ברעקינג! ק"י נישט דא קיין וואלן היי יאר!
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2618151
ברעקינג! ק"י נישט דא קיין ווילידזש וואלן היי יאר!
סקומט יעצט אן די נייעס אז אשוי ווי די זאלי/ אלייענס וכל שם חניכא דאית ליה
האבן אריינגעגעבן זייערע פאפירן צו לויפן פאר מעיאר א טאג צו שפעט
קענען זיי נישט זיין אויף די ליסטע אין די שטום בודקעס אין דאס מיינט עס וועט
נאר זיין 1 ליסטע פון קהל יטב לב אן אויטוימאטישן געווינס פאר סאטמאר!
אויך האבן זיי אריינגעגעבן נאר א קאנדידאט פאר מעיאר נישט פאר טראסטיס
ווער סעהאט מער דעטאלן זאל מעלדן
אין קובא איז אויך נישטא קיין וואלן
פרוכטבאר סהאט ציטין מיט די "תהליכי הקהילה" פארשטייסט ?
מאחורי הפרגוד פין די זאליס הערט מען אז דאס איז געטאן געווארן דירעקט, ביי די זאליס הערט מען א קול ענות חלושה א שטימנוג פין דעמאלארעזאציע אין קאפטעלאציע.
קיין איינער האט זיך ניטאמאל געוואלט ארויס שטעלן אלץ טראסטי, א חוץ דער פרעזידענט פין די בערזע הנגיד באנדא אלץ מאיער, וואס האט אויך אריין געגעבן שפעט זיין אפליקאציע.
איינע פין די הויפט פאקטארן איז געלט
אביגדור יאקאבוויטש זאל ריען אין לעכטיגן ג' אין שוין נישט בין החיים.
אברהם בער יאקאבוויטש'ס 2 מיליאן איז געבליבן ביים ציזאגן.
וואלי לעפקאוויטש איז אויף פענסיאן.
יחזקאל בראך שמועס מען איז אויפן בויך מיט די עקנאמיע.
משה מאנראוער איז ביזי מיט קיטשי בלעקבערי.
אין יונה זיפנוק זאגט ער איז גרייט צי קומען וואטן, אבער נישט קיין טאלער.
אבער פאר די יונגעלעך פארקויפט מען אז מען ארבערט אויף פלאן מעסיגען צי גאנג פין 3 מהלכים .
1) מען גייט זיך נאכאמאל ציזאמעם ביים לעיק טייל מיט שטריימעלך, קוטשמעס, טליתים אויף די איקסעל, אין יוסף בן מרים גייט דאס רעקראדירן, אין מען וועט אנהייבן צי שרייען דעם א-ל אדון
מען וועט אראפ ברענגען נישט נאר דעם זין, נאר אויך די לבנה מיט שטערנס, קען גאר זיין דעם גאנצען מילך וועג, אין ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז הגז"ל איז רבי
2) ר' מנשה דער דיין פין ראסס סטריט עולמי וועט אנדריין אין פאסט אפיס, ווי ער האט גאר גרויסע
קאנעקשענס, אז מען זאל עס נאכאמאל סטמפען אויף מיטוואך.
3) אויב דער שפיטווקער איז נישט אנשטעקיג מיט שוויין פלו, וועט ער מפיל זיין אפאר שארפע מעסיזשעס פאר דעם אברהם ווידער'ן, ביז די ווילזיש וועט זיך ברעכן.
פרוכט בער זאג נאר, וואו אזוי פירט מען זיך אין קובא ווען איינער גייט מחנך זיין א ביה"ח וואו ער איז פין די חברה קדישא, און מיט רשות פין די בעלי בתים?
און וואס איז די מנהג אין קובא ווען בחורליך נעמען אפ א קרוין וואס זיי האבען פארבארגט פאר א חתונה, וואס איז דעמאלטס דער מנהג?
און וואס טוט מען איו קובא ווען א זיידע מאכט חתונה זיין אייניקעל און וואו אויך ווען א עלטער זיידע מאכט חתונה זיין איר אייניקעל לאזט מען אים גיין אדער איז דעמאלטס דער מנהג אז מען כאפט זיך אריבער דעם אינזעל קייו מיאמי?
עס איז קיין סוד אז עס איז געווען סוף מעשה במחשבה תחילה, אזוי דארף מען זיך נישט פלאגען מיט תרוצים פארוואס די עליענס האבען פארלוירענערהייט געווינען, און געווינעןערהייט פארלוירען, מען נעמט זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערען קובא אין פארטיג.
עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז א אידילאגישע מחלוקה צווישן די זאליס מיט די בני יואל, מען האט געדארפט האבן 350 אונטערשריפטן צו שטעלן א מעיאר קאנדידאט, די זאליס האבן 'אלע' אונטערגעשריבן, די בני יואל האלט נישט ביים אונטערשרייבן, זיי זאגן אז ר' יואליש מיט ר' טשאטה זענען גאר שארף אנטקעגן בחירות, עכ"פ האבן די זאליס מיט זייער "בלאק וואוט" נישט געקענט צוזאמקראצן גענוג אונטערשריפטן, טראץ דעם וואס זיי האבן רוב, און די אהרונים געווינען נאר די וואלן אדאנק די ישיבה בחורים.
וואס גייט זיין מיט פרענעצע'ס גראז, ס'איז שוין אזוי הויך געוואקסן מען קען עס שוין ניצן פאר סכך.
די דעפרעסטע זאליס באושלדיגען זיגי בראך אין דעם שאנדפולן דורכפאל.
זיגי בראך האט באשלאסן אז די זאליס האבן נישט קיין שאנס צי געווינען קיין וואלן אין קרית יואל
אין באנדא אליינס האט געמאכט א כאפ לאפ אין נאר זיך אריין געגעבן.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען האט 72 שולן.
זעהט אויס אז די הקפדה פון אדמו"ר הזקן מבלעקבערי האט שוין געשאדט פאן אינגערן ברודער אנצוהויבן מיטן לינקן פיס.
רעילא לאלאלאם רעילאלאלאם ריללאאלאם ריללאלאם רעילללאאללאאם טארארא רא ריללאלאם טאראארא רילללאאם רילללללאאאאללאם ריללללאאם רילללאלאללם רילללללאאאםםםם רעיללללאאאלאאללם ריללללאלאלללאאאם
איך בין שוין הייזעריק מבעט דער עולם זאל ציהעלפן
רעלילילילללאללאאלאללאם רעיליליללאללאללאלם רעיליליליללאאאללאלטאראראט רעיללללאאאאם
טאטלע די זינגסט "דעם רבין'ס" קל אדון??
איך האב געמיינט אז היי יאר האבן זיי שוין א וועג ווי אזוי זיי זאלען געווינען די וואלן זיי וועלן זינגען "דעם רבין'ס" קל אדון אין אלעס וועט זיין אין ארדענונג,
יאפס יודעלע יו גאט איט רייט
ארגינעלער איך פארשטיי אז די זאליס זענען דעמאראלזיריט ביי וואלן איבער זייער פארלירן יערליך נאכנאד.
אבער ביי די וואלן האבן זיי פארשפראכן וועגן די בית החיים גייען זיי אינוועסטירן מיליאנען אין די וואלן.
וואס איז געווארן מיט דעם ?
אוי געוואלד, ס'איז ביטער...
די תלמידי רבינו, דער געלער בדחן שלמה יאנקעל געלבמאן, מיט פיני יאקאבאוויטש און באנדא האבן געשיקט דעם
שיכור מעני מענגיועל, דעם מלומד בדורכפאלן, און ווייל מ'האט אים נישט אויסגעלערנט דעם רבינ'ס ק-ל אדון (ר' ליפא לויאשע'ס), האט מען פארשפילט... די וועלט און יענע וועלט, ליידער ליידער.
ראטעוועט... 23 מינוט !
כ"ג בגי' "גיי"
[בילד – נישט אפגעהיט]
ראטעוועט
ראטעוועט
ראטעוועט
איינער וויסט צי פנחס יאקאבאוויטש (דער מיט די באנטש פאלדערס) בלייבט מיט זיין דזשאב אדער מגייט עם געבן נאך א טשענס
וואס איז דער פראבלעם, דאס מיינט אז באנדא איז ווייטער מעיאר אזוי ווי ביז היינט און ער ווערט אויטמאטיש ריעלעקטיט...
שאלי פערלשטיין וועט זיך אויפשטעלן און זאגט אז אלעס איז גוט, און אלעס איז אזוי ווי עס איז ביז היינט געווען אן קיין ענדערונג...
און פערענץ וועט ווידער מוזן באוואסערן זיין האנט, אז די גראז זאל נישט טריקענען.
באנדא קען פשוט נישט לויפן וועגן טורם לימיטס
זייט נאכנישט אזוי בשמחה. מיינט נישט אז איר גייט יעצט האבן דעם גאנצן שטעטל אין די האנט וויבאלד עס איז נישטא קיין וואלן. ווארט אויס.
מ'גייט אי"ה גיין אין געריכט דאס פייטן, עס איז שוין געווען צענדליגער פעלער אין אמעריקע פון אזעלעכע קעיסעס ווי דער געריכט האט פארלענגערט דעם דעד ליין, איבערהויפט דארט ווי עס איז נישטא קיין איין קאנדידאט וואס זאל לויפן קעגן.
ימים ידבירו.
די זאליס מאכן נישט קיין וואלן,
ווייל זיי ווילן נישט אז די ישיבה גדולה זאל איצט ווערן גרויס און האבן איבער 1000 בחורים...
אזוי ווי די וויינסט אזוי שטארק אין א אנדערע אשכול אז איך זאל דיר ענטפערן וועל איך דיר טון די טובה
| בענאנע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | פרוכט בער זאג נאר, וואו אזוי פירט מען זיך אין קובא ווען איינער גייט מחנך זיין א ביה"ח וואו ער איז פין די חברה קדישא, און מיט רשות פין די בעלי בתים?
אין קובא איז מען נישט מחנך קיין ביה''ח
און וואס איז די מנהג אין קובא ווען בחורליך נעמען אפ א קרוין וואס זיי האבען פארבארגט פאר א חתונה, וואס איז דעמאלטס דער מנהג?
אין קובא גרייטן בחורים נישט אהן קיין קרוין פאר א חתונה
און וואס טוט מען איו קובא ווען א זיידע מאכט חתונה זיין אייניקעל און וואו אויך ווען א עלטער זיידע מאכט חתונה זיין איר אייניקעל לאזט מען אים גיין אדער איז דעמאלטס דער מנהג אז מען כאפט זיך אריבער דעם אינזעל קייו מיאמי?
געווענליך כאפן זיך די אינגערע אריבער קיין מיאמי נישט די עלטערע.
עס איז קיין סוד אז עס איז געווען סוף מעשה במחשבה תחילה,
דאס איז זיכער אז ווען די האסט געשריבן די תגובה האסטו נישט געהאט קיין אהנונג וואס עס טוט זיך מיט דיר, האסט געשפירט אז אלץ ארוני איז דיין פליכט דא עפעס צו שרייבן עס איז געווען א בחינה פון סוף מעשה מחשבה בטילה און נאכדעם קומסטו דיך בעטן ווי א קליין קינד: שרייב עפעס צוריק...
אזוי דארף מען זיך נישט פלאגען מיט תרוצים פארוואס די עליענס האבען פארלוירענערהייט געווינען, און געווינעןערהייט פארלוירען,
וויאזוי האט יענקל מיללער געזאגט אויף די ארונים ווען זיי האבן 'געוואונען' איין קאורט נאך די אנדערע: נפול תפול, געווינען זאלסטו געוואונען...
מען נעמט זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערען קובא אין פארטיג.
אין פארטיג? וואס אין פארטיג? איך פארשטיי אז די ביזט פון די סארט מענטשן וואס ווען זיי פארטיגן רעדן זאגן זיי ''אין פארטיג'' אבער ווען מ'שרייבט דארפסטו נישט נוצן די ווערטער. |
|
תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 04/05/2009 17:36:23
מה בני ביפ מיר ווען עטץ גייטס אין קארט
ווען 23 מינוט איז ווערט כאטשיק 2.3 מיליאן דאלער אידיש געלט וואס וואלט געגאנגען אין מיסט אן קיין שום סיבה.
דער אמת איז אז מיט אזעלעכע וואלן ווער דארף וואלן?
אויב זענען דא אריבער 500 בחורים וואס קענען שטימען אפילו זיי וואוינען נישט דארט - און דאס איז דער ציפער וואס טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען - לוינט נישט אריינצולייגן קיין דאללער אין די וואלן.
מ'האט שוין אויפגעוויזן צענדליגע מאל אלע שווינדלערייען וואס קומען דארט פאר, עס לוינט נישט די גאנצע זאך.
אזוי? אין קר"י לערנען איבער 500 בחורים וואס זענען העכער אכצן און וואוינען אויסער קר"י און האבן אמעריקאנע בירגערשאפט און זענען איינגעשריבן אויף בארדיטשוב?
אם כן וויפיל בחורים לערנען דארט? זעהט אויס צו זיין א חשבון פון קרוב צו טויזנט...
500 בחורים??? נישטא קיין 50 און די קומסט אן מיט 500... האסט פארגעסן אז די 1,000 שטימען מער ביי די פארגאנגענע וואלן זענען געווען המספיק קינדער? כ'האב זייער מורא אז מ'וואשט דיין מוח.
נאך א מזל אז מ'האט שיון צענדליגע מאל איבערגעוויזן די שווינדלערייען... א שאד נאר אז ס'האט געדארט אכט יאר צו כאפן אז מיט אזאלכע וואלן ווער דארף וואלן.
מיין שאלה איז נאר, אויב ס'לוינט זיך נישט די גאנצע זאך, פארוואס גייען ענק דאס פייטן אין געריכט?
פראכט באר משא"כ וואלען?? וואס עס איז נישטא אין קובא איז דאס נאר ווען דער מעסענדזשער זיכט א פארקינג אזוי לאנג אז ער פארשפעטיגט די דעד ליין, אדער איז אין קובא קיין איין יאר נישטא קיין וואלען? איך וואלט עפרישיעטעדט אן ענטפער.
נ.ב. עס מיז נישט זיין צו דער זאך עס קען ענדלען און דיינע פריערדיגע תגובות.
| בענאנע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | פראכט באר משא"כ וואלען?? וואס עס איז נישטא אין קובא איז דאס נאר ווען דער מעסענדזשער זיכט א פארקינג אזוי לאנג אז ער פארשפעטיגט די דעד ליין, אדער איז אין קובא קיין איין יאר נישטא קיין וואלען? איך וואלט עפרישיעטעדט אן ענטפער. נ.ב. עס מיז נישט זיין צו דער זאך עס קען ענדלען און דיינע פריערדיגע תגובות. |
|
שפירסט עס אויף די אייגענע הויט? עם עקש תתפתל.