היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער יודישער פראבלעם מיט די תועבה געזעץ

דער יודישער פראבלעם מיט די תועבה געזעץ

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2634362

מישמאש » 2/6/2009 00:45

אין אלבאני וויל מען א דורך פירן א געזעץ צי לעגאלעזירן א נידריג געזעץ ( וואס איך קען נישט ארויס ברענגן )
ס'פארשטייט א יעדער איינער די איסורים ע"פ תורה וואס איז דא אין דעם
דער געזעץ איז נישט מעלה אין נישט מוריד פאר אינז יודען צי ס'גייט א דורך, צי נישט,די תורה רירט זיך נישט

סך הכל מאכט דאס געזעץ אויס נאר פארן גוי.
ע"פ תורה איז דא אן איסור אויפן גוי אויכט, ווייל ער איז מצוה אויף שבע מצות בני נח.
תנו רבנן: שבע מצות נצטוו בני נח: דינין, וברכת השם, עבודה זרה, גילוי עריות, ושפיכות דמים, וגזל, ואבר מן החי.

ברשימה זו שבע מצוות בני נח כוללות שישה איסורים וציווי אקטיבי אחד:

  1. עבודה זרה: איסור עבודת אלילים
  2. ברכת השם: נאמר בלשון סגי נהור - זהו איסור על קללת שם האל
  3. שפיכות דמים: איסור רצח
  4. איסור גילוי עריות
  5. איסור גזל
  6. איסור אכילת אבר מן החי (יש להרוג את בעל החיים לפני שאוכלים אותו)
  7. מצוות דינים: הקמת מערכת משפט וצדק

 

וויל איך פארשטיין צוויי זאכן

1) ליגט א חיוב אויפן יוד מחייב צי זיין דעם גוי אויף שבע מצות בני נח ?
2) פארוואס פינקט ביי דעם דין ווערן די עסקנים עקסיידעט, פארוואס נישט ברכת השם צי אויף אבר מן החי וואס איז דער זעלבער איסור וואס איז מותר אין אמעריקע פארוואס פרובירט מען עס נישט צי אסר'ן


 



תוקן על ידי מישמאש ב- 02/06/2009 1:19:50

פעטרסאן08 » 2/6/2009 01:11

אוודאי איז עס א יודשער פראבלעם.
דער מבול איז געקומען וועגן עריות ( דעמאלס איז נאך קיין יודען נשט געווען )
ממילא דארף מען זעהן עס אפצישטעלן, ס'זאל נישט קומען קיין מארד אויף דער וועלט.

Ziskeit » 2/6/2009 01:29

זייט ווען איז אבר מן החי מותר אין אמעריקע? אדרבא, ס'איז שטרענג פארבאטן לויט'ן געזעץ. מען מוז סלאודערן יעדע בהמה און חי' פאר'ן עסן.

אלזא, די איינציגסטע פון די מצות בני נח וואס די גוים טוען אפן פארשוועכן איז די מצוה.

מיט א שטיק צייט צוריק האב איך עס בעסער מסביר געווען אויפ'ן פארום, און אט דאס איז וואס כ'האב געשריבן:
 

די גמרא אין מס' חולין דף צב ע"א זאגט אז די בני נח האבן זיך אונטערגענומען איינצוהאלטן דרייסיג מצוות אבער זיי האלטן איין נאר דריי און אין זכות פון די מצות האלטן זיך די אומות העולם.

די דריי מצות זענען
1. שאין כותבין כתובה לזכרים. (רש"י זאגט דערויף "דאע"פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה" - אז כאטש די גוים זענען זיך מתייחד מיט זכרים כדי צו טאן עבירות רח"ל, גייען זיי אבער נישט אזוי נידעריג ווי צו געבן א שטר כתובה און עס מאכן אפיציעל.)
2. שאין שוקלין בשר המת במקולין (דאס טייטש אז זיי עסן נישט קיין פלייש פון א בהמה אן הרג'ענען, אדער לויט אן אנדער פשט אז זיי עסן נישט קיין מענטשן פלייש)
3. שמכבדין את התורה.

ליידער זענען מיר געקומען יעצט צו א מצב אז א רייע מערב וועלט לענדער האבן עובר געווען אויף אזא הארבע עבירה. דאס איז זיכער נישט גוט פאר די מערב וועלט לענדער און עס וועט זיי ברענגען נאר צרות.

אין אמעריקע האבן די קריסטן געפירט א שטארקע מערכה דערקעגן און אין רוב סטעיטס איז דערווייל נישט פאראן דאס געזעץ, חוץ פון עטליכע ליבעראלע סטעיטס.

וואס עס רעגט אויף ביז גאר איז דער פאקט אז פונקט ניו יארק, וואו עס געפינט זיך דער גרעסטער ציבור אידן אין די וועלט נאך ארץ ישראל, איז געגאנגען און איינגעפירט אזא עקלהאפטיגן סדומ'ישן געזעץ, ליתן כתובה לזכרים. פאר דעם אליין זאל יעדער פרומער איד שטימען קעגן פעטערסאן, אין די פריימערי, און (אויב געווינט ער די פריימערי אדער ער האט נישט קיין פריימערי) אין די אלגעמיינע וואלן.

עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז רוב אמעריקאנער זענען קעגן דעם עקלהאפטיגן געזעץ. אפילו אבאמא וויל עס נישט אפיציעל שטיצן. אבער פארט טוען עס די פארשאלטענע ג. חברה ארויפצווינגען אויף אמעריקע. ווי מען האט געזען אז אפילו אין די דעמאקראטישע קאליפארניע, ווען מען האט געגעבן א טשענס פאר די וואוטערס צו זאגן זייער מיינונג האבן רוב פון זיי אנידערגעשטימט דאס עקלהאפטיגע געזעץ. דא אין ניו יארק גיט מען ניטאמאל א שאנס פאר די וואוטערס צו זאגן זייער מיינונג.

מישמאש » 2/6/2009 01:37

לאבסטערס איז אבר מן החי איז ס'איז מותר

אין וואס די ברענגסט נישט אויס
וואס האט דער יוד מיט געזעץ
אפשר זאל מיר גיין פייטן אויכט גאן געזעצען.

תוקן על ידי מישמאש ב- 02/06/2009 1:37:55

Ziskeit » 2/6/2009 05:35

ביסט נישט גערעכט. מען גיסט אפ די לאבסטערס מיט הייסע וואסער און מען עסט עס ווען ס'איז נאך מפרכסת, אבער ס'לעבט שוין נישט. אלזא, ס'הייסט נישט אבר מן החי.

א איד טאר טאקע נישט עסן קיין באשעפעניש ווען ס'איז נאך מפרכסת. דאס הייסט אבער נישט אבר מן החי.

יעצט אפילו אויב דו וואלסט געווען גערעכט איבער אבר מן החי שטייט אבער אין גמרא גאר הארבע זאכן איבער כותבין כתובה לזכרים און וואספארא חרון אף עס ברענגט, און וועגן דעם אליין דארפן מיר אידן זיין באזארגט.

שוין חוץ פון דעם אז דאס ברענגט אראפ דעם מאראל פון די געזעלשאפט און לענדער וואו די מאראל איז געפאלן אזוי נידעריג האבן געהאט א מיאוס'ן סוף. ליין איבער די היסטאריע פון פראנקרייך, איינס פון די שטארקסטע לענדער אין אייראפע פאר'ן קריג און וויאזוי די פראנצויזן האבן ממש בידים איבערגעגעבן זייער לאנד פאר די נאציס, ווייל זיי זענען געווען אזוי נידעריג און געמיין און אן דעם מינדעסטן מאראל אז זיי האבן נישט פארשטאנען פארוואס ס'פעלט אויס צו קעמפן פאר די אייגענע דיגניטי און פאר'ן אייגענעם לאנד. אמעריקע איז אויפ'ן וועג אהין.

לעבעדיגער » 2/6/2009 18:03

זיסקייט, יישר כח פארן דאס ארויסברענגען אזוי גוט.

נו זיסקייט, אפשר פאנגן מיר אן מיט אן ערנסטע מערכה און לאביאינג אינערהאלב די פאליטישע קארידארן?...

Ziskeit » 2/6/2009 18:55

צום באדויערן שטיצט טשעיני די תועבה געזעץ און ער איז גאר מער ליבעראל אין די אישו ווי אבאמא.

http://politicalwire.com/archives/2009/06/01/cheney_supports_gay_marriage.html

Ziskeit » 2/6/2009 18:55

לעבעדיגער, ביסט מיך גרייט צו העלפן, אויב יא געב מיר א קאל און לאמיר טאן צו די זאך.

געווארט » 2/6/2009 19:50

טייערע אידן, אדרבה עס וואלט געווען זייער וויכטיג אז מיר זאלן טאקע טרייען צו טיען וואס מיר קענען.

איך וויל נאר צולייגן צו וואס זיסקייט האט געזאגט.
דאס ענין פון מאכן א לכתחילה פון אזא נידריגע זאך, ברענג שרעקליך אראפ דעם מאראל פון דעם געזעלשאפט, און אויסער די פראבלעמען וואס זיסקייט האט געברענגט, דארף מען פארשטיין, אז א געזעלשאפט מיט א פארדארבענע מאראל, פארלירט די בושה פון אלעם, עס הייבט זיך אן מיט א מערכה פון גלייכבארעכטיגונג פאר די נעבעכדיגע באקריוודעטע מענטשן, און פון דארט גייט דאס צו יעדע מאראלישע זאך בכלליות, און דאס נעקסטע וואס קומט אויך די רייע איז דאס ביליגקייט צו מענטשליכע לעבנס.

פון דארט, ביז "אלע אידן זענען פאראזיטן" איז שוין א קאצן שפרונג.

אין איין ווארט, דעס געזעץ איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות פון פילע הינזיכטן, און מען וואלט באמת זיך געדארפט צוזאמנעמען און פירן א (אחריות'דיגע) מערכה קעגן דעם.

לעבעדיגער » 2/6/2009 20:04

נאך א לענגערען טעלעפאנישער געשפרעך מיט 'זיסקייט' איז געבליבן אז מיר נעמען אינטער א פאראייניגטע און געמיינזאמער מערכה אנע פאליטישע אינטערעסן, ליבעראלען ווי קאנסערוועטיוון אינאיינעם.

מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם און מיר וועלן בעז"ה אנקומען ביז די העכסטע פענסטער און פארשטעלן אונזערע טענות און לאמיר האפן אז מיר וועלן מצליח זיין און זיין די ריכטיגע שליחים.

אבער געדענק זיסקייט, א זמן איז א זמן. אויב זאגט גאווערנער פעטערסאן אז מיטוואך דריי אזייגער נאכמיטאג איז ער עוועליבעל דאן איז עס דריי נאכמיטאג, נישט זאלסטו אנקומען  א האלבע שעה שפעטער, ער איז גאר א פינקטליכער מענטש.

ליצנות אין א זייט געלייגט.

עס בלייבט אז עס איז נישטא גארנישט צו טוען, און דער געזעץ וועט ווארשיינליך ווערן דורכגעפירט אין ניו יארק, אלץ איינע פון די ערשטע גרויסע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן צו האבן דעם תועבה'דיגער געזעץ.

געווארט » 2/6/2009 20:16

עס איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג אז מען קען גארנישט טין. וואס איז יא זיכער איז אז מיט נישט טין קען מען גארנישט טיען.
אבער מיט יא טיען קען מען יא. און אויסער דעם דארפן מיר געדענקען וואס צדיקים האבן געזאגט, מען דארף טין, נישט אויפטיען.

יעדער פאליטישען'ס ערשטער דזשאב איז: צו ווערן ווידערוויילט, און אויב וועט ער שפירן אז דאס קען אים קאסטן ריעלעקשן, וועט ער טראכטן צוויי מאל פאר ער וואוט פאר דעם.

צווייטנס, מען קען פירן א מערכה אז מען זאל עס ארויסשטעלן אויפן בעלאט פאר די וויילער מחליט צו זיין.

אבער אויפהייבן די הענט און זאגט מען קען גארנישט טוהן איז זיכער נישט ריכטיג.

ביבער » 3/6/2009 01:58

איז דא א חיוב ערבות פאר גוי עבירות? די מבול איז געוועהן פאר מתן תורה, נאך מתן תורה מיין איך אז עס נישט דא קיין חיוב ערבות פאר א פאלנער גוי, אנשטאט מתקן זיין דעם גוי איז דא א אנדערע עצה וואס די תורה גיט, ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, אידישע קינדער דארפן זיך אינגאנצען אפגעטיילעט פונעם גוי, ניטמאל הערן די טמענע נייעס; אויב ווערן די גוים מער שמוציג, דארף מען זיך מער אפטיילען, אבער אריינגיין אין גוישע עקעלדיגע טינופות מאן דכר שמי'.

 יונה הנביא האט געהאט מסירת נפש נישט צו מוסערן די גוים,  חז"ל ערקלערן די סיבה ווייל אויב גוים וועלן תשובה טוהן, וועט זיי א קיטרוג אויף אידן, פונקט פארקערט פון די חוקי תועבה מערכה.

געדענקט! היטלער ימ"ש האט די ערשטע געהארגעט די חברה, און די צווייטע די אידען רח"ל, די געדאנק פון דיסקעמענראציע איז א סכנה פאר אידען, ביטע לאזט איבער די שמייליגע מחאות אקעגן גוים פאר די פארשטיקענע קריסטען, עס איז נישט קיין שום חילול השם אז אידען זענען נישט אינוואלעד אין די מערכה, די גוים ווייסען גוט אז די אידען האבן א ריינע משפחה לעבן, אן אלקעהאל, אן דראגס, עס איז זייער מעגליך אז א אידישער מערכה און טומלען און זיך אריינצומישען אין גוישע געזעצן, איז א סתירה צו דעם מושג פון א גלות איד לדעתי.

אדרבה! טרעפט מיר אין אלע פריערדיגע דורות אנגעפאנגען פון די ראשונים ביז די אחרונים אז מזאל ביזי זיין און זארגען...הלמאי....די גוים ווערן מער פארדארבען.....

די רבנים וואס חתמענען איז פשוט, ווייל מזאגט זיי אז מגייט אנפירען תועבות...אזווי די מועדון אין ירושלים, די רבנים זענען נישט נחשד צי פארשטיין די פרטים פון די עקעלדיגע געזעטץ

די מיינונג האב איך געהערט פון א חשובען תלמיד חכם און מורה הוראה


געדאנקען » 3/6/2009 16:45

עס איז נישט אונזער ביזנעס, אידן האבן נישט קיין שום חיוב צו מחייב זיין די גוים מיט די שבע מצות, ווען אונז זעמיר אין גלות, אדרבה מיר לעבן אויף זייער גוטע ווילן. עס קען גאר אריינגייען אין התגרות באומת.

בכלל בין איך נישט זיכער אז דאס איז פון די שבע מצות, גילו עריות ביי די אומת קען זיין אינגאנצן אנדערש וואס עס מיינט ביי אידן.

ארגינעלער » 3/6/2009 17:27

טאמיר איך געדענק גוט האט דער ברך משה ז"ל געהייסו וואטן פאר מאיער קאטש
אפילו מען האט געהאט מיט אים די אלע פראבלעמען וד"ל .

Ziskeit » 3/6/2009 18:03

צי רעד איך צו דער וואנט? שוין צוויי מאל וואס כ'האב געשריבן די זעלבע זאך און נאך אלץ קומט איינער תמימות'דיג אז ער ווייסט נישט צו ג... מערידזש איז קעגן די מצות בני נח.

עס איז א קלארע גמרא אין חולין דף צב ע"א, זאל עס יעדער נאכקוקן, אז איינע פון די מצות בני נח איז  שאין כותבין כתובה לזכרים.

איי וועט איר מיר פרעגן וואס איז דער חילוק צווישן יא כתובה און נישט כתובה, פאר'ן איד איז עס דאך אן אייניגע עבירה, אלזא, וואס גייט זיין אנדערש פון יעצט ווי ביז יעצט? וועגן דעם קומט רש"י און זאגט אונז, "דאע"פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה."

אין אנדערע ווערטער, אזוי לאנג ווי די מענטשן שעמען זיך מיט וואס זיי טוען און ווייסן אז ס'איז ראנג קען עס נאך דורכגיין, אבער אז מען גייט און מאכט דאס אפיציעל טוט עס ארויסרופן א געפערליכן חרון אף פונעם רבונו של עולם, און מיר אידן דארפן מורא האבן פון דעם דאזיגן חרון אף, ווייל מיר וואוינען אין די סטעיט וואו די געפערליכע תועבה גייט איינגעפירט ווערן.

איך זע נישט פארוואס עס זאל הייסן התגרות באומות ווען די אומות אליינס זענען קעגן דעם. זייטס נישט בלינד און פאנאטיש. ווען מען האט ארויסגעשטעלט די אישו פאר א וואוט אין די ליבעראלע קאליפארניע האבן רוב מענטשן געשטימט קעגן די פארשאלטענע ג... און מיט דעם איז געקומען אן ענד צו דעם געזעץ אין קאליפארניע. עס וועט ווארשיינליך נישט אנהאלטן צו לאנג ווייל די מאכטפולע ג... לאבי וועט טאן וואס זיי קענען עס צוריקצוברענגען. אבער עכ"פ ווייזט דאס אז די וואס שטיצן די תועבה זענען א מינאריטעט.

אין ניו יארק צום באדויערן האבן די וויילער נישט אזא כח און זיי קענען נישט ארויסלייגן אויפ'ן שטים צעטל וואס זיי ווילן און דעריבער גייען די פאליטישאנס און פאר אביסל קאמפיין געלט און וואוטס צווינגען זיי ארויף א תועבה געזעץ אויף די באפעלקערונג.

הי' לא תהי'.

Ziskeit » 3/6/2009 18:12

א באמפער סטיקער אין קאליפארניע פון דעמאקראטן וואס האבן געשטימט קעגן די תועבה געזעץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

געדאנקען » 3/6/2009 18:54

די גמרא  פון חולין רעדט נישט פון די שבע מצות נאר פון דרייסיג וואס זיין האבן אנגענומען וואס זיי זענען נאר מקיים 3.
איך בין נישט בלינד און אויך נישט פאנאטיש, צו ניצן אונזער רעליגיע/ווירדן אלס א סיבה זיך אנטקעגען שטעלן א געזעץ איז התגרות באומות, נישט קיין חילוק צי עס איז דא גוים וואס זענען אנטקעגען.

בכלל קוק נישט אויס אז עס וועט אדורך גיין די סטעיט סענאט.

קושקע » 3/6/2009 20:02

פרעגסט מיך, איך האלט אז מ'דארף שטיין 100 מייל אוועק פון דעם  אישו און עס לאזן לויפן, ס'נישט אונזער עסק די גאנצע זאך, ס'נישט נוגע פאר אונז...איי די מאראל, די הפקרות? די חרון אף, בלא בלא...ס'אלעס שטותים מיט לאקשן...האלא!! א גוט מארגן!!! וויי מיינסטו ביסטו דא, קיין שום געזעץ וועט נישט פארמיידן די אויסגעלאסענע גאסן, די סובוועיס, די עלעוועיטער און די פראדשעקטס, די רעקלאמעס אויף די באסעס, די אויסגעלאסענע קעטאלאגס, די אינטערנעט, וכו' וכו' די אלע זאכן  זענען טויזנט מאל מער שעדליך פאר די חינוך און עקזיסטענץ פון דער פרומער ווי די פאר נואפים וואס טוען אפ זייער השחתה און זייער פריוואטע בעדרום,

אונז ברויך גענוג סייעתא דשמיא צו האלטן אונזער קינדער הייליג און ריין פון די טרייפענע גאסן פאר מ'נעמט זיך גריבלען אין  די דרעק....אזאך וואס און פראקטיק קומט נישט צו קיין שום פארקער דער אלגעמיינער פרומער איד..

Ziskeit » 3/6/2009 20:17

שרעקעדיגע ווערטער פונעם מדרש  (בראשית רבא כ"ו)

"דור המבול לא נימוחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות (כתובות) לזכר ולבהמה"

מען האט קיינעם נישט געהייסן ארויסגיין פראטעסטירן, אבער אז דאס אפעקטירט נישט דעם איד איז א וויסטע איינרעדעניש, סיי וויבאלד אזוי ווי עס גויאישט זיך אידישט זיך (ליידער) און אויך וויבאלד מיר אלע וואוינען אין ניו יארק, און ווי דער מדרש זאגט תיכף נאכדעם, דער שרעקליכער עונש וואס קומט און וויאזוי אומשולדיגע מענטשן ווערן נישט פארשוינט.


תוקן על ידי ziskeit ב- 03/06/2009 20:18:22

געווארט » 3/6/2009 22:37

לדעתי מאכן א גרויסער טעות די אלע מענטשן וועלכע האלטן אז (נישט נאר די נאר אלע) אוממאראלישע געזעצן זענען נישט נוגע אידן.

געדענקט איין זאך, אין א ציוויליזאציע וואס ווערט אומציוויליזירט זענען בדרך כלל די אידן פון די ערשטע וואס ליידן.

אין היטלער דייטשלאנד האט מען אויך אנגעהויבן מיט אוממאראלישע זאכן (אמת נישט די נאר אנדערע, אבער איינס ברענגט די אנדערע) וויאזוי נעמט מען א פאלק און מען מאכט זיי גלייבן אז אלע אידן זענען פאראזיטן און זיי מאכן חרוב די וועלט און מען מוז זיי הרג'ענען אן קיין שום געוויסנסביסן? און דוקא א קולטורעלע פאלק?

אמת, עס האט אסאך תירוצים, אבער איין תירוץ וויל איך זאגן. זיי האבן נישט אנגעהויבן מיט הרג'ענען אידן, ערשט האט מען אנגעהויבן מיט רחמנות'דיגע טויטן, אינוואלידן, קראנקע, שטערבליכע וכדו'. איינמאל דאס מענטשליך לעבן פארלירט דעם ווערט איז שוין זייער גרינג צו הרג'ענען אנדערע מענטשן פאר אנדערע סיבות.

איך ווייס אז דא רעדט מען פון א אנדערע ענין (און איך ווייס אויך אז היטלער האט זיי אויך גע'הרג'ט) אבער ווען מען פארלירט דעם מאראל, גייט דאס שפאן נאך שפאן, איינס ברענגט דאס אנדערע, עס איז באמת א סכנה פאר אידן צו וואוינען אין א פלאץ וואו דאס מאראל איז אינגאנצן פארפוילט און פארדארבן.

איך בין מסכים אז וואס אימער אידן טוען דארף זיין איבערגעטראכט און מיט אחריות, אבער צו זאגן אז מען דארף גארנישט טאן אדער גאר אז מען טאר גארנישט טוען איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג