היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נפתלי בלומנפעלד ריפט פאלציי אין קווינס ישיבה

נפתלי בלומנפעלד ריפט פאלציי אין קווינס ישיבה

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2626569

ארגינעלער » 19/5/2009 01:20

באקומען אין אישית פין ר.ר.י

ברעקינג ניוס: די פאליציי האט יעצט ארעסטירט 2 קווינס בחורים י. פ. דער באקאנטער שבת שרייער און נאך א בחור ב. צוליב אינערליכע ישיבה פאליטיקס, דער מנהל בלומענפעלד האט אראפגערופען די פאליציי ווי 2 פאליס פרויען זענען אנגעקומען אין ארעסטירט די 2 בחורים אראפקומענדיג פון באס.


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/05/2009 5:30:31

באלאנד » 19/5/2009 01:37

א פרישע געבאקענע געשיכטע יעצט ארויס מבית מדרשם של האהרונים, איך האב יעצט גערעדט צו א קווינס בחור לא דובים ולא יער נישט קיין פאליציי נישט קיין ארעסטירטע!

(אזהרה: קריטיק אויף די הנהלה קומט אין תיבה אישית.

דער מנהל)
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/05/2009 5:33:04

_________________

פעטרסאן08 » 19/5/2009 01:51

איז די זעלבע בחורים וואס האבן פאריגע וואך צישלאגן דעם באס דרייווער וואס פארט קיין קווינס מיט מכות רצח.

ארגינעלער » 19/5/2009 02:02

באקומען אין אישית

די צוויי בחורים האבן ציפראסקט דעם באס דרייווער פאלמאן מיט מכות רצח.

ארגינעלער » 19/5/2009 02:07

ס'איז לעבעדיג היינט האט געפלאקערט אלע גארביטש קענס אין קווינסער ישיבה.

להחזיר יושנה לעטרה.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/05/2009 2:04:48

באלאנד » 19/5/2009 03:12

עס וועט ענק גארנישט העלפן מיטן פאברעצירן מעשיות וואס האט קיינמאל נישט פאסירט אויף ישיבתינו הקדושה, וועט נישט פארדעקט ווערן די שענדליכע מעשים וואס ווערט אפגעטוהן מידי שבוע בשבוע און קרית יואלע ישיבה ווען דארמעטאריס און עס-זאלן גייען אין פלאמען!

ארגינעלער » 19/5/2009 03:15

זאל יעדער קאלן וועם ער קען פין קווינס אין געוויאר ווערן למי החתומת .

רבי_יונה » 19/5/2009 03:36

דאס איז דער פ. וואס מאכט די פאשקאוויל אויסגאבע דבר יום ביומו?
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/05/2009 5:31:33

_________________

וויינשטאקל » 19/5/2009 05:32

איך האב יעצט גערעדט מיט א איינגעשטעלטער אין קווינס ישיבה, די מעשה איז נישט אזוי פארוויקלט ווי ארגינעלער שטעלט דאס אהער און גאר נישט אזוי שקר ווי באלאנד שטעלט אהער. די מערכה איז שוין א אלטע וואס די בחורים פירן מיט דעם דרייווער פ', פארגאנגענע וואך דאנערשטאג איז געגאנגען געהארגעטע קלעפ צווישן די בחורים מיטן דרייווער, דער מנהל בלומנפעלד וואס איז געשטאנען דערביי האט נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס אפצושטעלן (זעהט אויס אז דאס איז נישט די נקודה פון רעבינזיכראנעליבראכע...), למעשה היינט ווען דער דרייווער איז געקומען אפנעמען די בחורים צו טראגן אין ישיבה איז דער בחור וואס האט זיך מיט אים געשלאגן ארויפגעקומען אויפן באס אין דער דרייווער האט קלארגעשטעלט אז ער פארט נישט ווילאנג דער בחור גייט נישט אראפ, וויבאלד דער בחור האט נישט געהאלטען ביים אראפגיין האט דער דרייווער גערופן פאליציי און די פאליציי האט אראפגענומען דעם בחור פון באס, דער אויבער חכם פריעד האט געוואלט כאפן די העדליינס איז ער אויך אראפ מיט די פאליציי. ווען דער באס איז אנגעקומען אין ישיבה איז געווארן ישמחו די בחורים האבן געצינדן פייער'ס און וואנדאלאזירט דעם באס. וויבאלד דער אדמיניסטראטער וו.ע. האט געזעהן אז דא גייט ווערן פרייליך האט ער גלייך אויפגעזאגט דעם פ' פון זיין פאזיציע, ואידך פירושא זיל גמור.

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/05/2009 5:34:02

_________________

וואדרידש1 » 19/5/2009 05:39

איך האב די מעשה געהערט פינעם דרייווער אליינס,
די בחורים האבען עם גשלאגען, ער האט קודם פארבירט מיט א עיצה אז ער וועט נישט פארען דעם נעקסטען טאג אהן משגיחים.
דעם נעקסטען טאג האט ער נישט געוואלט ארויף לאזען די בחורים נאר קודם די מגיד שעורים אדער משגיחים אזוי ער זאל נישט זיין אליינס אויפען באס מיט די חיות, האבען זיי געעפענט די עמערדזענסי טיר פין אינטען אין אנגעפאקט דעם באס אין א אויגן בליק,
ווען די מגיד שעורים זענען ארויף האט זיך קיינער נישט אויפגעשטעלט, זענען זיי אראפ אין מען האט געווארט אויף נאך א באס, אז מען וועט ציטיילן די בחורים אויף צוויי באס'ס, עס האט גענימען צי לאנג די חיות האבען אנגעפאנגען ברימען אין גרויסען, האט דער דרייווער נישט געהט קיין ברירה אין אנגעפאגען פארען, נאך א בלאק צוויי זענען צוויי פין די חיות ארימגענימען דעם דרייווער אין גענימען שטיפען אין סטראשענען מיט ווערטער וואס די ערגסטע גוים ניצען, דער דרייווער האט געזען אז די מצב טויג נישט, נישט וועלען מאכען א עקסידענט אין נישט ציבליטיגט ווערען, האט ער געגעבען א שטעל אפ דעם באס אראפגעשפרינגען פין באס ווי פין א פייער ארויס אין גריפען 911 , די חברה האבען געזען אז די פליציי קימט זענען אפאר מעין שלעגערס אנטלאפען, די פליציי האט געמאכט א פאליס ריפארט אין מען איז אהיים געפארען, אין די פליציי זיכט צוויי בחורים.    

ארגינעלער » 19/5/2009 05:47

אזאנע ליגנערס די אהרוינים קוקטס ואס באלאנד שרייבט

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א פרישע געבאקענע געשיכטע יעצט ארויס מבית מדרשם של האהרונים, איך האב יעצט גערעדט צו א קווינס בחור לא דובים ולא יער נישט קיין פאליציי נישט קיין ארעסטירטע!

באלאנד » 19/5/2009 06:01

אנטשולדיגט מנהל איך האב נישט געוויסט אז דאס איז קריטיק, און ישר כח פארן זיך רעכענען מיט די געפילן פון די אומשלידיגע בחורים און אראפנעמען די נעמען.

ארגינעלער » 19/5/2009 06:06

באלנד קריטיק ביסטו מודה אז די ווייסט נישט וואס ס'מיינט.
שלאגן מיין איך אויך אז די ווייסט נישט וואס ס'מיינט....

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/05/2009 6:02:46

באלאנד » 19/5/2009 06:19

ארגינעלער לייען איבער דיין קעפל און זאג מיר צו אפילו לויט וויינשטאקל או וואדריזשס מעשה שטייט דארט איין ווארט אמת, ר' נפתלי בלומענפעלד דער מנהל האט נישט גערופן קיין פאליציי אין ישיבה, קיין שום בחור איז נישט ארעסטירט געווארן, דאס איז געווען א סכסוך צווישן די בחורים מיטן דרייווער גארנישט מיט קיין פאליציי אין ישיבה איינגעשטויסן!!!

ארגינעלער » 19/5/2009 06:31

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס וועט ענק גארנישט העלפן מיטן פאברעצירן מעשיות וואס האט קיינמאל נישט פאסירט

באלאנד » 19/5/2009 06:48

און וואס איז יעצט? איז אין דיין ערשטע הודעה געווען איין ווארט אמת???

פרוכטבאר » 19/5/2009 07:49

פון ערשט האנטיגע עדות: י.פ. איז היינט געווען אויפן דריי אזייגער באס און דער דרייווער איז געפארן אויף זיין באשטימטע רוט, נישט געווען קיין קולות, נישט געווען קיין פאליציי, נישט געווען קיין ארעסטס ניטאמאל קיין פאליס ריפארטס.
די מעשה גייט אזוי: זייט ר' א. ל. ג. איז געווארן אויס אדמיניסטראטאר איז געווארן חשבון אין די ביכער איעדעס פעני ווערט געמאסטן בכובד ראש וואו עס גייט און צו עס פעלט טאקע אויס דארט וואו עס גייט, אלע ברענטשעס פון די מוסדות האבן באקומען זעלבסטשטענדיגע קאסעס, די בוטשער איז געווארן עקסטער, בית רחל, די תלמוד תורה, און די ישיבה, איעדער דארף דעקן זיין בודזשעט פון זיינע הכנסות.
עס איז נישט אזוי ווי אין קרית יואל וואו איין סקול דיסטריקט פראגראם דעקט דעם דעפיציט פון די ישיבה און די וועד הקריה רייסט ארויס געלט פון מענטשן וואס בויען דירות און דעקט דעם דעפיציט פון די תלמוד תורה און די ווילידזש וואס דארף פארעכטן די צוקראכטע ראודס מיט זייערע געלט, דעקט דעם דעפיציט פון בית רחל...
עס פארט געלט פון אלע זייטן און קיינער האט נישט קיין חשבון אזש אז די יסוד איתן געלט גייט לאיבוד אין א פראזשילענד אינוועסטמענט...
אין UTA גייט אלעס מיט א חשבון, די ישיבה נוצט די באסעס פון די תלמוד תורה און זיי צאלן פאר איעדן טריפ פון זייער קאסע, די ישיבה האט זיך בארעכענט אז פאר אינמיטן טאג ווען זיי נוצן נישט מער ווי צוויי באסעס קענען זיי זיך אליין קויפן צוויי באסעס און נישט זיין אנגעוויזן אויף די תלמוד תורה באסעס וואס האבן צייט באגרעניצונגען ווייל זיי דארפן זיך רעכענען מיט זייערע אייגענע רוטס, די בחורים וואס נוצן די באסעס אינמיטן טאג דארפן צאלן צוויי דאללאר פארן דרייווער און דאס פלעגט דער באס דרייווער איבערגעבן פאר די ישיבה און ער פלעגט ווערן באצאלט פון די תלמוד תורה וואס האט גענומען באצאלט פון די ישיבה, אמאל איז אריין געקומען מער געלט און אמאל ווייניגער, איצט ווען די באס באלאנגט פאר די ישיבה האט די ישיבה געזאגט פארן  דרייווער נעם צוזאם דאס געלט אן דאס איז דיין וועידזש, פארשטייט זיך אז דער באס דרייוווער האט גענומען דאס צוזאמנעמען געלט זייער ערענסט ווייל אמאל האט איהם נישט אינטערעסירט צו עס קומט אריין דאס געלט צו נישט אבער איצט איז דאס זיין ביסן פון מויל, נו מאכט זיך אז א בחור האט פונקט איצט נישט קיין געלט און ער זאגט אז ער וועט מארגן באצאלן, דער דרייווער האט נישט געוואלט נעמען קיין שאנסן מיט קיין בחורים און איז געווארן ווילד און א שטיקל געפעכט האט אויסגעבראכן אבער איז גלייך איינגעשטילט געווארן ווען א אייידעלער בחור פונעם עק פונעם באס האט מנדב געווען די צוויי דאללאר.
די ארונים זוכן דאך צו קאפוטאליזירן אויף איעדע אינצידענט אויפצו-ווייזן אז די זאלי בחורים זענען חיות אבער ס'וועט זיי גארנישט העלפן, דער עולם ווייסט פון וועלכע דארמיטארי עס קומט א רויך איעדען ליל שישי אדער ווען די נאכטמאל געלונגט נישט...



תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 19/05/2009 7:50:01

באלאנד » 19/5/2009 08:13

מר. ארגינעלער אנטשולדיגט מיר פארן פרעגן א פערסענאל קשיא אבער איז טאקע דער אשכול געעפענט געווארן צו מאכן א קאווער אפ אויף די ארעסט פון דיין רבינ'ס יד ימין גרוש הורוויץ וואס איז היינט ארעסטירט געווארן פאר מעשים אשר לא יעשו וד"ל?

וויינשטאקל » 19/5/2009 08:21

פרוכטי איך זעה אז די בוסט נאך גוט צומישט, גיי צוריק צו דיין ערשט האנטיגע עדות ער זאל דיר קלאר שטעלן וואס דא האט פאסירט, ווייל דיינע ווערטער קלעבן נישט איינס מיטן צווייטן, וואס האט ר' א.ל.ג. אדמיניסטראטערשאפט מיט נעמען געלט פון די בחורים, און וואס האט י. פ. ווילד ווערן מיט נישט פארן אויף די ריכטיגע רוט, איז ער ווילד געווארן צוליב געלט צו צוליב נישט פארן אויף די ריכטיגע רוט???

Ziskeit » 19/5/2009 08:57

באלאנד, אן נעמען א שטעלונג אין די פייערס וואס פלאקערן אין די קרית יואל'ער ישיבה און אין דעם באס געפעכט וואס איז פארגעקומען ביי די וויליאמסבורגער ישיבה, "מעשים אשר לא יעשו" שאפט דעם נישט ריכטיגן איינדרוק אז ער איז ארעסטירט געווארן פאר עפעס אנדערש.

די ריכטיגע מעשה איז געווען אז ס'איז פארגעקומען א כאפצעם אין וויליאמסבורג און דער איד איז געווען גענוג שלימזל'דיג באמערקט צו ווערן דורך די פאליציי ווי ער גיט א זעץ פאר'ן גוי מיט א ראדיא אין קאפ אריין.



תוקן על ידי ziskeit ב- 19/05/2009 8:56:16

ארגינעלער » 19/5/2009 14:48

דער אימשולדיגער באס דרייווער דרייט זיך ארים מיט א פנים אזוי ווי בן פראדל אין קווינס קעמפ
ווייל די צוויי רוצחים בחורים האבן אים ציהערגאט.

באלאנד האט פין אנפאנג פורבירט צי לייקענען די מעשה כדי מחזק זיין די זאך
אבער די גאנצע גאס לעבט מיט די מעשה.

מבני_בניו » 19/5/2009 16:08

פרוכטבאר, איי פיל יור פעין אז די מיזט גיין מאכען נעבעך א קאשע און גיין אויף דיפענסיוו דורך מאכען א טשאלענט פון א.ל.ג. מיט סקול דיסטריקט מיט באסעס וואס מקען נעבעך נישט באצאלען...

איין זייטיגע שאלה נאר, די דריי אזייגער באס איז פאר די בחורים וואס קימען דעמאלץ אהיים, אדער בחורים וואס גייען דעמאלץ אין די ישיבה???

טאטלע » 19/5/2009 18:08

פרוכטבאר איך פארשטיי נישט די מעשה וואס הייסט די דרייווער דארף ציזאמנעמען געלט פין די בחורים אין דאס איז זיין וועידשז די ישיבה קען נישט קאווערן די וועידשז פין די באס דרייווערס ?

אדער האלטען זיי אז עס איז א איבעריגע הוצאה די באס פאר וואס טאקע דארף מען עס האבן 

וואסערע שטיקל געפעכט איז געווארן אז דער דרייווער כאפט מכות אז עס בלייבט עם צייכענעס הייסט עס א שטיקל געפעכט ? 

ווי פארט מען 3 אזייגער אימיטען טאג ?

טראק » 19/5/2009 20:24

פאלמאן איז נעבעך מיאוס צוקלאפט פון די רציחה'דיגע פעטש וואס די רוצחים האבן אים געגעבען.

די גאנצע נאכט האבן אים די קווינס בחורים געמאכט פאני קאלס, און געשיקט היים דעליוועריס פון אלע זייטן.

איצט איז ער נעבעך געפאלן דער קרבן פון די קווינס שלעגערס.

איין זאך: פאלמאן וועט מער נישט קענען ארדוויטייזען אין דבר יום ביומו, וואס דער קווינס שלעגער פירט אן.

ארגינעלער » 20/5/2009 01:12

ער האט א קאר וואס מען לערנעט זיך דארט צי דרייווען
היינט איז געווען געשטאכן די רעדער.

באלאנד » 20/5/2009 01:27

ארגינעלער פאררעכט שנעל דיין תגובה, די מעשה גייט אז בלומענפעלד פערזענדליך האט געשטאכן די רעדער פון פאלמאן.

ארגינעלער » 20/5/2009 01:45

דערווייל ווייסט מען נישט צי ער איז פרעזנדליך אינטער שטעכן די רעדער
ווייל מען געט נישט ארויס די טעיפס.