאס נישט אפכאפן"... "די גאנצע דרשה ווערט געזאגט בעל כרחי ובניגוד לרצוני"... "ס'איז מיר די גאנצע מעשה נישט אנגענעם צו רעדן"... אבער אדאנק דעם געשמאקן חינוך וואס ווערט אריינגעלייגט אין די אייגענע בחורליך, האט זיך דאס ארויסגעגליטשט אין די גאס, וליהודים היתה אורה, זאל דער גאנצער ציבור זיך דערקוויקן.
די דרשה איז געזאגט געווארן מיט קארגע וואכן צוריק. עטליכע טאג בעפאר דעם הייליגן יו"ט פורים, און קוים צען יאר נאכדעם וואס די נייע רעביסטעווטע איז געווארן איינגעפלאנצט אין וויליאמסבורג, האט דער מנהל פון די ישיבה, דער "חתנא דבי ערכאות ובג"ץ הציוני" זיך אויפגעשטעלט אין די "באזע" פון די אדאפטירטע "חסידות", און דארט בפומבי זיך אויסגעקלאגט און מכריז געווען מיט פארוואורפן פאר די אינגע מוחות פון די בחורי חמד, הלמאי ס'האלט דארט דאס מציאות אז "מ'קען זיך נישט באפרייען פון דעם פסיכאלאגישן טעראר פונעם אנדערן צד, זיי זענען שולט אויף "אונזערע" מחשבות"...
מיט א קיתון של שופכין באקלאגט זיך דער בעל דרשן אין זיין נועם-המדות שפראך, וויאזוי די גאנצע האראוואניע פון די "קאמפאני" גייט צענישט, אלעס איז ממש בטל כעפרא דארעא, ס'ווירקט נישט, ס'העלפט נישט קיין פודינו-ומצילנו, אלעס גייט לטמיון, אלעס איז לריק, מ'זעט ווי עפעס דריקט אויף די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, עפעס איז שולט אויף די מחשבות וואס לאזט זיי נישט שלום מאכן מיטן שקר, עפעס האלט אפ די "נקודה הפנימיות" פון זיך צעוואקסן צו אַן "אילנא רברבא", די "נקודה" איז בלויז באגראבן מיט אן "אהבה מסותרת"... אלעס שלאפט.
"לא איכפת להו", פארוואס?!
די דרשה איז געזאגט געווארן אויפן זעלבן פלאץ (אין די "מתיבתא ברך משה"...), אויפן זעלבן סטיל, אויפן זעלבן גאנג, פאר (מער-ווייניגער) די זעלבע מקשיבים, און דורכ'ן זעלבן בעל דרשן, וועלכער האט בלויז מיט א ברייטע יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח, זיך ארויסגעלאזט מיט א ברייטע דעמאגאגיע צו די יונגע בחורליך, מיט טענות ומענות אין די פארקערטע ריכטונג, "פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה?! ס'איז "לא איכפת לי'", ס'אינטערעסירט נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומאינטערעסע? מ'האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!"... אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע צו קומען קיין ראדני, וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?"...
ביי יענע דרשה האט דער בעל דרשן שטארק אפעלירט צו די בחור'ליך: "ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין "די זאך!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"! ווען מ'איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה"... די בחורים דארפן ווייזן אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, ס'איז אַ געוואַלדיגע זאַך"...
שטייט מען יעצט מיט א יאר שפעטער, שוין אין סאמע ערב פסח תשס"ט, גאנצע צען יאר נאך דעם אויספלאץ פון די פרישע "לעכטיגע הנהגה" אין סאטמאר, די המשכה צו די טעג פון "סיהרא במילואה", די "החזרת עטרה ליושנה", מיט די האפענונג אז עפעס זאל זיך האבן געטוישט, עפעס א שינוי לטובה, עפעס זאל זיך האבן גערירט לטובת "די זאך", אפשר האט זיך עפעס דערוועקט אין די "נקודה הפנימיות" כאטש ביי די בחור'ליך, די "אהבה מסותרת" זאל זיך אפשר האבן פאנאנדער-געפלאקערט, אבער – מפטירין כדאתמול; "אלעס בלייבט ביים אלטן"...
דער זעלבער בעל דרשן האט גענוי מיט צען יאר צוריק אויך געהאלטן א באקאנטע רעדע אין קעמפ פאר יונגערע בחורליך, וואס האט געזאלט דינען ווי די "גרינדונגס דרשה" נאך איידער די עטרה האט זיך צוריקגעקערט ליושנה, אין וועלכן ער האט אפגע'חוזק'ט פון די ישיבה גדולה דקרית יואל, און אפגע'חוזק'ט פון די תקנות הישיבה וואָס זענען געשריבן געווארן דורך רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און הארציג אפעלירט צו די בחורים מען זאל נישט נכשל ווערן און פארן לערנען קיין קרית יואל.
גאנצע צען יאר וואס מ'קימערט די מוחות אז די זון האט אויפגעשיינט אויף סאטמאר, מ'וואשט די הערצער מיט די גרעסטע לשונות של הבטחה, אלעס איז צוריק "ארגינאל", גענוי ווי בימי ה'סדרנים פון קראלי, אלעס איז על טהרת הקודש, די אינוואזיע איז געלונגען, מ'האט "אלע" בנינים אין וויליאמסבורג, מ'האט א כיתה ט' אין בארא פארק... טרעילער אין קרית יואל... א בית רחל אין לאנדאן... און דא אזא חורבן, מ'קוקט זיך צו אין די אייגענע ד' אמות, אין די הויפט בית-חרושת פון דעם דור העתיד, אויף וועמען מ'לייגט אזויפיל האפענונג זיי זאלן אויסשרייען דעם "יחי המלך" בארבע פינות העולם, און נאך אלע געזאגעראציעס שטעלט מען זיך אויף בפני קהל עם ועדה, און מ'גיסט זיך אויס דאס הארץ אז "וכל זה איננו שוה לי"... מ'האט גארנישט פון די גאנצע "זאך", ווייל "מ'איז שולט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט"...
עלובה עיסה שנחתומה מעיד עלי'
ווען חכמינו ז"ל פרובירן צו באצייכענען די גרעסטע שאנדע אויף אן אייגענעם בזיון און זעלבסט-דורכפאל, באנוצט מען זיך מיט עטליכע לשונות: "עלוב הוא השאור שמי שבורא אותו מעיד עליו שהוא רע", "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה", עלובה המטעת שמי שנוטעה מעיד עליה שהיא רעה", (ילקוט ירמי' פרק י"א). - ווי פארשעמט איז דער געוואוקס ווען דער סאמע פלאנצער זאגט עדות אז דער פראדוקט איז אויסגעוואקסן שלעכט!
ס'איז באמת א הארץ וויי צו הערן ווי דער בעל דרשן, פון די סאמע בויער און פיאנער פון די הנהגה-אימפעריע, שטעלט זיך אויף און "הודה לא בוש", ער שארפט אויס זיינע ציין, "בניגוד לרצוני ובעל כורחי", געצווינגען פון די אייגענע מחשבות און בעל כורחם דורך די ראשי ההנהגה בעלי נועם המדות, און גיסט אויס זיין כעס און צער אויף די צאן לטבחה, הלמאי מ'האט זיך דערקייקלט אז נאך גאנצע צען יאר וואס מ'לעבט א גאנצן טאג פון מלחמה וחרמה, מ'איז לוחם השכם והערב מיט די עמלקים, משכילים, נעאלאגן, מהרסים, מחריבים, מחוצפים, עזי-פנים, קאנטאניסטן, פראנקיסטן, נעא-נאציס (ווער ווייסט...), און דא שטעלט זיך ארויס אז די שונאים האבן אריינגעדרינגן אין די הערצער פון די ריינע נשמה'לעך?! "מ'איז שולט אויף אונזערע מוחות"!
יא, ליידער שטעלט זיך קלאר אויס דאס מציאות, און מיט רעכט איז מען שולט אויף די מחשבות, ס'עגבערט די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, פארוואס, פארוואס און פארוואס?...
ס'איז פאראן א וועלטס ווערטל, "יעדן קען מען נער'ן, אחוץ די אייגענע קינדער".
די בחורים און אינגעלייט פון די אייגענע ראמען קוקן זיך צו מיט וואונדער אויף די הנהגה פון אינעווייניג, זיי זעען א פוסטקייט אדורך און אדורך, מ'שפירט נישט דעם פארפליכטעטן סיפוק הנפש על טהרת הקודש, און ס'יאגט זיי דער געדאנק, ורדף אותם קול עלה נידף, פארוואס איז ביי "אונז" נישט אזוי?...
תורה, כשרות, תקנות, הידורים, א.א.וו.
מ'דערמאנט זיך צוריק די "הבטחות" אויף וועלכן סמך מ'האט פאראורזאכט די גאנצע סומעטאכע און איבערקערעניש, און ס'קומט ארויף א לאנגע קייט פון דערדריקענדע פראגן, א רשימה ארוכה פון קשיות עגבערט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט, און דער "פארוואס" ווערט נישט פארענטפערט...
פארוואס איז אין אונזער קהלה נישט איינגעפירט אזא הייליגער געדאנק ווי די חבורה "יסודי התורה" ווי אלפי ישראל, יא, "ברבבותינו", לערנען מסכתא נאך מסכתא, און מ'ענדיגט שוין יעצט די זעקסטע מסכתא, וואס קומט אויס צו א קיימא-לן פון אריבער 350 בלאט גמרא בקביעות?
פארוואס ווייסט יעדער גדול בישראל אנצוצייגן אויף התמדה אין לימוד התורה בלויז אויף "זיי"?
פארוואס האט זיך ביי "אונז" קיינמאל נישט אויסגעארבעט אזא געדאנק ווי א "היכל התורה" וואס זאל זיין באשטימט בלויז אויף עסק התורה, און נישט ווערן געשטערט יעדן שני וחמישי צו באלן און קאנצערטן, טיש'ן און עצרת'ן?
פארוואס ווען א איד מארבע פינות העולם פאלט אריין אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל אדער אין די קעטסקילס, און זוכט זיך צו דערקוויקן מיט א בלעטל גמרא, ווייסט ער באלד זיין דעסטענאציע, דער "היכל תהלות יהוסף", דער "היכל בית חי'", דער "היכל צבי ראזענבערג", און "היכל יחיאל מיכל" אין מאנטיסעלאו?
אוי, פארוואס?
איכה היתה, וויאזוי האט דאס פאסירט אז די סאמע פאן-טרעגער פון "קוואליטעט אין כשרות" איז בין-יום-ללילה אריבער צו "זיי"? וואס איז דא געשען?
וויאזוי איז דער "בית השחיטה המהודרת" אין קרית יואל אויסגעשטיגן אלס די גרעסטע און בעסטע שעכט-הויז פאר עופות, פון וואו יעדער רב וצורב ובני קהלתו המדקדקים בכשרות בקלה כבחמורה נעמט בלויז פון יענע שחיטה?
פארוואס רייסט מען אראפ דעם טעלעפאון און פערזענליך, מיט חיזוק און עידוד, אז די שחיטה פאר בהמות גסות אונטער די הייליגע השגחה פון קרית יואל זאל שוין פארענדיגט ווערן?
פארוואס איז היינט דער העכסטער באגריף אין כשרות למהדרין מן המהדרין בלויז די השגחה אין קרית יואל וואס איז כשר נישט-בלויז "ממליחה ואילך"?
פארוואס און וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן אז "חלב ישראל" פון לאנגע יארן איז געווארן איבערגענומען ביי טויזנטער קונדן, יא, ממש טויזנטער, ווידער "ברבבותינו", צו א פרישע קאמפאני, בלויז ווייל ס'האט די השגחה פון קרית יואל?
די בחורים און אינגעלייט קוקן זיך צו אויף די טריקענע פאקטן און ס'עגבערט זיי די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "דארט"?
פארוואס ווען ס'ווערט אן התעוררות אויף "חתונה תקנות" קומט דאס בלויז פון די ערליכע סאטמאר? פארוואס זענען "זיי" די הויפט עסקנים פאר די תקנות וועמען אלע קהלות קדושות בישראל גייען נאך אין זייערע פיסטריט? און ביי אונז איז א מצוה מן המובחר חתונה צו מאכן אויף א טייערן פארנעם אין אזעלכע שווערע פינאנציעלע מצבים?
פארוואס ווען ס'קומט צו ראטעווען דעם שארית הפליטה אין תימן הערט מען באלד א געשריי להצלת נפשות, מ'ארגאנאזירט "באלד" א מאסן עצרת רבתי וואו ס'ווערט "אין איין אווענט" געשאפן שווערע צענדליגער טויזנטער דאללארן, און מ'ווארט נישט אז אנדערע זאלן דאס אנפירן און אוועקפירן צו פאליטישע מאטיוון?
"אויפטוהן" אדער "נאכמאכן"?
פאר די אינגע מוחות עגבערט די פראגע: פארוואס אויב ס'ווערט שוין יא געשאפן א דבר טוב, קומט דאס בלויז נאכדעם ווי "זיי" האבן דאס אנגעהויבן? א שטייגער ווי דער "וועד הכשרות", "היכל התורה", "זאמלען געלט שושן פורים ביים טיש", א.א.וו.
פארוואס אפילו אזעלכע הייליגע באגריפן ווי אפהאלטן שלומי אמוני ישראל אין ארצינו הקדושה פון אנטייל נעמען אין די גא'אסור'טע בחירות צו די ציוניסטישע ממשלה הטמאה, ווערט אויך אנגעפירט דורך "זייער" וועד הסברה? פארוואס עקזעסטירט בלויז ביי "זיי" אזעלכע הייליגע מוסדות ווי "שומרי חומותיך" און "עזר הצלה" צו העלפן מוסדות הקדושים אין ארצינו הקדושה? וויאזוי האט מען ביי זיי געקענט שאפן רבבות אויפצובויען דעם הייליגן מוסד "חכמת לב" על טהרת הקודש? און ביי אונז, אנשטאט מ'זאל מחזק זיין די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הציוני וועלכע זענען זיך מתנזר פון נהנה זיין פון די מדינה הטמאה, האט מען געצאפט דאס בלוט פאר די מוסדות הקדושים תולדות אברהם יצחק ביי זייער באזוך אין אמעריקא בשנת תשס"ב?
פארוואס בלויז עטליכע חדשים פון הערן אז ס'טוט זיך הימל און ערד און "יסודי התורה", וואס האט נאכגעפאלגט מיט א שמוציגן קאמפיין אז ס'האנדלט זיך דא פון א פרישן "דף היומי", האט מען זיך געריבן די אויגן צו זען איבער פרישע שיעורים פון טעגליכע לימודים אין חבורת תורה ויראה, ישראל ואורייתא, כבודם במקומם מונח להגדיל תורה ולהאדירה, און ס'איז ווידער איבערגעצייגט געווארן אז יעדע גוטע זאך מוז קומען פון "זיי"?
ס'עגבערט די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "זיי", און יעדע פירצה בחומת היהדות ווערט באשאפן טאקע ביי "אונז"? פארוואס הערט מען בלויז ביי "אונז" אזעלכע געמיינע איבלען ווי דער פריצות'דיגע חתונה זאל אין הארץ פון וויליאמסבורג, וואס האט שוין געצווינגען צוויי שכנים, אריינגערעכנט א רב פון א קהלה אין וומסב"ג אוועקצומופן פון דארט, אדער די פירצה בחינוך בני ובנות ישראל מיט דעם שינוי אין די לימודים, אָא-בָא-גָא-דָא, די פירצות בחומת טהרתן של ישראל מיט א שוואכע השגחה, א.א.וו. – און "מיר" זענען גאר דער סעמפל אז מ'קען משנה זיין פון אמאל.
וואו איז די וועלטס-חשיבות? אין "ניוס-וויק"?!
ועל כולם עגבערט אין די מוחות, ס'פלאקערט דער זעלבסט-אראפקוק וואס האט קיין ענטפער: פארוואס האט מען נישט קיין שום חשיבות אין עולם הרבנות? פארוואס קוקט קיינער נישט אין אונער ריכטונג? פארוואס איז דער אדרעס "סאטמאר רב" געטוישט געווארן פון "כל הדבר הקשה יביאון אליו", צו א "כולל בוקר" אין ראדני, ביז צו א אנגעזעענער קאנדידאט אין רעפארמיסטישן "ניוס-וויק"?
אוי, ס'טוט וויי... מ'איז שולט אויף די מוחות...
פארוואס ווען מ'הערט אין די גאס אזעלע באגריפן ווי: "סאטמאר רב האט גע'פסק'עט"; "כ'האב געהערט ממש א הפלא'דיגן שיעור פון סאטמאר רב"; "ס'איז געווען אן אסיפת הרבנים מיטן סאטמאר רב"; דער סאטמאר רב איז א א הרכב פון א חסיד'ישער גדול ולמדן"; "סאטמאר רב שטייט בראש"; "דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל האט ממש מפליא געווען דעם כח התורה פון סאטמאר רב"; "מ'דארף נאך האבן די הסכמה פון סאטמאר רב", א.א.וו. – ווייסט יעדער פון וועמען מ'רעדט, וזיל קרי בי רב.
וויאזוי קען דאס געמאלט זיין, ס'זאל זיך רידערן אין די אידישע גאס מיט שערוריות און ספיקות, אלעס קאכט אלעס זידט, רבנים גדולי תורה והוראה זענען פארטוהן אין א ריתחא דאורייתא, זה אוסר וזה מתיר, און בלויז אין די סאמע צענטער פון וויליאמסבורג איז מען פארנומען צו פארקעמען די שלאנקע פיאות העכער דעם דיוקנא דקדישא, און גארנישט עפעס אנדערש?...