היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שומרי החומות ברענגט ציניזים אין וויליאמסבורג

שומרי החומות ברענגט ציניזים אין וויליאמסבורג

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2618994

דעקלעראציע » 5/5/2009 01:33

די כולל שומרי החומות וואס איז באקאנט מיט זייערע לינקע אנשוועניגן.
סיי מיטן נעמען געלט פין די מדינה.
סיי מיטן האבן רבנים וואס שטיצן די בחירות.

האבן זיי יעצט ארויס געוויזן זייערע פינסטערע לאפעס מיטן אריין ברענגן אין וויליאמסבורג איינעם וואס דער פאטער זיינער איז
געווען א חברי הכנסת, אים צי באהערן ביי דינער.

יודען אין וויליאמסבורג קוקן צי מיט רעגעניש, ווי גייט זיך דער כולל אפשטעלן. 

נישט אימזיסט האבן אסאך יודען אויף געהערט צי שטיצן דעם כולל אנגעהויבן שטיצן דעם סאטמארען כולל יטב לב. 

פארשטייט זיך ביי די זאליס איז דאס א פלאס נאכן גיין צי ציניסטישן בג"ץ זענען זיי מיט שומרי החומות ברידער'ס.

  

טאטלע » 5/5/2009 01:38

פין וועם איז די רעדע ?

פעטרסאן08 » 5/5/2009 01:55

זיי ברענגן אהער דעם חברי הכנסת מאניע שפירא זין פין לאנדאן, פאר נואם הכבוד ?!
מען האט שוין גערעדט צי ר' שלמה מיאער אין מיט זלמן לייב שלעזינגער.
דערווייל פאלן אלעס אין טויבע אויערן.

פעטרסאן08 » 5/5/2009 02:06

הרה"ח ר' וואלף נאוויטש מיט הרה"ח ר' אפרים ראזנפעלד זאגן מען האט זיי גארנישט געפרעגט

ארגינעלער » 6/5/2009 01:46

איך הער א רומער אז דער סאטמאר וויליאמסבורגער שליט"א גייט נישט גיין צים דינער.

באלאנד » 6/5/2009 03:32

דיין צדיק מווילאמסבורג שליט"א גייט נישט צום שומרי החומות דינער פאר גאר א צווייטע סיבה ווי ציונות, עס איז פשוט צו בויקאטירן כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וואס ווערט דארט געקרוינט אלס חבר הנשיאות, פאר די חוצפה פון וויילן דעם שב"ק הבעל"ט במחיצתו אין מחנה דברי יואל. וואס אגב איז דאס נישט די ערשטע בויקאט פון די אהרונים אנטקעגן שומרי החומות, מיר געדענקן נאך אלע ווען מען האט בהוראת הנשיא בעל ברך משה זי"ע ממנה געווען בנו כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס סגן נשיא איז דאן די קאנסוס געווען אונטערגעשריבן פון אלע סגני נשיאים חוץ דער קרית יואל'ער רב.

וויינשטאקל » 6/5/2009 08:26

באלאנד טאקע זייער פיין אז די האסט ארויפגעברענגט די התמנות פון רז"ל אלס סגן, ווייל דאס איז מענינא דיומא, רבינו שליט"א האט נישט אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס צוליב די תקנה פון שומרי החומות אז 2 ברידער טארן נישט דינען אלס נשיאים, און די זעלבע תקנה לויטעט אז עס טארן נישט אויפגענומען ווערן נשיאים פון ארץ ישראל, וואס ברויכסטו מער פון דעם אז שומרי החומות אליין האלט זיך נישט צו אירע תקנות הן מיטן אויפנעמען רז"ל אלס סגן און הן מיטן אויפנעמען ר' טובי' ווייס פאר נשיא.

באלאנד » 6/5/2009 09:30

וויינשטאקל לאקשן זאלסטו פארקויפן פאר דיינע פערדן, ר' ארון האט נישט אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס פאר איין סיבה, "אני אמלוך אני ולא אחר".

טראק » 6/5/2009 19:36

רבינו שליט"א האט נישט אונטער געשריבען אפען קאנסוס ווייל ער איז נישט דער קנעכט פון דעם זאלי שלמה מאיער וואס פילט זיך אן די טאשן פון שומרי החומות דא אין אמעריקא, און נישט פון יחזקאל דוד לעפקאוויטש וואס פילט זיך אן די טאשן פון שומרי החומות אין א"י.

די גאנצע שומרי החומות איז היינט סתם א זייפן בלאז, עס איז א רייכע קאמפאני, זיי נעמען געלט פון די מדינה מלא חפניים, זיי האבן צענדליגע בילדונגס אין מאה שערים וואס זענען פארדינגען פאר גרויס געלט פאר גשעפטן, שארן גראבע דירה געלט און רענט פון די דירות אין ירושלים, די היים פאר די אלטע לייט שארן זיי גאלד פון די מדינה, א גמ"ח וואס ליגט מיליאנען דאלער וואס מענטשן האבן איבערגעלאזט דארט שוין באלד 100 יאר, איין מינוט נאך עפעס... א דענטיסט... וואס די מעדיקעד באצאלט עד פא ויותר.
 
יא... סארי...  פארגעסען ... איין זאך נאך...

זיי געבן פאר פסח נאר פאר די יוצאי אונגארן (ח"ו נישט פאר די סאטמאר אידן ווייל זיי שטאמן פון רומעניע..) 100 דאלער, און פאר סוכות 75 דאלער...

עס האט היינט א שייכות מיט רבי מאיר בעל הנס, גענוי ווי בית יתומים דיסקין האט היינט א שייכות מיט ר' יהושע לייב דיסקין.

מה_בני » 6/5/2009 20:22

איינער ווייסט ווי מ'קען זעהן די תקנות פון "כולל שומרי החומות" ?



טראק » 6/5/2009 20:50

די תקנות פון שומרי החומות זענען היינט בערך אזוי.

א. גנבנען וויפיל מקען.

ב. נעמען געלט פון די מדינה.

ג. זיך אנפילען די טאשן.

ד. נאכמאל גנבנען.

ה. בלעיק מעלין דעם תמימות'דיגער ציבור אז עס איז היינט נאך א צדקה קאסע.

ו. מאכן נאך געלט און נאך געלט און פאקן אין טאש.

וכו' וכו' וכו'

באלאנד » 6/5/2009 22:54

עס איז אונז א שטאלץ זיך צו האלטן מיט די דרך הקדמונים, און שטיין און קוקען פון די זייט ווי די אהרונים זענען פארנומען אונטערצוברענגן יעדע דבר שבקדושה וואס די פריעדיגע האבן מייסד אדער מתקן געווען, איינס נאכן צווייטן. אלס פאר בלויזן פרייז פון "אני אמלוך". אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען נישט קיין אהרונים.

טאטלע » 6/5/2009 22:57

אשרינו מב טוב חלקינו ענק זענען זאליס אין ב"ה ענק זענען נישט ביי אונז

ביי די וועי איינער וויסט אפשר צי הגז"ל גייט די וואך לכבוד ירושלימער רב זאגען תורה אדער מטאר ח"ו נישט משנה זיין אין חלילה זאגען תורה

טראק » 6/5/2009 23:02

איין זאך האט שומרי החומות דערווייל נישט געטאן

זיי זענען נישט געגאנגען אינעם טמא'נעם בג"ץ, אזוי ווי די זאליס.

באלאנד » 6/5/2009 23:04

ישר כח פארן מיך דערמאנען נאך א פרט פונעם שינו אין דרך האבות וואס דיין רבי פאברעצירט, ניין דער רבי גייט נישט זאגן קיין תורה ל"ג בעומר ווייל אזוי האט מען זיך געפירט, משא"כ ר' ארון גייט זיך אויפשטעלן רעדן קבלה (זאג נאר עס ערווארטעט אייך נאכאמאל אזאלכע בזיונות ווי עס איז געווען פאר 2 יאר צוריק?) ווייל דאס האט מען זיך נישט געפירט, מוז ער משנה זיין.

טראק » 6/5/2009 23:11

מען גייט זינגען קל אדון...

זאג א שטריימל וועט ער אנטאן...?

אבער חס ושלום ל"ע חס מהלזכיר מען וועט נישט משנה זיין קיין כי הוא זה כל שהוא נישט קיין ריר אוועק פון די זאך וואס מרן רביה"ק זי"ע האט געהאט מסירת נפש ממש און געשריבען א גאנץ ספר אז עס איז א מצוה גדולה חשוב מאוד על גבי מצוה וציווי ה' צו טאן

גיין אינעם קודש הקדשים הייליגן בג"ץ...!

באלאנד » 6/5/2009 23:21

זאג געדענקסט נאך אפשר א צעטיל וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין בג"ץ "עו"ד ... בשם מרשו משה חיים וויס והרב אהרון טיילבוים"???

טאטלע » 6/5/2009 23:26

באלאנד זעסט מיט דיר גלייך איך צי רעדן די ענטפערס אייביג צים ענין

יעצט זאג שבת פרשת אמור תשס"ט הבעל"ט גייט הגז"ל זאגען תורה לכבוד ירושלימער רב אדער גייט מען נישט משנה זיין פין די מסורה נישט ציזאגען ח"ו קיין תורה  

טראק » 6/5/2009 23:36

דער עולם גולם מיינט אז אן כולל שומרי החומות וואלט ירושלים אונטערגעגאנגען.... און די ירושלימער אידן וואלטן זיך ארום געוואלגערט אויף די גאסן פאר הונגער...

און אויף די רחמנות געפילן שארן זיי "מיליאנען" א יאר פון אונז עולם גולם.

גייט פרעגט עני ירושלים'ער איד צו כולל שומרי החומות העלפט... ראטעוועט... טיילט אויס מיליאנען... פאר די ירושלימער אידן א יאר.

א גרויסער גראבער "לא" מיט אן אלף וועט מען דיר ענטפערן.

זיי צאלן כולל געלט - פונקט ווי יעדע ירושלימער כולל - פאר זייערע 100 אינגעלייט וואס זיי האבן אין טאטאל מיט אלע זייערע פאלטשע בעלאני נעמען, ווי כולל ערב, בוקר, צהרים, ליל ששי, ליל תשעה, ביינאכט, צופרי, נאכמיטאג, מארניג, עפטערנאן, נייט, חושן משפט, אבן, העזר, ביצה, חתם סופר, כתב סופר, מגילה..., פורים..., פסח..., וכו' וכו'.

אבער עס איז נישט פונקט ווי א כולל על טהרת הקודש ווי כולל ויואל משה סאטמאר ירושלים, כולל עצי חיים בני ברק וכו' וכו', וואס נעמען נישט קיין געלט פארן כולל פון די מדינה הטמאה, בשעת כולל שומרי החומות נעמט יא געלט פאר זייער כולל פון די מדינה הטמאה מלא חפניים.

מה_בני » 7/5/2009 00:26

טראק, ווייסטעך, איך גלייך אריינצןגיין אונעם עצם הענין, נישט רעדן סתם ווי א קליין קינד.

די זאגסט אז זיי נעמען געלט פון די מדינה? דאסאיז א שוידערליכער פאברעך. די מיסט ברענגען פרוף און איבערצייגן די מענטשן וואס ליינען דא אז זיי נעמן טאקע געלט. סתם באשולדיגן קען איך דאך אויך.

די ווייסט דען נישט אז די כולל ויואל משה ד'סאטמאר אין ירושלים קריגט יעדע חודש אריבער פינף און צוואנציג טויזענט דאללער פון משרד החינוך?? הזאת נעמי? דאס איז סאטמאר?!

בקיצור, איך שרייב און די שרייבסט, ווייז אויף אז דאס איז אמת.

טראק » 7/5/2009 02:15

לאמיר דיר זאגן זייער קלאר.

כולל שומרי החומות נעמט "אפען" געלט פון די מדינה הטמאה פאר זייער כולל.

כולל שומרי החומות נעמט "באהאלטען" געלט פון די מדינה הטמאה פאר זייער ת"ת.

וואס הייסט?

צו נעמען געלט פון די מדינה הטמאה נעמט כמעט יעדער און רוב רבנים - אפילו היימישע וד"ל - האבן געהאלטן אז מען מעג, נאר פאר ישיבות, תלמוד תורה בית חינות לבנות טאר מען נישט, און אזוי טוט "כמעט יעדער" חוץ ממש סאטמאר א.ד.ג ווייל די רבי זי"ע האט געהאלטן אז מען זאל נישט.

ממילא נעמט שומרי החומות אפען געלט פאר זייער כולל און זיי זענען מודה פאר יעדעם.

אבער פאר זייער תלמוד תורה באהאלטן זיי אז זיי נעמען, זיי לייקנען עס ווען מען פרעגט זיי, זיי זאגן אז זיי נעמען נאר פון משרד הדתות אבער נישט פון די מדינה וכו' וכו', אבער קלאר ווי די טאג אז זיי נעמען געלט געהעריג פון די מדינה- אבער בסתר.

אזוי פיל יא זיי שרייבן נישט אין ערגעץ נישט אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה.

גביר_אדיר » 8/5/2009 21:15

אידעלעך, איך געדענק ווען מען האט געוואלט אויפנעמען הרב דושינסקי זצ"ל פאר נשיא פון כולל שומרי החומות, און דער ברך משה האט דאס וועטאאירט, ער האט עס בשום אופן נישט צוגעלאזט, ווייל אין די תקנות שטייט אז א נשיא דארף זיין פון חוץ לארץ, נישט פון ארץ ישראל.

און דרך אגב, איך ווייס פערצופאל אז חיבת ירושלים האט אויך אזא תקנה, און אפאר יאר צוריק ווען דער בעלזא'ער רבי האט געוואלט ווערן נשיא, כאטש ער איז דער גרעסטער רבי פון דעם קרייז, האט מען עס אפגעזאגט פאר די זעלבע סיבה.

זע איך אזויפיל, אז דער ברך משה האט אויך געוואלט מען זאל האלטן די תקנות, און הרב דושינסקי האט עס פארשטאנען און איז נישט געווען ברוגז.

מיך באדערט נאר פארוואס מהר"א האט נאך נישט אפגעזאגט דעם סגן נשיאות, איך זעה באמת נישט וואס ער האט דערפון. לדעתי העניה וואלט ער עס שוין לאנג געדארפט אויפגעבן און לכתחילה שלאגן כפרות מיט שומרי החומות

באלאנד » 8/5/2009 23:25

למעשה איז ר' מענדעלע געזיצן 4 גאנצע שעה ביי דעם ציוניסטישן קאנפרענץ נעכטן אין דעם פריצות'דיגן עטרת בלעם זאל...

בערל550 » 9/5/2009 00:01

און די האסט עס געמוזט צוזעהן....

באלאנד » 10/5/2009 12:27

משא"כ דיין רבי האט נישט געקענט אריינקומען צום דינער און צוזעהן ווי זיין פיצי ברודער רבינו שליט"א זיצט אויפן כס הנשיאות.