נאכן אזוי לאנג נישט געזעהן אין געהערט בין איך צוריק אויפן פארום.
איך שפיר מיך וי חוני המעגל, ממש א חוץ ר' יונה, מיט ארגינעלער, באראפארקער, פנחס מיילך שפיצער06, גאסט.
דערקען איך קיינעם נישט.
אין יעדן פאל איך בין צוריק, האלא !
מישמאש ס'איז אינז א כבוד דיך צי האבן צוריק, איך האף א די וועסט פילן באקוועם.
עליכם השלום מישמאש שוין לאנג נישט געזעהן
עליכם השלום, אלס א נייער און פורום האב איך אביסל באזוכט דיין פראפיל, די קוקסט אויס צו זיין גאר א גוטער שרייבער און אנאליסט, לאמיר האפן אז די וועסט טאקע מוסיף זיין וואס מען ערווארטעט פון דיר דא.
מיט מישמאש האב איך מיך שוין פארגליכענט אין תיבה אישית.
אבער אויף דיר יקרבו האט איך גרויס טענות, ווילאנג די ביסט געווען דא מיט אינז
האסטו אינז דערמאנט פין גרויסארטיגע " יקרבו קיגל" אין זינד די האסט אויף געהערט צי שרייבן
האמיר נתרשל געווען אין יקרבו קיגל...
האפנדליך וועסטו אויך צוריק קומען.
וועלקאם בעק
חוני המעגל איז געשלאפען די גאנצע צייט אין האט זיך אויפגעוועקט צי א נייע צייט נישט צי א אלטע ניק
אויב די ביסט באמת אויפגעשטאנען אין נישט מיטגעהאלטען וואס דא האט
זיך אפגעטאהן די לעצטע 2 יאר זיי אזוי גיט אין טייל מיט דעם עולם דיינע אבזערוואציעס וואס עס האט זיך געטוישט זייט די ביזט איינגעשלאפען לטוב או לרע
איך וועל נאך רעדן וועגן דעם.
אזוי פיל וועל איך יא זאגן דער פארום איז זייער גוט אין זייער פאופלער אסאך אסאך מער ווי אמאל
אין א גרויסן ישר כח פאר די מנהלים.
וואס איך האב צי אנמערקען אז זייט די זאליס האבען זיך אפגעטראגען פין דא לרוב ווייל זיי האבען נישט געקענט מער פארענטפערען זייער ליידיקייט אין שקר, איז דער פארום געווארען מער מענטשליך מיט רעספעקט איינער פאר דעם אנדערען אפילו פאר א צד שכנגד
אויך איז דאס צי פארדאנקען פאר די מנהלים
וואספארא טעם האט דאס? מען טענה'ט זיך צווישן זיך אליין?