כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
כ"ק מרן רבינו שליט"א
ואתם עמם אריבער טויזענט בחורי חמד תלמידי ישיבתינו הקדושות, וועלכע ברענגען אריין דעם סכום פון 360 דאלאר פאר'ן רבי' שליט"אן.
קודם האט געהייסן אז דער רבי שליט"א וועט אי"ה אהיימקומען פון סוואן לעיק צום דינער פון כולל שומרי החומות קומענדיגן דאנערשטאג, און וועט אי"ה פארבלייבן דאהי אויף שב"ק פ' אמור בתוככי וויליאמסבורג המעטירה.
אבער אזוי ווי מ'האט געהערט פון די מקורבים פון גאב"ד ירושלים שליט"א אז דער גאב"ד וויל וויילן אין מחנה דברי יואל אויף שב"ק, האט דער רבי שליט"א מחליט געווען אז לכבודו וועט ער צריקפארן נאכן דינער צוריק אין קעמפ, און פראווען דעם שב"ק מיט'ן גאב"ד שליט"א.
גלייכצייטיג האבן די עסקנים און די חברי הנהלה פון די ישיבה מסדר געווען אז דער היסטארישער שבת קודש וועט זיין א גוטער געלעגנהייט סיי אז די בחורי ישיבתיה"ק זאלן קונה זיין תורה ויר"ש אינדרויסן פון שטאט, און זיין במחיצתם פון די גדולי הדור שליט"א און סיי וועט מען קענען אריינברענגען סכומים הגונים לטובת הישיבה גדולה בוויליאמסבורג.
הרה"ג ר' בנימין צבי מאליק שליט"א רב הצעיר דסאמבור חדב"ן גאב"ד שליט"א, האט איבערגעגעבן אז לויטן פלאן וועט דער גאב"ד שליט"א ארויספארן מיט'ן רבי'ן אינאיינעם.
דערווייל האבן זיך שוין געמאלדן אריבער 500 בחורים, און ווי די עסקנים געבן איבער וועט מען גרייכן פיל מער ווי דאפעלט בעז"ה, כ"י.
צהלי ורוני יושבת מחנה דברי יואל - אחים זופניק
כי גדולים בקרבך קדושי ישראל
תוקן על ידי שומרשמיטה ב- 05/05/2009 5:29:38