| וויינשטאקל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ווי יעדער ווייסט איז די צייטונג "דער איד" געגרינדעט געווארן דורך רביהקוה"ט זי"ע
ווי עס איז שוין באשריבן געווארן בשעתו דורך דעם ארגינעלער רעדאקטער הרה"ח רבי סענדר דייטש ז"ל מראשי קהלתינו |
|
ווינשטאקעל איך ווייס אז די האסט עס באקימען אין אישית.
איך באצו זיך דער עיקור אויף דער וואס האט דיר עס געשיקט.
ביידע פאקטען וואס די שרייבסט דא אז עס איז באוויסט פאר יעדעם, זענען נישט ריכטוג. ערשטענס די רבי האט די צייטונג אפגעקויפט, און ער האט דאס נישט אליין געגרינדעט.
צווייטענס ר' סענדער איז נישט דער ארגינעלער רידאקטער, קודם כל דער ארגינעלער רעדאקטער איז מיטגעקימען דער וואס איז געווען רעדאקטער פאר מען האט דאס אפגעקויפט, און נאך אים איז געווארען די רעדאקטער ר' מאיר וואלף גאלדשטיין לרפו"ש און ר' בערל פריעדמאן און איך מיין אז עס איז געווען נאך איינער אינצווישען און הערש נאכדעם איז ר' סענדער געווארען רידאקטער.
איך גיי נישט אריין אין די נושא וואס איז היינט געווארען אז כל הרוצה ליטול את השם נוטל, און מען רעדט אין נאמען פין רבי'ן וויפיל מען וויל, עס איז נישט אינטערעסאנט פאר מיר צו דיבארטירען די נער'ישקייט, איינער האלט אז די רבי האט נאר געלאזט יענם משב"ק עסען קרעמיש קעיק אין איינער האלט אז ער האט נאר געהייסען מען זאל אים איבערלאזען ווייל ער האט אים ליב געהאט, און ר' עזריאל האלט גאר אז די רבי האט אזוי געזאגט ווייל ער האט אים געוואלט טשעפען, איך לאז מיך נישט אריין אין דעם נושא.
פאר מיר איז דעם רבי'ןס נקודה אין זיינע ספרים, איך טרעף דארט וואס איך זיך, טאקע נישט אלעס איז לויט וואו איך האב געוואלט טרעפען, אבער ווען איך זיך וואס די רבי האט געהאלטען טריי איך צו פארגעסען אלעס וואס איך האב געהערט און נאמען פין רבין אין איך זיך עס אויף אין די ספרים, און ווען מען טרעפט נישט דארט קיין מיינונג מיינט נאך נישט אז מען מאכט א היימישע, מען גייט פשוט צו א רב פרעגען.
נאר דאס אז מען פארדרייט פשוטע פאקטען צו ווייל מען ווייסט נישט, אדער ווייל מען וויל מאכען די עבירה גרעסער, און מען שרייבט צו דאס איז פאר יעדעם באקאנט, דאס ברענגט זייער גוט ארויס די גאנצע מהלך וואס זיי האבען אין תורת רבינו,( אפי' באמת איז נישט צו שטארק משנה די פונקט וואס מען וויל דארט ארויסברענגען אבער די תורת רבינו זענען זיי אויך נאר משנה דא א ביסעל און דארט נאכמער).
תוקן על ידי בענאנע ב- 19/05/2009 22:41:55