כקען דא אפשרייבען די גאנצע אנהייב פון די אקדמות
כבין נישט קיין שרייבער און כוועל עס לאזען פאר בעסערע פון מיך, אבער סאיז ממש נישטא קיין ווערטער
[און א עקסטערע חסדי השם אז מאיז פטור געווארן פון דעם טענט]
חסידים גיבן איבער אז ר' אהרן האט נאר געקעקעצט דריי אונזיבעציג מאל אינמיטן די תורה
איך ווייס נישט צו עס אמת אבער דאס איז זיכער אמת וואס חסידי ר' הגז''ל גיבען איבער אז א גאנצן יו''ט האט ער אפי' נישט געעפנט דאס מויל ווייל נעבעך ער האט נישט געהאט וואס צוזאגן .
איזראלי, איר מאכט א טעות
הרז"ל האט יא וואס צו זאגן אבער ער איז מקיים דעם סייג לחכמה (אין חכמה אלא תורה) שתיקה. (וועט מען נישט זעהן וואספארא חכם ער איז, איז וואס)
אויף דעם איז דא א אנדערע פסוק : (משלי י''ז כ''ח) גם אויל מחריש חכם יחשב .
דער פיקטשע רבי מאכט הבדלה
מיט די גאס איז דא א מיליאן מענטשן
[בילד – נישט אפגעהיט]
פרוכטבאר האט הגז"ל געזאגט תורה אדער נישט ? אקעי נישט זיבן מאל אבער וויפיל יא ?
גערעכט איז דער וואס שרייבט אז מ'קען עס נישט באשרייבן, פארט איז פטור בלא כלום אי אפשר. בפרט ווען כ'זע אז טויזנטער אידן האבן שוין באזוכט דעם אשכול, און באקומען בלויז א נארישן בילד פון עפעס וואס אינטערעסירט שוין היינט נישט פאר רובא דרובא פונעם היימישן עולם.
כ'וועל נישט ווערן דא קיין צייטונג'ס שרייבער, איך וויל נאר איבערגיין - פאר מיר אליין - טייל פון די הויכפונקטן פונעם געהויבענעם יו"ט וואס האט געמאכט יעדן סאטמארן חסיד שטאלץ, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי'ן. ווי קען מען זיך דען אנדערש פארשטעלן צו פייערן דעם יו"ט פון קבלת התורה אויב נישט ביי איינעם וואס יעדן אטעם זיינער איז די תורה הקדושה?
די דא"ח יעדעס מאל באזונדער זענען געווען עפעס אויסטערליש מתוק לחיך און אין דער זעלבער צייט יורדים לחדרי בטן. ספעציעל ביים סוף פון של"ס ווען דער רבי האט מיט א קול בוכים זיך געבעטן כבן המתחנן "כן תחננו ותלמדנו", אז מיר זאלן האבן די זכי' צו שפירן א גאנץ יאר אז די תוה"ק איז אונזער "חוקי חיים", מ'זאל באמת פילן אז דאס איז אונזער גאנצע לעבן.
די אומבאשרייבליכע התעוררות ביידע טעג ביי די תפילת אהבה רבה, סיי ביים זאגן אינאיינעם מיט אלפי ישראל, סיי ביים זינגען דעם באקאנטן ניגון וואס דרינגט דורך אלע ביינער.
דער הייליגער מאמענט ביים זינגען "והאר עינינו בתורתך" די ערשטע נאכט ביים "תיקון ליל שבועות" טיש, ווען מ'האט איבערגעזינגען דעם ניגון נאנט צו צוואנציג מינוט אויפן זייגער, און די הערצער פון גאנצן ציבור ווערן דורכגעדרינגען פונעם רבינ'ס אומאויפהערליכע בכיות.
דאס הערן די ווערטער פונעם הייליגן פיוט ביי אקדמות יוצא מפי אהרן כהן גדול, פול מיט התרגשות און געגועין וואס האט זיך ממש געשפירט דעם עדב יקר אחסנתי' און די געהויבענע מאמענטן וואס ווארט אויף כלל ישראל ביי ביאת המשיח.
צי די פייערליכע ריקודין אין די לעצטע מאמענטן ביים ארויסגיין פון הייליגן יו"ט, ווען די ערד פון גאנצן ביהמ"ד האט בלי שום גוזמא ממש געטאנצן אינאיינעם מיט די טויזנטער יראים ושלימים וועלכע האבן עספיעט זיך אריינצושטופן אין דעם 'קליינעם' ביהמ"ד.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 01/06/2009 6:45:52
WOW WOW דעס איז א פיעקטשער.
איך פיל נישט אז איך ברויך קומען דא אויף הייד פארק ארויסצוגעבען מיינע געפילען ווייל איך קען עס סייווי נישט,
און פאר די אלע אידען וואס זענען נישט דארט געווען און קומען דא קוקען אדער נאשען עפעס פונעם יו"ט וויל איך זאגען אז ס'איז א שאד...
עטץ ווייטץ שוין אוודאי אז א דערהויבענע טיש ביים רבי'ן קען מען נישט אראפשרייבען אפילו מיט א ווידעאו קליפ קומט עס נישט צו צו אפס קצהו צו די דערהויבענקייט וואס מ'שפירט בשעת מעשה און די הויפינעס מיט חיזוק וואס מ'נעמט מיט,
אוודאי און אוודאי אזא פולע יו"ט מיט 5 טישען און 2 טעג אהבה רבא, א אנווינטשען מוצאי יו"ט, ס'איז נישט פון די זאכען וואס מ'קען איבערגעבען אדער פארשטיין אפילו מיט א קליפ.
סאו ס'איז א שאד די צייט.
ווי סאך ציפעס האט ר' אהרן געכאפט פון פישער מיט די גרויסע ציין?
ווער האט געגעבן די הכשר ביים טיש ר' ברוך ט''ב אדער התאחדות?
איך בין געווען אין קרית יואל אויף שבועות, די הייליגער רבי האט מיט זיין שיינע שטימע געזאגט בלא! בלא! בלא! די גאנצע ביהמ''ד איז געווען איינגעהילט אין א שטיק קדושה, און ווען דער הייליגער רבי האט זיך צוזינגען 'אף טאן' האט זיך דער גאנצער ציבור צוכליפעט אין א געוויין...
נישט מיט אזא כעס....
קיינער האט דיך נישט געבעטען צו בלייבען אין ק"י
נעבעך נעבעך !!
ער האט געמוזט צוקוקן וויאזוי טויזנטער און טויזנטער יודן מאכן מיט אזא דערהויבענע יו''ט און לעומת זאת ביי זיין הייליג'ן רבי'ן הגז''ל איז קאלט און פוסט א גאנץ יו''ט נאר דער עולם קומט זיך פיקטשער'ן ביי ''נעילת החג'' .
לבי לבי על חלליהם
פרוכטבאר האסטע געדאווענט ביי די הייליגע רביצן ?
| פעטרסאן08 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
דער פיקטשע רבי מאכט הבדלה
מיט די גאס איז דא א מיליאן מענטשן
[בילד – נישט אפגעהיט] |
|
פין ווי האט ער געדינגן אזוויפיל טישען?