למען שמו באהבה - מלך עוזר ומושיע ומגן עס איז נישטא קיין ווערטער צו ביישרייבן די מינוטען אנפאנגענדיג מיטן באגלייטען די ספר תורה אויף די גאס, שפעטער און בית מדרש מיט די געוואלדיגע ריקודים קדישין, שפעטער די סעודות מצוה וואס האט זיך פארצויגען ביז 3 פארטאגס. די התרגשות די התרוממות די אחדות אלעס צוזאמען האט געמאכט דעם הכנסת ספר תורה פאר א מעמד וואס די אלע וואס זענען געווען דארט וועלן דאס לאנג נישט פארגעסן. פאר נאך בילדער איז דאס די לינק
מיט די ווערטער הייב איך אן די פאר שורות אביסעל צו שרייבן מיינע הרגשים פון מיין באזוך און ארץ ישראל ביים הכנסת ספר תורה צום נייעם וויזניצער בית מדרש וואס איז אריין געגעבן געווארען דורך הגה"צ רב ואב"ד קרית וויזניץ ב"ב שליט"א לע"נ אמו הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה א"ח כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט שליט"א.
[בילד – נישט אפגעהיט]
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2634789&forum_id=19981
תוקן על ידי אגודיסט ב- 02/06/2009 21:20:22