היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: פיקטשער רעבע לויפט קיין שיקאגא עמוירזשענסי !

ברעיקינג: פיקטשער רעבע לויפט קיין שיקאגא עמוירזשענסי !

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2618258

רבי_יונה » 3/5/2009 22:16

ווי באקאנט זענען די פיקטשערס פונעם פיקטשער רעבע נישט צו גוט אויסגעקועמן אין וויילאנד.
ער האט דארט באקומען א שניט פון האלטן דעם מעסער...

האט די חכמי כעלעם באשלאסן אז אזוי ווי יעצט גייט מען דאך עפענען די נייע מהודר'דיגע טעקסאס שחיטה, ווי מ'וועט דארט איניפירן די גרעסטע חומרות און הידורים, מוז דער פיקטשער רעבע שוין לויפן וואו ער קען נאר,


דער שלימאזל כאפט א שניט...
און דערפאר מוז ער יעצט איבערמאכן די פיקטשערס עמוירזשעסי אין שיקאגא

[בילד – נישט אפגעהיט]


פאריגע וואך האט משה בן פראדעל מיט מעכל שלעזינגער באזוכט ביי נירבאטור רב שליט"א, און אים צוגעזאגט אן אפותיקי אז ער זאל אפישעלי לאדענען דעם גרויסן תלמיד חכם און בקי נפלא מהרז"ל שליט"א

אויך האבן זיי געבעטן די באלעבאטים יושע האלענדער, מאטי בערגמאן מיט די וויינשטאק אייגענטימער זיי זאלן ארויפגיין צו מהרז:ל און אים לאדענען צו די שחיטה, און באשטעלן פעסטע פאטאגראפירער פון אלע זייטן...

מ'האט אויך געבעטן די רביצין שפיץ זי זאל אנגרייטן א פעקל באנדאזשן אז אין פאל איר צדיק'ל כאפט נאכאמאל א שניט זאל מען שנעל פאשל'ן דאס קינד.

פרטים יבואו

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 03/05/2009 22:25:48

וויינשטאקל » 3/5/2009 22:22

איז די רעדע יעצט פון מיטנעמען די 22 באסעס על כל צרה שלא תבא????

רבי_יונה » 4/5/2009 01:33

דערווייל האט מען איינגעשפאנט א טוץ מיט מלמדים וואס זאלן אים אויסלערנען וואס צו קוקן דארט, און נישט אויס קוקן ווי א האן בני אדם, און שאפן בזיונות.

איצט ווארט מען נאר ווען די מלמדים וועלן געבן די אקעי אז דער בחור קען שוין... און מען וועט קענען פארן.

וויינשטאקל » 4/5/2009 01:40

דארף מען זעהן צו בלומענפעלד וועט אים נישט שיקן א לא נתקבל...

מה_בני » 4/5/2009 17:23

יעצט דארף מען נאך געוואויער ווערן אויב אין שיקאגא איז דא בכלל א בית השחיטה... א ווי אלע מעשיות דא.

רבי יונה, פון וואנעט איז צו אייך ארויסגערינען דעם סוד??

טאטלע » 4/5/2009 18:52

מה בני איך ווייס נישט צי אין שיקאגא איז דא א שחיטה אבער אין טעקסאס גייט אין די נאנטע טעג זיין א שחיטה אין איך קען שוין קום ווארטן אויף די זיסע מוזיק וואס גייט קימען פין די זאלי קאמפאני

אין אזוי ווי עס איז יעצט דא א מאנגל אין די מארקעט פין בשר בהמה וועט די זאלי קאמפאני נעבעך מיזן ציקיקן ווי פין די ווייטענס ווי יענער עסט אין נעבך נישט טארן חלילה עסן פין די בשר פין טעקסאס

ביי די וועי אין שיקאגא איז דא א מיל מארט שחיטה אין ווען די עסט בשר קימט עס פין דארט 

ארגינעלער » 5/5/2009 02:30

ווי מען געט איבער גייט דער אנפירער פין די יו טוב פעיזש
shiezoli


וואס ווערט אנגעפירט דורך א פאפאנער בחור מיט פארן אין אפכאפן דעם גאנצען מאסע הקודש


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 05/05/2009 3:28:57

_________________

האקאבו » 5/5/2009 07:00

וואס האט דער וו.. מיט די זאליס ?

תוקן על ידי האקאבו ב- 05/05/2009 7:11:02

באלאנד » 5/5/2009 19:37

ווען האט דאס משה וואלף קליין אויפגעגעבן? די אהרונים פלעגן דאך כסדר שרייען אז דער יואטוב טשענעל ווערט געפירט דורך משה וואלף.

וויינשטאקל » 5/5/2009 23:56

נישט קיין סתירה, נאכדעם וואס משה וואלף האט זיך אריינגעלאזט אין די ליין פון כאפן ווידיא ביי חתונות (וואס פארלאנגט א ביאור פאר זיך הלמאי ענקער לישקע מיט די שותפים הערשל קלאר אין מיילעך שטערן וואס זענען די מכלומר'שטע עומדים בפרץ לאזט דאס צו), האט ער דאס איבערגעגעבן.

ארגינעלער » 6/5/2009 01:39

באלאנד טייערע, כך היא דרכה של תורה.  

ארגינעלער » 18/5/2009 02:47

די לעצטע חודש האקט מען אריין אינעם גרויסן גאון רז"ל אז ער זאל זיין רעדי צו גיין צו די שחיטה אין שיקאגא.

יאקאבאוויטש דער ברידער פון פיצי יאקאבאוויטש האט שווער געארבעט אים אויסצולערנען אויף וואס צו קוקן ווען ער וועט זיין דארט און לויט ווי מ'גיט איבער איז ער שוין רעדי, ב"ה. דער בחור קען שוין דאס פשעטל און מ'האט שנעל גערופן מיעל מארט אים אנצוגרייטן א ווייסן היט מיט הויכע בוצעס מיט בענדטשעס. און ויסעו.

רז"ל פארט די וואך קיין שיקאגא מיט 76 רבנים און דיינים און כלי קודש, פיקטשערס און בליצערס ווידיא און אינטערנעט קאמוניקאציע זענען שוין פולקאם גרייט אז דער גרויסער גדול זאל אנקומען.

לויטן פלאן וועט ער ארויספארן מאנטאג און דארט איבערשלאפן און צוריקקומען מיטוואך. ווי עס הייסט יעצט וועט ער אויך האבן אפוינטמענטס ביי אפאר מגולחים וועלכע גרייטן אים צי א געשמאקן סטעיק על חם ביי א טייערן באנקעט אין שיקאגא.


ליצים זאגן אז דער טאוועל "ממליחה ואילך" וועט אויפגעטוישט ווערן "מגריל ואילך" בהשגחת הצדיק ר' וועקי שליט"א.

פרטים יבואו

ארגינעלער » 18/5/2009 02:49

שמואל קאמפאוט ווערט געבעטן צי וואטשען אז דער רעבע זאל נישט האלטן דעם חלף אויף די פארקערטע זייט... כדי ער זאל נישט כאפן קיין שניט.

און אויב באקומט ער יא א שניט ה"י, זאל מען שנעל לייגן א בענדיטש.

[בילד – נישט אפגעהיט]

באלאנד » 18/5/2009 03:10

אנטשולדיג אייך אהרונים פארן אוועקכאפן די "עקסקלאסיוו" מאכט אויף די שחיטה. ואתכם הסליחה

בערל550 » 18/5/2009 03:26

באלאנד. 40,000 עופות ווערן געשאכטען אין ק"י בית השחיטה. און בקרוב עפענט מען די מהודר'דיגע שחיטה און טעקסאס

בלעקבערי » 18/5/2009 03:32

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אנטשולדיג אייך אהרונים פארן אוועקכאפן די "עקסקלאסיוו" מאכט אויף די שחיטה. ואתכם הסליחה


באלאנד
 מיין טאטע איז שטערקער פין דיין טאטע

וויינשטאקל » 18/5/2009 03:35

וואס עקסקלאסיוו ווען עקסקלאסיוו, כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז געווען דער ערשטער וואס האט אנגעהויבן מאכן תיקונים אין די שחיטה אזוי ווי אין נאך צענדליגע ענינים לחזק חומת הכשרות והיהדות. און דאס אז רז"ל פארט אראפ מיט לעלאס אין פיקטשער מאכער און באגלייטונג פונעם גאנצן לישקע און בניו הקדושים והטהורים קיין טשיקאגא איז דאך בס"ה צו עסן א גוט שטיקל גרילט בשר בהמה וואס זיין הייליגע רעבעצין די שפיטצקע לאזט נישט אריין און שטוב.

באלאנד » 18/5/2009 03:41

בערל550/בלעקבערי/וויינשטאקל, דאס איז אקוראט וואך איך האב געמיינט צו זאגן... עס גייט אייך נעבעך אין לעבן אז ר' ארון קען זיך מער נישט אויפטוהן אז ער איז מתקן אידישקייט, ווייל זיין פיצי ברודער פארט אויך צו די שחיטה, און ענקער רעבע איז אויס הירא, ווי האט ער נאר געזאגט 'כבר היה לעולמים' איר וועט דאס דורכלעבן!

בערל550 » 18/5/2009 16:29

באלאנד
40,000 עופות!!!!!!

אאאאויטשששש!!!!!!!!!!!!!!

ארגינעלער » 20/5/2009 17:58

רז"ל איז געפארן היינט פארטאגס קיין שיקאגא.
די דעלעגאציע וואס איז מיטגעפארן, טרענירער און שוחטים וועלכע דארפן וואטשען ער זאל נישט אנבאטשערן.

שמואל קאמפאוט (גבאי)
הר' חיים דוד כ"ץ
פירטה (שוחט)
אהרן הערש פריינד (פון UTA)
און נאך 2 מענטשען.


באלאנד » 20/5/2009 22:29

נא ארגינעלער וואס זענען די באריכטן פון שיקאגא?, ווער האט זיך צושניטן די הענד, ווער האט געכאפט בילדער, ווי האט זיך רבינו שליט"א פאררעדט ועוד, שנעל שטעל צוזאם א מעשה צו פיטערן די הונגעריגע אהרונימלעך.

וויינשטאקל » 20/5/2009 22:55

אז די אהרונים זאגן ליגענט קום שנעל פארצייל אונז דעם אמת וואס האט פאסירט און שיקאגא (זעהט אויס אז עפעס איז געווען ווייל די האסט שוין מקדים געווען תפילה לצרה!)

יודלע » 21/5/2009 20:06



א שו"ב פין די שחיטה אין שיקאגא האט מיר פארציילט אז הגז"ל האט נעכטען אין שיקאגא ביי די שחיטה געפרעגט ווי מען מאכט די כיסוי הדם ווייל ער וויל אויך מקיים זיין די מצוה....

אויף דעם זאגט שוין די משנה ולא עם הארץ חסיד.

אויכט זאגט מיר די שו"ב אז ער האט זיך דארט ארום געדרייט ווי א הן אין בני אדם.

דאס איז שוין נאכדעם וואס זיינע מלמדים זענען געזעצן מיט אים אין אויסגעלערענט וואס מען דארף טוהן דארט אין אויף וואס ער זאל קוקען וכדומה, אבער דאס אז כיסוי הדם גייט נישט אן ביי בהמות נאר אויף חיות ועופות איז זיי נישט בייגעפאלען אז ער ווייסט דאס נישט.


תוקן על ידי יודלע ב- 21/05/2009 20:17:59

ארגינעלער » 21/5/2009 21:04

מ. מ. עפשטיין מיט ברוין זענען געפארן 2 טאג פריער קיין שיקאגא איינארדענען און צורישן די קעדילעק און אלע אנדערע פאפעראצי אינסטרומענטן.

אזוי קוקט היינט אויס אלעס, א שטיק ליצנות. אלעס איז לעלו און שומרים סטייל. ממש א גרויל. 

פארוואס האט ער נישט געקענט פארן ווי א נארמאלער מענטש מיט איין גבאי. פארוואס פארט ער ווי א בעיבי?


תירוץ: ווייל ער איז !
וועגן דעם האט ער אזא פנים.

באלאנד » 21/5/2009 21:32

איך האב מיך טאקע נישט טועה געווען, די לגיונות פון ארגינעלער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, ברוין אז בכלל נישט געווען מיטן רבי'ן אין שיקאגא, אויף די איבריגע מעשה'לעך זייט אליין דן צו ס'אמת צו נישט.

יודלע » 21/5/2009 22:12


באלאנד וועלכע ברוין איז נישט געווען???

ארגינעלער » 21/5/2009 22:43

דער זון פון יקיר ברוין איז דארט געווען אינאיינעם מיט מרדכי מענדעל עפשטיין.

דאס איז אויסער
ליבערמאן
פירטה
רח"ד כ"ץ
שמואל ט"ב
אהרן הערש פריינד

איז רז"ל א בר מצוה בחור'ל וואס ברענגט מיט 7 מענטשן אים אינטערפירן?

עס קומט אים קרעדיט אז ער האט נישט געמאכט קיין "נסיעה" אדער "מסע המלכות" קיין שיקאגא? פון דעם פיקטשער רעבע שטייט באמת אלעס אויס.

דערפאר טראגט ער דעם פנים!

באלאנד » 21/5/2009 23:16

אז דער רבי איז א בר מצוה בחור פארן מיטנעמען 7 אידן, איז דאך ר' אהרן א 1 יעריג קינד פארן נאר לאזן 25 מענטשען מיטפארן אויף ארה"ק.

טאטלע » 21/5/2009 23:24

ווער עס כאפט וואס באלאנד האט דא געשריבן אין קען עס איבער זאגן באקימט א קוואדער

וויינשטאקל » 21/5/2009 23:48

חברה עס לוינט זיך צו זיין היינט אויף הייד פארק, יוסף90 טיילט הונדערטערס ווער עס ברענגט אים באווייז אז די זאליס זענען געגאנגען אין בג"ץ (עיין אשכול אודות מכתב הרבנים בפורום בחדרי חרדים), טאטעלע טיילט קוואדערס ווער עס וועט מפרש זיין דבריו הק' פון באלאנד... רבותי פארמאכט די געשעפטן אין כאפט איך אריבער אויף הייד פארק און ברענגט אהיים שבת צו מאכן...