דראמאטישע נייעס פון קהלתינו הק' אין בני ברק.
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר האלטן מיט מיט שפאנונג די לעצטערע אנטוויקלונגן בקרב קהלתינו הק' בעיר בני ברק יצ"ו. די הייסע מערכה וואס די בריונים די חיות בצורות אדם פון דער כת הידועה הולכי ערכאות פירן אן אויף גאר א שעדליכן אופן קעגן חשובע סאטמארע יונגעלייט פון בני ברק. (מכלומרשט אונטער א שלייער פון קנאות אז אנ"ש זענען געגאנגן אין ציוניסטישן בג"ץ, אינדערצייט וואס די כת הולכי ערכאות זענען די וואס זענען גאר געגאנגען אינעם בג"ץ הציוני, און זענען געווען די ערשטע צו אריינפירן די גאנצע פרשה אין ציוני'סטישן געריכט און זענען עד היום הזה מסרב צו גיין זיך מתדיין זיין ביי דין תורה, טראץ וואס מ'האט זיי פארגעשלאגן דריי בתי דינים כשרים ידועים ונאמנים, פון די פראמינענסטע וועלכע עס איז נאר פארהאנען)
אין די לעצטערע וואכן האבן זיי אנגעהויבן א געפערליכן טעראר קאמפיין קעגן אנשי שלומינו בכלל ובפרט אקעגן הרה"ח הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו מראש קהלתינו הק' בעיר בני ברק, און קעגן אנדערע אנשים מכובדים, יקירי ופארי קהילתינו הק', וואס ווערט אונטערגעשטיצט מיט מיאוסע צולאזטע שלעגערייען עד כדי שפיכת דמים וזוב דם ממש, און השמצות באופן נורא ומבהיל אויף מענטשן, און שטיינער ווארפערייען אויף זייערע אויטאס און הייזער.
דער מכה בפטיש איז געווען ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ליל שב"ק אהיימגייענדיג פון בית המדרש הגדול אין שיכון בני ברק האבן זיך די בריונים צעווילדעוועט און אנגעשלאגן און פארשעמט עטליכע אנ"ש צווישן זיי עטליכע נשים צדקניות, צוברעכענדיג די חומת הקדושה והצניעות.
זעהענדיג אז דער מצב פארערגערט זיך פון טאג צו טאג האבן הנהלת קהלתינו הק' באשלאסן אריינצושפרינגען אין א פרישן פראיעקט אויפצובויען א פרישן פראכטפולן גרויסן בית המדרש פאר אנשי שלומינו אויפן ליידיגן באדען אין צענטער פון שיכון קרית יואל אין בני ברק.
פארגאנגענעם פרייטאג אסרו חג פסח איז געברענגט געווארן די ערשטע באשטעלונג מיט ציגל צו בויען א שטיינערנעם צוים ארום דעם שטח וואו מ'וועט אין די נאנטע טעג אנהייבן מיט די בוי-ארבייט. די בריונים וועלכע האבן דאס נישט געקענט צוקוקן און פארשווייגן האבן זיי גלייך נאכמיטאג גע'גנב'עט די ציגל און אוועקגעפירט אויף א באהאלטן ארט, מיינענדיג אז מיט דעם האבן זיי דערשטיקט די בוי-ארבעט און עס וועט זיך מוזן אפשטעלן.
ערווארטענדיג זייערע ווילדע שטיק האט מען פון פאראויס אינסטאלירט באהאלטענע ווידעא אפאראטן וואס האט רעקארדירט די גאנצע גניבה, און מ'האט זיך דערמיט געוואנדן צו די פאליציי וועלכע האבן באפוילן פאר די גנבים ובראשם האכזר הנודע ה. ה. (וואס האט פארשמירטע הענט מיט אידיש בלוט) אז זיי זאלן תיכף ומיד אפגעבן די ציגל און טאמער עס ווערט נישט אפגעגעבן ביזן היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג וועלן זיי אלע ווערן ארעסטירט און אנגעקלאגט אויף גניבה קלאגעס.
לחרפתם האבן זיי דאס היינט נאכמיטאג צוריק געברענגט צום שטח הבני', ווען יעדער האט געזעהן די פאקט, אז די גנבים ברענגען צוריק די גניבה אויפ'ן זעלבן ארט פון ווי זיי האבן עס גענומען.
בו בזמן ווען ה. ה. האט אפגעברענגט די גע'גנב'עטע בוי מאטעריאל האט הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו זיך געגרייט ארויסצופארן קיין אמעריקא זאמלען געלט פארן נייעם שיכון קרית ויואל משה, און די בריונים זייענדיג ביטער צעבראכן פון דעם וויסטן דורכפאל וואס זיי האבן נארוואס בייגעוואוינט האבן זיי באשלאסן נקמה צו נעמען דורכן אפהאלטן ר' דוד מאיר'ס אויטא צו פארלאזן בני ברק.
ווען ר' דוד מאיר איז ארויסגעפארן פון שיכון זענען א גרופע צולאזטע יונגן ארויפגעשפרינגן אויף זיין אויטא און אנגעהויבן ווארפן דערויף שטיינער און מיסט, און האבן מיט גרויסע העלצער געזעצט אויף די ווינדאס'ס כדי עס צו אויפשיסן, און האבן אים שיעור נישט פארוואונדעט, דערנאך האט איין פארשוין א הפקר יונג מ. צ. וו. זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד און פרובירט צו שפילן כאילו ר' דוד מאיר האט אים אראפגעקלאפט מיט זיין אויטא, אזוי אים קלאגן אז ער האט געמאכט א עקסידענט און ער האט באלד געוואלט אנטלויפן פונעם ארט (היט ענד ראן).
די ווילדע בריונים האבן אפגעהאלטן די אויטא און האבן גערופן די חברה הצלה וועלכע האבן אריינגעפירט דעם בחור אין שפיטאל.
און האבן געפאדערט פון די פאליס, אז זיי זאלן עם אפהאלטן אז ער זאל נישט קענען ארויספארן איצט ביינאכט פון ארץ ישראל.
ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ר' דוד מאיר זייענדיג אויסגעשטעלט פון כסדר'דיגע רעדער שטעכערייען און פאלשע בלבולים און שענדליכע מסירות, דעריבער איז לעצטענס אינסטאלירט געווארן אין גאנצן שיכון, ספעציעלע אויסגעשולטע ווידיא קעמערעס, וואס האט אפגעכאפט דער גאנצער צירקוס פון די צעלאזטע יונגן אזוי אז מ'זאל אים נישט קענען באשולדיגן מיט פאלשע בלבולים.
די פאליציי וועלכע זענען אנגעקומען אויפן ארט האבן באלד דערשמעקט זא ס'האנדלט זיך פון א ביזוויליגן בלבול אויף א אומשולדיגן מענטש, און האבן אים באלד ערלויבט צו פארן קיין אמעריקא וי ער וועט זיך בעז"ה געפונען אויף שב"ק אין וויליאמסבורג במחיצת כ"ק מרן רבינו שליט"א
מארגן וועט דער עולם בעזהשי"ת קענען זעהן די ווידעא טעיפ פון דעם ווילדן אקט און זעהן פון דער נאנט פון וואספארא מטורפים עס האנדלט זיך אין בני ברק.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 24/04/2009 20:59:38