א מעמד מרומם ונשגב און א שמחה עילאה פון הכנסת ספר תורה וועט פארקומען בעזרת ה' מארגן דינסטאג ג' סיון צום ביהמ"ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר אויף וואלעבאוט סטריט אין ניי וויליאמסבורג.
די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך די מתפללי ביהמ"ד לשמו ולזכרו אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הק' בעל ברך משה זצוק"ל מרן משה בן מרן חיים צבי זי"ע.
די ס"ת וועט ארויס גיין פון שטוב פון האברך היקר מו"ה ר' יעקב שטערן הי"ו דער גבאי נאמן און רוח החיים פונעם ביהמ"ד אויף מידעלטאון סטריט קארנער מארסי עוועניו, און וועט געפירט ווערן - בתופים ובמחולות ובריקודין של שמחה דורך די חשובע שותפים לדבר מצוה די מתפללי הביהמ"ד אינטער א שיין באצירטע חופה כנהוג, די קינדערליך ילדי התשב"ר מתפללי הביהמ"ד וועלן האלטן הערליך באצירטע פענדלעך, און די גרעסערע קינדער פייער'דיגע פאקלען לכבוד התורה - לענגאויס מארסי עוועניו אראפ ביז וואלעבאויט סטריט.
ביים ווינקל פון די געסלעך וואלעבאויט אין וואלטען וועט פארקומען א פייערדיגע טאנץ לכבוד התורה דורך די ילדי תשב"ר מתפללי הביהמ"ד, און פון דארט וועט מען ווייטער גיין ביז צום ביהמ"ד, ווי די ספר תורה וועט אריינגעפירט ווערן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. און דער רבי שליט"א וועט פראווען די געהויבענע ריקודין לכבוד התורה.
שישו ושמחו בשמחת התורה
זכרו תורת משה עבדי
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 25/05/2009 20:13:53