ל"ג בעומר אין סאטמאר תשס"ט
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2622098
היי יאר אזוי ווי אלע יארן וועט מרן רבינו שליט"א פראווען די ערשטע נאכט אין קרית יואל
ס'וועט פארקומען די מעמד הדלקה במעמד אלפים.
ל"ג בעמור נאכמיטאג וועט פארקומען א הכנסת ספר אין וויליאמסבורג פין הרב החסיד ר' שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א
גבאי דקהל יטב לב ד'סאטמאר.
פארנאכט'ס וועט פארקומען די גרויסע סעודה אין גרוסן ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר.
די הדלקה פין די לעצטע יארן
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאר וועט כ"ק מרן רבינו (מהרי"י) שליט"א פירן דעם ל"ג בעומר טיש צוזאמען מיטן יערליכן דינער פאר מוסדות יטב לב בארה"ק אין היכל בית המדרש החדש אויף בעדפארד עוו. דינסטאג מיטאג אום 7 אזייגער.
באלאנד אויב איז עס א דינער מעג מען יא זאגן תורה ל"ג בעומר ?
תורה? חס וחלילה, ער וועט בשום אופן נישט משנה זיין, מען האט געדינגען עפעס א יצחק שווארץ וואס רופט זיך בראדער רבי ער זאל זאגן תורה און אויך נאר בקיצור נמרץ, כדי שלא לשנות, ( 1)מען זאל נישט משנה זיין פונעם רבין זכרוינעלבראכע, , און 2) מען זאל נישט אהיים לויפן שלאפן).
גייט ר' דוד שזורי זינגען בר יוחאי? אזוי ווי פאר א יאר
נעכטען אין קרית יואל ביי די הדלקה
[בילד – נישט אפגעהיט]
יישר כח לאגיש פאר די הערליכע בילדער,
אבער ס'איז געווען איינע פון די מאורעת וואס בילדער און קליפס קען עס נישט פרעזענטען,
אנגעהויבען פון די מעמד הדלקה, די רוקידון, און דערנאך דאס זינגען אין ביהמ"ד וואס איז געווען עפעס אויסטערליש! און פארשטייט זיך דערנאך די תורה פון רבי'ן שליט"א וואס איז געווען ווי מים קרים על נפש עיפה!
וויפיל בילדער מיט קליפס מ'זאל נאר ברענגען וועט עס נישט אראפמאלען אפילו אפס קצהו פון די דערהויבענקייט....
יישר כח פארן ברענגען די הערליכע פיקטשערס, דאס איז דאך דער גאנצער ציהל פון די מעכטיגע הדלקה
אז די פיקטשערס און קליפס זאלן צושפרייט ווערן איבער דער גארער וועלט,
ווייל בעצם צו מאכן א הדלקה אין קרית יואל האט דאך נישט קיין שום סיבה און פירוש, בפרט נאכדעם וואס מהר''א האט עס פערזענליך אראפגעריסן אין א דרשה ווען א צווייטער האט עס געמאכט,
עס איז בלויז נאך א טאקטיק פון די גרעסטע פראפאגאנדע און פיקטשער פארשפרייטער פון אלע רעבישע הויפן
אבער לאמיר נישט פארגעסן אז הגז''ל איז דער פיקטשער רעבע..............
דער הייליגער מעמד האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, ס'איז געווען עפעס אויסטערליש שיין. די שירות וריקודין, די הערליכע און התרגשות'דיגע תורה. אשרינו שזכינו לכך!
אשרי העם שככה לו!
העלד
איך וואלט יעצט געטאנצען אויף דיינע נערווען ווי גוט די פיקטשערס זענען געלונגען, אבער אזוי ווי ס'איז געווען אן עונג רוחני און א הערליכע דערהויבענע מעמד האב איך ניטאמאל א תאווה זיך צו רייצען מיט דיר
כ"ק מרן אדמו"ר (מהרי"י) שליט"א איז יעצט משמיע דברות קדשו ביים גרויסארטיגן ל"ג בעומר טיש און מעמד דינער השנתי לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק. אנהייב דינער האט הרה"ח ר' מאיר שניטצלער הי"ו מוחה געווען בשם קהל יטב לב אויף די מעשי רשע ווען די אהרונים פון בני ברק האבן ווידער אויפגעהויבן זייער אגרוף רשע און דאסמאל אויף הרה"ח רבי משה פרידעדמאן הי"ו משב"ק אין אתרא קדישא מירון ווי זיי האבן אים צושלאגן אין אהל הקדוש. אויך האט הרה"ג אב"ד בראד שליט"א משמיע געווען דברותיו בנעימים לכבוד היום.
דער בראדער קדוש רעדט דברים נעמים.
בן פראדל'ס שוואגער מאיר שניצלער וויינט אז דער מטורף כאפט שלעק שוין צים פערטן מאל
קענייהארע דער בן פראדל איז געווארן א כאפער אויף דער עלטער
1) ביי די וואלן אי ןוויליאמסבורג.
2) ביים ברך משה'ס לווי'..
3) כ"ו אב ביים ציון.
אין הגז"ל האט רח"ל משנה געווען ער האט גערעדט דברות קודש.
[בילד – נישט אפגעהיט]
באקומען אין אישית ווער ס'קען זאל עס קאנפירמין.
הגז"ל האט געזאגט ביי די דברות קודש אז פארדעם שיסט מען א ל"ג בעומר שיסער
ווייל ווען די רוימער זענען געקומען אין די חדרים האבן די יודין נישט געוואלט אז די רוימער זאלן זעהן ווי מען לערנט ,האט מען גענימען א א ל"ג בעומר שיסער אנשטאט אין געשאסן צי ווייזן אז מען לערנט נישט.
ס'קוקט אויס ווי הגז"ל מיינט אז די רוימער הערשן נאך.
אנשטאט א ל"ג בעמור שיסער, שיסט ער מיט די טעטרעס געים.
| ארגינעלער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | באקומען אין אישית ווער ס'קען זאל עס קאנפירמין.
הגר''א האט געזאגט ביי די דברות קודש אז פארדעם שיסט מען א ל"ג בעומר שיסער
ווייל ווען די אינספעקטארס זענען געקומען אין די חדרים וואס איז אונטער דעם סקול דיסטריקט האבן די ארונים נישט געוואלט אז די אינספעקטארס זאלן זעהן ווי מען לערנט ,האט מען גענימען א א ל"ג בעומר שיסער אנשטאט אין געשאסן צי ווייזן אז מען לערנט נישט.
ס'קוקט אויס ווי הגר''א מיינט אז ער הערשט נאך.
אנשטאט א ל"ג בעמור שיסער, שיסט ער מיט די טעטרעס געים.
|
|
א שיינער פאפאגאי .
ווער איז דער מיט די קראך היטל וואס איז געזיצען ל"ג בעומר ביינאכט אויף די רעכטע זייט פינעם רבי'ן נאך דעם מאנסי רב??
אזוי אויך זענענן געשטאנען צוויי קראך היטלך בחורים נעבן הערשל קאהן, וועלכע ישיבה איז אהער געקימען??
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 13/05/2009 20:33:45
שר מקוצי די ווייסט דען נישט אז ר' אהרון איז דער גאון אדיר און אלע ליטווישע בחורים לויפן אים נאך???
באלאנד, כאב געפרעגט א קשיא, אז די ווייסט נישט שווייג
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/05/2009 21:10:57
_________________
איך האב געהערט אז עפעס ראש ישיבה פון ארץ ישראל