דער הרב מנשה פילאפף וואס טרעפט אייביג צו פארוואס דער אייבשטער שטראפט איינעם האט ביזדערווייל נאך נישט ציגעטראפן פארוואס די נייע שוויינען-וויירוס איז געקומען אויף דער וועלט סאו אויב איינער האט עפעס עצה קען ער עס אריינשיקן צו דער איד ביז נעקסטע וואך מאנטאג וועט הרב פילאפף קענען שרייבן א מעכטיגער ארטיקל
לכאורה וועט עס האבן צוטוהן מיט איינע פון די זאכן
אהרונים
ציונים
עירוב טראגערס
רביזכרונלבראכע
המודיע
וכו' די רשימה איז זייער גרויס
די וואך איז דער קדוש פארנימען מיט "פאני טעילס"
דא אין היידפארק איז מען נישט רגיל צו זעהן וואס ר' מנשה פילאפ שרייבט וועגען חזירים, נאר וואס חזירים שרייבען וועגען ר' מנשה פילאפ.
דיסקלעימער
גראדע א גוט ווארט, נישט מיינס, איך קען נישט שלוםגפנר, נישט ר' מנשה פילאפ, אבער א גוט ווארט קומט צוניץ. גענומען פין דא
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2616561&forum_id=771מנשה פילאפף האקט די וואך אויף די אהרונים אין דער איד, ער שרייבט אז זיי חנפ'נען אלע ציונים און רשעים, אבער די פרומע אידן (וואס גייען אין בג"ץ...) די איז מען מבזה און מען שרייבט אויף זיי יעדע וואך.
אבער ער ענדיגט זיין ארטיקעל אז מען טאר זיי ח"ו נישט ענטפערן און זיך וואוסענדיג מאכן פון זיי...
און בדרך אגב, פאריגע וואך האט 'הרב' מנשה פילאפף מיאוס ארונטערגעריסן די גדולי הפוסקים פון די עדה החרדית פארן טון עפעס, וואס אפילו אויב ס'איז געשען א פארדריסליכער טעות געט עס נישט קיין רעכט פאר דעם יונגאטש זיך צו עפענען דאס מויל קעגן טייל פון די גרעסטע תלמידי חכמים וואס דאס יהדות החרדית פארמאגט היינט צו טאג.