די הויך הילכערס זענען שוין שטיל
די הכרזות ליגן שוין אין די מיסט
די הכחשות איז מען שוין פארטיק צי דעבאטירן
(וואס סאיז נאך תלי' ועמוד זענען די נאמבערס
לויט די זאל רוגלאציעס איז געווען נאר 1500
לויט דבר יום איז געווען 4000
לויט דער איד 10000
אין אז מען רעכנעט די גאנצע וועלט איז געווען 50000000000)
די בלומען הענדלערס פארקויפן שוין זייערע בלומען, אין כלל ישראל פרובירט זיך צי מצמצם זיין אויפן ויחן שם ישראל כאיש אחד בלב אחד
האט זיך איינער דינסטאג נאכמיטאג פרובירט אריין צי טראכן אין וואספארא פאסקע אין זעמיר אריין געפאלן
אזוי האט די רבי ז"ל געוואלט א מערכה זאל אויסקוקן ? דאס ברענגט כבוד שמים ?
נעמט'ס אלע ארויס בוצינא קדישא אין קוקטס ווי אזוי א מערכה ביים רבינו הקדוש איז צי געגאנגען
ווי אזוי א גיוס בנות צי א חיטוטי שכבה מערכה האט אויס געקוקט
דער הייליגער רבי האט פרובירט צי אנגענזשירין אלע גדולי הדור ביי די חסידישע קרייזען אין ביי די ליטאים
יא הרה"ג ר' אהרן קאטלער מיט סקווירא רבי זצ"ל זענען געווען
די ברען פארן כבוד שמים האט אין דעם הייליגען רבי'ן געפילוועט עד אין שיעור.
דער רבי ז"ל האט געהערט אז אין די ליטווישע קרייזן איז מען נישט מסכים אז די מערכה זאל פארקומען אין גאס
האט דער רבי נאך געגעבן אז ס'זאל פארקומען אין זאל אלעס פאר כבוד שמים
ס'האט נישט עקזעסטירט ביים רבי'ן ז"ל דאס ווארט " מען גייט יענעם פיקסן "
דער רבי איז געזצען פאר א יעדע מוחאה אין אויס געארבעט מיט אלע דעטאלען ס'זאל זיין דאס מאקסמיום כבוד שמים
מסביר געווען פאר יעדן איינעם דאס נחיצות נישט אויס געשלאסן קיין שום קהילה.
טאמיר זענען קהילות נישט מיט געשטאנען מיטן רבי'ן אויף געוויסע מערכות
טאמיר האט די רבי אגעהערט אז מען האט איינעם וויי געטאן איז עס דעם רבי'ן געגאנגען בנפשו
אין ווער רעדט נאך טאמיר מען האט שאדן געמאכט א געלט שאדן.
אין א יעדע פראטעסט איז ציגעגאנגען מיטן גרעסטען מאס שיקול הדעת אין בלויז מיט א דעת תורה
דער רבי האט געהאט צי רעכטע האנט דער וואוידסלאווער רב ז"ל הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל
מענטשן מיט דעת ,זיי האבן זיך נישט געלאזט פארפירן פין היץ קעפ, צי פין מענטשן מיט אייגענע אינטערסן
אין דערפאר אין טאקע דערפאר זענען אלע מערכות געקרוינט געווארן מיט סוקסעס אין אלע געביטן
אבער ביי די היינטיגע הוץ קעפ איז אלעס אויסגעריסן פין כבוד שמים ביז כבוד תורתו
מען ווייסט ניטאמאל די מטרה פינעם ציזאקום אלעס איז נאר אני ואפסי
מענטשן מיט רעדקארד פין ניוויל פה וואס ס'שטייט מעמיקים לו גיהנום שטעלט מען אויף רעדן
די גרעסטע בעלי טריסין שרייען ס'איז סכנות נפשות וואס די היץ קעפ זיי מאכן בלויז שאדן
אלעס ווייל מען איז פארבלענט פאר אייגענע אינטעסן
מבזה זיין גדולי הדור אשר מפיהם אנו חיים איז געווארן א מצוה.
מען מאכט טיאטער שטיק מיטן אראפ זעצן אויף דער ערד, נאך מאכן ווייל אזוי איז געווען ביים רבי'ן ז"ל ,
נוסח שטריימל ביי קידוש החמה ( איך רעד שוין נישט פין דעם אז דער עולם האט געלאכט דערפון אין זאל )
ווי איז געווען אזא יוד ווי דער ריבניצער רבי ז"ל וואס האט אין אזא צייט געוויינט אין זיך נישט געוואלט אויף שטעלן
צי ווי אזא יוד ווי ר' משה טארים וואס האט זיך בשעת מעשה געריסן קריעה אין געשריגן אזוי זאלן ציריסן ווערן אלע שונאי ישראלים.
די כת איז טרענירט אויף טיאטער אין אלעס איז געסעטשעט, מיט אן אקטיאר פאר א רבי
דאס איז די פירות פין ליצנות אין מרידה, אין א יעדע הייליגע זאך אדפטירין זיי מיט א נידערגיע גלעכטער
ווי אזוי קוקן עס אן זייערע יונגען ווען מען זעהט אז חיטוטי שכבה וערט טראנספאטירט אין א מחלוקה
אין אנשטאט מען זאל רעדן פין שפאניע, רעדט מען גאר אויף גדולי הדור
פירות הנושרין מען מיז ווערן נארמאל אן אנציהייבן קוקן מיט א ריכטיגען בליק.
תוקן על ידי סופרעמעסי ב- 28/05/2009 2:50:16