היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך א ביישפיל: אז מען לערנט נישט קען מען נישט

נאך א ביישפיל: אז מען לערנט נישט קען מען נישט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2624365

יודלע » 14/5/2009 22:38


די פארגאנגנע שבת ביי מנחה האט מען אין ראדני בטעות אנגעהויבן ליינען פ' בחקותי אנשטאטס פ' בהר, מען האט זיך געכאפט נאך כהן, אין ס'איז געווארן א שאלה וואס מען טוט דארף מען ווייטער ליינען בחקותי אדער אנהייבן בהר, אין אויב יא צי דארף דער כהן נאכאמאל עולה זיין. אבער איינער איז דארט געשטאנען אין די זייט ווי א האן אין בני אדם אין נישט אריין גערעדט קיין ווארט.

עס איז א ווינדער אז זיינע נאנטע מענטשן, האבן נאך געקענט זען אז ער זאל אדרוך לערנען כאטש הלכות קריאת ס"ת, ווי עס איז באוויסט אז די רבנים ווייסן אז דאס איז די ערשטע מקצוע וואס א רב אין א ביהמ"ד דארף צי קענען, כדי עס זאל נישט זיין קיין בזיונות, אין מען זאל נישט אויסקוקען אזוי ווי אים.



ארגינעלער » 15/5/2009 02:10

איינמאל ר' שלמה שמש איז נישט דארט קען מען שוין נישט די סדרה.

בלומבערג » 18/5/2009 08:00

מיין פריינט וואס ביזטו מחדש קיין איינער און ראדני אינטערסירט נישט וואס זייער אדמו"ר האט צו פאסקענען
האסטו שוין אמאל גיהערט מזאל נאך זאגען א פסק פון איהם און וועלעכע הלכה
ביי יעדע שאלה ביי זיי איז וואס זאגט ר' אהרן [רבינו הגה"ק גאון ישראל וקדושו} און וואס זאגט ר' זלמן לייב פילאפף ר' שלמה לייב דער אדמו"ר מראדני איז קיין איינער נישט אונטערסירט וואס ער זאגט
נו פארוואס צו פארוועם זאל ער זאגען וועלכע סדרה מזאל לייענען ווען קיינעם אינטערסירט נישט זיין מיינונג און בפרט ווען ער ווייסט נישט

מצות » 18/5/2009 12:43

בדידי הוי עובדא:
אין יאר וואס רז"ל האט אנגעהויבן צו פירן הקפות בחיי אביו זצ"ל (איך געדענק נישט פונטקליך אויב תש"ס ... די יאר וואס אין סוכה איז פארגעקומען די יוסף שפיל דורך משה פראדל וד"ל) איז שמיני עצרת פארגעקומען א שאלה אינעם ס"ת אינמיטן קריאת התורה, מ'האט ארויף גערופן רז"ל דעמאלטיגער ראדני רב הצעיר, גייענדיג אויפן וועג צום באלעמער האט מען שוין געזען הכרת פניו ענתה בו אז די מצב איז ביטערליך, הכלל, ער קומט ארויף אין קוקט אריין אין ס"ת און קוקט אויף די עולם וחוזר חלילה, בקיצור אזוי ווי די ... אין בני אדם, סוף סוף קומט ער אויף מיט א מורא'דיגע געדאנק "מזאל רופן א סופר סת"ם", די עולם האט זיך געהאלטן אין די זייטן, דאס האט מען געקענט אליין טון אן די גאונישע פסק, חוץ מזה מ'האט געהערט אז מען רופט א קטן אבער א סופר ווי האט מען געהערט אזוינס?, אדהכי והכי איז קיינער נישט ארויף געקומען אים ארויס צוהעלפן, האט ער גע'פסק'נט אז מ'זאל צוריק לייגן די ס"ת און ברענגען א צווייטע ס"ת, (ס'איז נישט אזוי פשוט דאס צו טון וועגן ביזיון ס"ת, כידוע), וראה זה פלא מען ברענגט א צווייטע ס"ת, אין דער רב הייסט מ'זאל ווייטער ליינען ווי מ'האט געהאלטן פריער, (א סתירה מניה וביה, אויב ס'איז נישט כשר געווען די ערשטע ס"ת, דארף מען דאך איבער ליינען פון אנהייב) די מעשה האבן אלע מענטשן אין ראדני מיטגעהאלטן, אינטערעסאנט אז ער האט פון דעמאלט נאכנישט דורך געלערנט הלכות קריאת ס"ת.

תוקן על ידי מצות ב- 18/05/2009 12:43:15