היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויאזוי איז מען מתקן א תגובה?

וויאזוי איז מען מתקן א תגובה?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2634916

rebyankel » 2/6/2009 22:31

קען מיר איינער זאגען ?
ווען מ'שרייבט א תגובה אין מ'וויל צילייגען נאך א פוינט אדער עס סתם אזוי מתקן זיין אדער אויסמעקן אד''ג,
וויאזוי מ'טוט עס
אויב איז בכלל דא א מציאת מ'זאל עס קענען טוהן
(אסאך מאל זעה איך אינטען פין א תגובה: תוקן ע''י {דער וואס האט עס געשריבן}

יש''כ

טאטלע » 2/6/2009 22:39

אין דיין תגובה אויבן אויף די לינקע זייט איז דא בילד פין א פעדער דריק אויף דעם

rebyankel » 2/6/2009 22:43

יש''כ טאטלע

עליגעיטאר » 2/6/2009 22:44

ר' יאנקעל וועלקאם אבארד! אתך אנכי בצרה...

rebyankel » 16/6/2009 00:25

ביז ווילאנג נאכען שרייבען די תגובה קען מען עס מתקן זיין?

בשמחה_תמיד » 16/6/2009 00:38

דער שרייבער פון א תגובה קען עס מתקן זיין ביז א שעה נאכן שרייבן.

העלד » 16/6/2009 02:46

אויב מען האט מבזה געווען א פשוטער איד מיט א תגובה דארף מען איהם מפייס זיין
נאר אזוי קען אזא תגובה ווערן מתוקן, אויב איז דער רעדע פון א תלמוד חכם דארף
מען מקבל נזיפה זיין,
אויף די פראגע ווילאנג מען קען עס מתקן זיין איז כל זמן שהנר דולק יכולין לתקן
אבער שטופ עס נישט אפ ווייל מען קען נישט וויסן מה יולד יום