היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראו מה בין... לבן...

ראו מה בין... לבן...

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2631566

אגודיסט » 26/5/2009 21:30

גייענדיג אזוי אויפן גאס נעכטען זעה איך צוויי געווענליכע פאוסטערס וואס מעלדען אויף א נייעם טעיפ וואס איז ארויס געקומען אבער קוקענדיג אביסעל נענטער האב איך באמערקעט א שטיקעל חילוק עס איז מיר אינטערסאנט וואס די ליינערס דא אויפן פארק וואלטען געזאגט אויף דעם [בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט] 

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי אגודיסט ב- 26/05/2009 21:33:53

לאגיש » 26/5/2009 23:37

וואס איז די אישו דא??  ווער איז לבן????? ווער איז בני????

פנחס_מיילך » 26/5/2009 23:40

סקוקט אויס ווי עפעס אינערליכע ווישניץ פאליטיק, אגודיסט זיי מסביר

Ziskeit » 27/5/2009 00:06

רעדנדיג צו מיין טייערן ידיד, ר' אגודיסט נ"י אויפ'ן טעלעפאן, האט ער מיר מסביר געווען וואס עס ליגט אונטער דעם אשכול.

ר' אגודיסט, עז איט טוירנס אוט, איז א מענדליס (כ'האב דאס נישט געוואוסט ביז יעצט, אגודיסט) און ער האט געוואלט ווייזן וויאזוי די מענדליסטן זענען מכבד דעם וויזניצער רבי'ן שליט"א דורך נישט ארויסגעבן  דעם טעיפ יעצט וויבאלד דער רבי זיצט שבעה, כאטש דער טעיפ האט געדארפט ארויסקומען לכבוד דעם ריזיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס ר' מענדלס חסידים מאכן דעם יום טוב.

משא"כ די חסידים פון ר' ישראל געבן ווייטער ארויס זייער טעיפ כאילו לא הי'.

ואידך פירושא היא.

גביר_אדיר » 27/5/2009 00:35

נישט קיין בני, און נישט קייין חמי, סיז גארנישט מיט נישט, הויל פראפאגאנדע.

דער טעיפ פון ר"מ חסידים קומט ארויס לכבוד דעם הכנסת ספר תורה, דעיס גייט זיין אסרו חג שבועות, א וואך נאך די שבעה, און די טעיפ גייט שוין זיין אינדרויסן לכבוד דעם מאורע. דאס איז פשוט א פאליטיקעל סטאנט.

און גראדע די אנדערע טעיפ, איז נישט קיין אפיציעלע פראגראם פון ר"י חסידים, עס איז אפאר פריוואטע מענטשן פון זיינע חסידים וועלכע ווילן פארשפרייטן אביסל ערליכע ווארימע הארציגע ניגונים, וואס כידוע די ניגוינים פון ר' ניסן יוסט זענען מלא רגש עד כלות הנפש. אדרבה גלייבט מיר נישט, הערט נאר צו דעם מזמור לדוד און זאגט מיר אליינס.

אבער צוריק צום ענין, סיז גאנישט מיט נישט.

גביר_אדיר » 27/5/2009 00:36

שוין כמעט פארגעסן, איך האב באמערקט נאך עפעס, אז חסידי ר"י האבן געמאכט א שענערע ארבעט מיט די גרעפיקס.

שלוםגפנר1 » 27/5/2009 18:06

די הייליגער רב מיט די הייליגער חיים מאיר באקוקן די מעכטיגע פארענטשעס וואס אויף דעם וועלן שטיין די מיליאנע חסידים וואס קומען פון איבער די גארער וועלט צי די הכנסת ספר תורה איסרו חג שבועות אגודיסט ? מעג מען האלטן די הענט און טאש?
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

גביר_אדיר » 1/6/2009 02:18

ר' שלום

איך פארשטיי דיך נישט, איך בין לגמרי נישט קיין מענדל חסיד, אדרבה, איך בין אסאך מער נוטה צו ר' ישראל, און איך האב נאך נישט פארגעסן די אלטע יארן.

נאר איך זאג איין קלייניקייט. איך געדענק פאר צען יאר צוריק האב איך גערעט מיט עטליכע מענטשן וואס האבן זיך דעמאלץ געהאלטן נאנט צו ר"י, און אלע האבן געזאגט בערך די זעלבע, אז מעהאפט אז ר"י זאל כאטש מצליח זיין אנצוקומען לפחות צו ר' שמואל יעקב פון תוא"י, ער זאל האבן זיינע צוויי הונדערט מענטשן, נישט זיין אינגאנצן אויסגעשפילט אזוי ווי ר' מענדל האט געוואלט.

און ווען עס וואלט אזוי געווען וואלט איך געווען זייער צופרידן, און ר' מענדל וואלט געפלאצט אז ער האט נישט מצליח געווען עם צו באגראבן אינגאנצן.

היינט, ווען דער מצב איז ווי עס איז, וואס גייט מיך אן, זאל ר' מענדל האבן טויזנט מענטשן, אין בני ברק, זאל ער מאכן הכנסת ספר תורהס, זאל ער האבן אלע רעביס זאלן קומען צו עם, (מסתם ווען איך וואלט געווען א רבי אין ער וואלט מיר צוגעזאגט צו געבן א גוטע פלאץ אויוון אן וואלט איך אויך געגאנגען).

ער האט מענטשן, זייער גוט, זאל ער האבן, פארוואס נישט. אבער דארט ווי ער באלאנגט, אלס יונגערע ברודער, אינדרויסן פון וויזנישץ, זאל ער טין דארט וואס ער וויל, זאל ער זיין וווי הייליג ער וויל, און זאל זיין זין זיין ווי הייליג זיי ווילן, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס עס גייט דיר אן. (איך מיין נישט דוקא דיר, איך האב שוין מיט אפאר וויזניצע גערעט וועגן דעם).


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/06/2009 3:43:58

_________________