היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס שרייבן איבער ניו זשוירזי ביה"ח?

זאליס שרייבן איבער ניו זשוירזי ביה"ח?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2628641

מבני_בניו » 22/5/2009 05:45

איך הער עפעס אז די זאליס האבן איבערגעשריבען די ניו זשוירזי ביה"ח אויף זייער נאמען. כפארשטיי נישט פונקטליך ווייל די לאט בלאנגט נישט פאר קיינעם נאר די ליעס, ווער סהאט מער פרטים זאל מעלדען

איזראלי » 22/5/2009 12:33

זיי ווילן זיך גיין באגראבן דארט ? זאל זיי וואיל באקומען כה לחי.... !

ארגינעלער » 22/5/2009 15:01

זיי האבן קרית יואל אויכט

מה_בני » 22/5/2009 18:04

מבני בניו, דערצייל די ביטערע נייעס, נישט פרעג אויב עס איז אמת..

רבי_יונה » 23/5/2009 00:19

סתם חלומות פון די זאליס.

זיי האבן געוואלט טוישן, אבער עס איז גארנישט געטוישט געווארן.

און די אהרונים זענען פולקאם בעל הבית אין די בית החיים אין ניו זשוירזי.

די מעשות איז פוקנט ווי די שטותים וואס לבן פערלשטיין האט פארקויפט ביי זיין מעכטיגע דרשה אין ראדני, אז די בית החיים אין קרית יואל באלאנגט פאר די זאליס...

היראים » 30/8/2011 21:48

ברעיקינג: ר''ח אלול 2 יאר נאכדעם וואס די זאליס האבען געווינען די בית החיים אין קרית יואל מיט דעם וואס זיי האבען געמיזט מקדש זיין א אייגענע ביה''ח האבען זיי יעצט ווידער געווינען,
זיי האבען ב''ה פארלוירן אין אויפגעגבן אויך אויף די חלקה אין ניו זשורזי.

די פורים בי''ד גייט באלד פסקנ'ן אז ס'איז איינס מיט די אלטע,
ליצים זאגען, אז ס'איז איינס מיט פאללאקס לויט זייער פשט'לעך

היראים » 30/8/2011 21:51

זכרונות:
נאכדעם וואס די זאליס האבען פראבירט איבערצושרייבן די בית החיים האט דער לויער פונעם גאנצען בית החיים געשריבן די בריוו
זייט 1
[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט2
[בילד – נישט אפגעהיט]


http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2636787&forum_id=16386