עשירים זענען געווענליך זוכה צו באקומן פון א רבי'ן שיריים.
מאנכע עשירים באקומען כוס של ברכה.
די גרעסערע באקומען א בעקיטשע פון רבי'ן אדער א חפץ פונעם צדיק.
אבער ר' משה שמואל האט באקומען א געבענטשע זשעקוזי...
פון וועלכע רבי'ן?
פון נישט קיין אנדערן ווי פון הגאון הצדיק הקדוש והטהור רז"ל טייטלבוים...
יא דער הייליגער מהרז"ל האט למעשה געבענטש זשופניק'ס זשעקוזי, דעם שבת קודש אין קווינס קעמפ.
ר' משה שמואל זופניק פארציילט נישט מער און נישט ווייניגער אז פון רבינ'ס שטוב האט מען אים קלאר געבעטן אז ער זאל איבערגעבן זיין הויז פאר'ן רבי'ן... איי ער האט דאך דארט אן אייגענע ריזיגע דירה אין קווינס קעמפ, האט מען אבער מרמז געווען אז מ'דארף די דזשעקוזי.. און זשופניק האט טאקע איבערגעגעבן זיין דירה, און מהרז"ל איז דארט איינגעשטאנען אויף שב"ק פ' אח"ק תשס"ט העעל"ט, און טאקע געבענטשט די דזשעקוזי וד"ל וד"ל!
אשריך ר' משה שמואל, אז איר האט זוכה געווען צו האבן א געבענטשע דזשעקוזי.
אשריך ואשרי חלקך.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 03/05/2009 22:50:42