משכיל בלומנפעלד ווארפט 50 בחורים פין קווינס
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2613714
דער מטורף נפתלי בלומנפעלד האט זיך ציפירט די הענט אין געמאלדן פאר 50 בחורים אז זיי זאלן זיך זיכן אנדערע ישבות.
להחזיר עטרה ליושנה.
דער משכיל אדער מטורף האט זיי געווארפן ממש מיט פאליצייאיש'ע כוחות ווי אין די קר''י מתיבתא אדער
סתם געשיקט א לא נתקבל קארטל??
ווען דו ווייסט לאז דעם ציבור וויסן
איך האב נישט רחמנות אויף קיין איינע פין די בחורים אין נישט אויף זייערע טאטעס.
די חינוך ביי די זאליס ליגט ביי א מטורף אין די הענט.
וואס ווייסט נישט ווי אזוי צי רעדן מיט מענטשן, רעד מיט גאר א געמיינע שפראך
אין אלע זאליס זענען עס מודה
דאס איז ארגינאל סאטמאר.
עסט ענק אויף צווישן זיך.
איך האב נישט רחמנות אויף קיין איינע פין די בחורים אין נישט אויף זייערע טאטעס.
די חינוך ביי די אהרונים ליגט ביי מטורפים אין די הענט.
וואס ווייסן נישט ווי אזוי צי רעדן מיט בחורים,און רעדן מיט גאר א געמיינע שפראך צו די בחורים
אין אלע אהרונים זענען עס מודה, זעהט מער דערוועגן דא
http://bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2588027&forum_id=16386
דאס איז סאטמאר?????
עסט ענק אויף צווישן זיך.
איך האלט זאלס שיקן פאר די טאטעס דעם לינק.
זיי וועלן זיך זיכער בארוגין אז זייער בחור איז אויפן גאס
דעקלעראציע, מ'ווערט נאכנישט קיין משכיל ווען מ'האלט א געלונגענע דרשה און מ'ברענגט ענק ארויס פון די הויט אזש מ'שרייבט א קאנטער ארטיקל אין בלאט פון עטליכע זייטן.
אונז זעמער אלע מכיר טובה פאר ר' נפתלי פארן פירן די ישיבה אזוי ווי ער פירט דאס. דאס האט ארויפגעברענגט דעם ישיבה אויף א הויכען ניווא און עס האט דערפאר נישט אזא נאמען ווי די ישיבה אין מאנראו.
סך הכל וועסטו שרייבן אויף הייד פארק אז ער איז א מטורף און ער וועט האבן א לויטערע ישיבה אנא פייער'ס מיט פיינע און ערליכע בחורים. און אין מאנראו וועט מען אננעמען וואס מער בחורים אז די נומער זאל זיין וואס גרעסער אבער פירות גיבט מען ארויס ווי חיות פון שטאל און מטורפים פון די גאס.
זע ער זאל האלטן וואס מער דרשות.
אין געטס ארויס זיינע טעפיס וואס עפטער.
אין ער זאל געבן א פרעמיט אפציכאפן זיינע דרשות.
אין נאך איין טובה, מער רייס אים נישט אראפ דעם קאפ, ווייל ער איז צורך הרבים.
ווער ווייסט פין וואספארע עבירות רעדט מען דא אז מען האט זיי ארויס געווארפן ?
איך זעה אז די בוסט אזוי מכיר טובה נפתלי בלומענפעלד, איז ביי מיר זיכער געווארן אז די בוסט נישט קיין זאלי, אדרבה מיט וועלכע זאלי די וועסט נאר כאפן א שמועס איבער דעם נושא פון נפתלי בלומענפעלד ברענגט גלייך ארויף אויף די לעפצען א צייכן פון גרויל און אפשיי, און בעט נישט מאריך צו זיין אין דעם נושא, און אז די בוסט אים אזוי מכיר טובה צריך בדיקה אחריך!
וויאזוי קען נפתלי בלומענפעלד ארויסווארפן פופציג בחורים אז די ישיבה האט זיך נאכנישט געעפענט? נאר די תירוץ איז, אז ער האט געשיקט אכציג ''לא נתקבל'עך'' פאר בחורים.
נפתלי שיקט איעדע בין הזמנים ארויס אזויפיל לא נתקבל'עך און אפשר נאך מער, די לא נתקבל'עך איז נאר א מיטל צו דערשרעקן און געבן גיהנם פאר בחורים אז זיי זאלן מורא האבן פון נפתלי די נעקסטע זמן, עלטערע בחורים וואס האבן האבן שוין אדורכגעשוויצט צוויי דריי לא נתקבל'עך לאכן זיך שוין אויס דערפון ווייל זיי קענען שוין דעם פראצעדור, זיי ווייסן אז זיי דארפן קאלן אפאר מאל און נפתלי האקט אראפ די טעלעפאון מיט קולות די ערשטע זיבן אכט מאל און נאכדעם רופט ער אריבער צו זיין שווער ר'עזריאל'ס הויז אויף ווילסאן סטריט, אדער אין בנין עסטערייכער און שיקט ארויס מיט קולות און ווען מ'רופט נאכאמאל האקט ער אראפ נאך אפאר מאל, און רופט נאכאמאל אריבער און דאן זאגט ער א תורה און גיבט חיזוק און זאגט א זויערע וויץ פון וואס מ'קען וויינען און קאטשקעט זיין אינטערשריפט אויף א נתקבל קארטל.
סאו, נפתלי האט נישט געווארפן, ער האט געשיקט קארטלעך וואס מיינט "קומטס ענק בעטן".
און די לא נתקבל'עך האט ער געשיקט פאר אזעלכע שטותים וואו נישט קומען פארטאגס; אוועקגיין פרי פון ישיבה; נישט געלאכט פון אברהם וואלף שטויבער'ס זשאוק; צוריק געענטפערט פאר אהרן ווייס; אויפגעשטאנען פאראיאר אין קעמפ שפעט, וכו' וכו'
ער האט נישט געשיקט די לא נתקבל'עך וועגן מ'האט געמאכט א פייער אין לאנטש רום אדער אין דארמיטארי, און נישט וועגן בחורים זענען אוועקגעפארן פאר שבת צו א האטעל וואו זיי האבן מקיים געווען חילול שבת און נאך זאכן וואס מ'קען נישט שרייבן וד''ל, און נישט וועגן מ'האט געכאפט די בחורים שפילן באלל מיט אינטערהעמעדער אין א פארק, און נישט וועגן זיי האבן זיך געשניטן די בערד, און נישט וועגן איינער האט געשריגן א מיאוסע ווארט אויפן רבי'ן אינמיטן היכל הביהמ''ד, טאמער איינער ווייסט נישט: די אלע אויבנדערמאנטע זאכן און נאך אסאך זענען יא געשעהן אין קרית יואל'ע ישיבה בקברו, דעריבער פאר אלע ארונים וואס טאנצן לאמיך אייך זאגן דאס באקאנטע ווארט: טול קורה מבין עיניך!
תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 24/04/2009 5:27:09
| פרוכטבאר כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
און די לא נתקבל'עך האט ער געשיקט פאר אזעלכע שטותים וואו נישט קומען פארטאגס; אוועקגיין פרי פון ישיבה; נישט געלאכט פון אברהם וואלף שטויבער'ס זשאוק; צוריק געענטפערט פאר אהרן ווייס; אויפגעשטאנען פאראיאר אין קעמפ שפעט, וכו' וכו'
ער האט נישט געשיקט די לא נתקבל'עך וועגן מ'האט געמאכט א פייער אין לאנטש רום אדער אין דארמיטארי,
|
|
הייסט אין קווינס לערנען 550 בחורים ווילסטו מיר איינרעדן דארט איז נישט קיין סעלפאנוס, בלעקבעריס, אייפאדטס, רעדיאס
קארס, זיצן אין בונקערס אין רייכערן,
דארט לערנט מען א גאנצען טאג ?!
מען ווארפט ארויס פארן נישט לאכן פין א זשאוק פין דעם מינוויל שטויבער ?
די מעשיות זאלסטו איינרעדן פאר שטערנבערג....
עכ"פ קומט אויס פון דיינע ווערטער אז נפתלי איז סתם דא צו צאפן דאס בלוט פון די טאטעס, ווייל אויב איז די עוולה בסך הכל פאר אזאלכע שטותים ווי נישט קונען פארטאגס, נישט לאכן אויף שטויבערס וויצן, און אפענטפערן פאר אהרן ווייס וכו' ווי נעמט ער די רעכט צו טוהן אזא רשעות פון פיינוגען טאטעס און בחורים??? פרוכטי טייערער; לאקשען זאלסטו לאזן רז"ל פארקויפן ביי די קל אדון רעדעס, איטס טיים פאר יא טא פעיס ריאלעטי! קום ארויס פון חלום לאנד און קוק דיך ארום ווער דיינע פאן טרעגערס זענען!
| וויינשטאקל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | עכ"פ קומט אויס פון דיינע ווערטער אז נפתלי איז סתם דא צו צאפן דאס בלוט פון די טאטעס, ווייל אויב איז די עוולה בסך הכל פאר אזאלכע שטותים ווי נישט קונען פארטאגס, נישט לאכן אויף שטויבערס וויצן, און אפענטפערן פאר אהרן ווייס וכו' ווי נעמט ער די רעכט צו טוהן אזא רשעות פון פיינוגען טאטעס און בחורים???
איך פרעג די זעלבע שאלה
פרוכטי טייערער; לאקשען זאלסטו לאזן רז"ל פארקויפן ביי די קל אדון רעדעס,
אז די מוזט אנהויבן רעדן פון לאקשן מיט קל אדון מוז זיין אז דו האסט וואס צו ענטפערן
איטס טיים פאר יא טא פעיס ריאלעטי!
פעיס ריאליטי אז וואס? די אלע מעשיות וואס האט זיך אפגעטוהן אין קרית יואל'ע ישיבה בקברו?
אין קום ארויס פון חלום לאנד און קוק דיך ארום ווער דיינע פאן טרעגערס זענען!
יא מיינע פאן טרעגערס זענען געווען:
ר' אברהם לייטנער זצ''ל וועם עטס האטס גערופן ''פעטי''...
קאשויער רב זצ''ל אויף וועם דער קדוש פון מאנראו האט געזאגט 'עפרא לפומיה'...
די רביצין זצ''ל וועם עטס האטס געפייניגט און וועם דער קדוש פון מאנרא האט מוחל געווען ביי איהר לוי'...
|
|
תוקן על ידי פרוכטבאר ב- 24/04/2009 7:11:29
אויף קאשוי רב האט האט ער בעל דברי יואל געזאגט אז מיט וואלט ער נישט אינטער געשריבן די עשרת הדיברות.
אין אויף ר' אברהם לייטנער האט דער ברך משה געזאגט ברבים אז ער איז א רשע בן רשע.
.
האסט א פראבלעם שמד דיך.
דיין פאן טרעגער די רעבעצין, שיין קוקסטו אויס !
ביי די רעבעצינ'ס לווי' האט ר' זלמן לייב געזאגט אז ווען זי האט געלעבט האט מען זיך געקענט מדבק זיין מיט איר.
פרוכטבאר איך שוין דיך שוין פשוט ווייל די בוסט אזוי ווייט פארפארן אין חלום לאנד אז די קענסט דיך פון דארט נישט ארויסזעהן! און יעצט צום פונקט. פון וואספארא פאן טרעגער פונקטליך רעדסטו? וואס וואלט אזא רבי אברהם לייטנער געזאגט צו די הליכה לבג"ץ?, צו אזא הליכה בערכאות אין בארא פארק און אין ווילאמסבורג? וואס וואלט אזא קאשויער רב געזאגט צו אזא עטרת בלעם זאל? וואס וואלט די רעבעצין געזאגט צו דעם פארכאפונג פון איר ביהמ"ד אין ווילאמסבורג וואס ווערט פראקטעצירט דורך אדמו"ר מבלעקבערי וכת דילי', וועם פונקטליך ווילסטו פאפען מיט די אלע פארשטארבענע פאן טרעגער וואס וואלטן ארויס כהיום יום מיט העסליכע מחאות אנטקעגן ענקער הנהגת התורה פארטיי? דיינע פאן טרעגער זענען דער לץ און משכיל בלומענפעלד, משה גאבע, און שטערנבערגער, און פאר ערענסטע החלטות איז מען אויך מצרף דעם שפיטיווקער!
פרעגטס יעדעם מענטש אין די הנהלת הישיבה וועט ער אייך מודה זיין אז א דאנק ר' נפתלי איז די ישיבה אויף אזא הויכן ניווא. נאר א דאנק אום.
זיכער איז דא טאטע'ס וואס האבן טענות אויף אום - און מיט רעכט - ער איז אביסל א ווילדער מענטש און פירט זיך אויף ווילד צו טאטע'ס, אמאל מיט רעכט, דאס הייסט אז יענער בחור איז א שוואכער בחור און פארדארבט די ישיבה און צומאל מאכט ער טעותים. איך בין נישט איינשטימוג אלעמאל מיט אום.
אבער נישט דאס באדערט אייך. נישט וועגן דעם העצט איר אזוי אויף אום ווייל איר שוינט פשוט די עלטערען פון די תלמידי הישיבה.
דעקלעראציע מיט וויינשטאקל וכת דיליכם קענען נישט דערטראגן די דרשה וואס ר' נפתלי האט געהאלטן אין ישיבה ווי עס איז ארויסגעקומען די טעיפ און פארשפרייט געווארן בכל העולם און עס איז ארויסגעקומען די שאנדע פון די אהרונים בכלל און אין בני ברק בפרט.
מ בני איך פארשטיי נישט סאיז דא פיפצעג בחורים וואס זענען אזוי שוואך אז זיי פארדארבען אנדערע בחורים ?
ווען מען האט זיי אנגענימען אין ישבה זענען זיי נאך געווען גיט אדער נישט ?
אין ווען זענען זיי פארדאבען געווארען ?
פופציג שוואכע בחורים איז צו פיל, עפעס טויג נישט...
און שיס נישט צוריק מיט אונזערע פראבלעמען אין קר"י, ווייל ביי אונז איז נישטא קיין פופציג פארדארבענע בחורים! פון אונזער ישיבה קומט ב"ה ארויס הערליכע פירות! ביי אונז העצט מען נישט קיין בחורים מיט קיין געוואשענע מוחות...
דאס וואס מיר האבן דא געשריבן אין די פארגאנגענהייט איז בלויז איבער די פריוואטע קארופציע פון די מנהלים וועלכע רודפן יחידים און פירן א סיסטעם וואס קאסט עטליכע קרבנות יערליך, אויסער וואס דער סיסטעם פאלט צוזאם יעדע שטיק צייט זייענדיג אומריכטיג און קעגן אידישליכן מהלך, אבער נאך אלעם איז ביי אונז דא די כח פון רבינו שליט"א, באגלייט מיט כוחו וזכותו של אותו זקן דער מייסד פון די ישיבה, און דער מציאות איז אז פון אונז קומט ארויס די שענסטע פירות! קוק עס נאך!
1נארמאלער, ענקערע פירות דארף מען קיינעם נישט פרעגן, מ'זעהט עס אפען.
צו עס איז געווען יעצט כ"ו ניסן ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום ציון וואספארא קבלת פנים ער האט געקריגן פון ענקרערע "שענסטע פירות". אדער סיי ווען מ'זעהט ענקערע בחורים איז זייער אויפפירונג מעיד אז יא, דער איז א מאנראו'ער תלמיד.
ס'איז נישט קיין שום חידוש, עס גייט שוין אזוי די לעצטע צוויי צענדליג יארן.
ווי האט נאר ר' אהרן געזאגט בייי איינע פון די לעצטערע פילצאליגע פייער דרשות:
"די פייער איז טאקע געווען נאר דא אין ישיבה.. אבער די רויעך איז געגאנגען גאר גאר ווייט"..
אפשר פארציילסטו אונז וואס פונקטליך די קרית יואל בחורים האבן געטוהן דעם פארגאנגענעם כ"ו ניסן??? כפי ידעתי האבן זיך די קווינס בויעס שוין געדרייט אויפן פעלד א שעה פארן אנקום פון רז"ל מיט סעלפאנס און גערופען און געטעקסט יוסי שטאהל מיט די אפדעיטס און האבן ארומגעקופקעט מיט ציגארעטן אין די האנט, בשעת ווען תלמידי ישיבתינו זענען געשטאנען אינעם גאס רעגן צוזאמענעמען נדבות פאר וויכטיגע צוועקן.
| מה_בני כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | 1
צו עס איז געווען יעצט כ"ו ניסן ווען רבינו שליט"א איז ארויף צום ציון וואספארא קבלת פנים ער האט געקריגן פון ענקרערע "שענסטע פירות". |
|
זאשסט א רימיינדער כ"ו ניסן איז נאך בין הזמנים, יעצט קענסטו ווייטער פארקויפען די ברוקלין בריעטש.
תוקן על ידי יודלע ב- 24/04/2009 19:37:58
איך בין אינגאנצען צימישט!
איז רז"ל ארויף בדרך כבוד אויפן ביה"ח?
איז רוב בחורים אין ישיבה פון אויסער ק"י
און רוב בחורים וואס וואוינען אין ק"י באמת זאליס (עיין וואלן)?
פארוואס ווען די ישיבה איז פארמאכט איז די בחורים פון שטאט מיט חאלאטלעך ארוינים (עיין מציבה)?
זענען די איידעלקייט פון די קווינס בחורים פירות פון זייער געלאנגענע חינוך אדער ווערן זייערע מוחות געוואשען פון פרעמדע פלעצער?
אזוי אויך כסדר ווערט די פאקטען געטוישט לויט די קעפעל פון אשכול...
פרוטבאר, מה בני,
עטס קענטס אפשר קלאר שטעלען די פאקטען?
וואס זאלן זיי טוען, זיי האבן נישט דיין זכרון...
איר פארשטייט טאקע נישט אדער איר ווילט נישט פארשטיין??
די רבי האט ב"ה געהאט גענוג כבוד ביים ארויפגיין צום ציון אבער די מאנראוער בחורים - וואס זענען וואוינען דארט און וואס זענען ארויסגעקומען פון וומ"ס צו שטיין קאמפס-גרייט - האבן אנגעגרייט א קבלת פנים ביים אנדערען אריינגאנג ווי מ'האט געוואלט אז ער זאל אריינגיין.
נאך א מזל אז דעם רבינ'ס שטוב מענטשן האבן געהאט שכל און געגאנגען פונעם אנדערען טיר ווי ער איז ארויף מיט כבוד מלכים און באגלייטונג פון הונדערטער בחורים.
איז וואס ווילט איר לייקענען,
אז עס זענען נישט דארט געווען בכלל קיין מאנרא'ער בחורים?
אדער אז די תלמידי ישיבה פון וויליאמסבורג האבן געלייגט די ציגל און ברעטער?
אדער אז ער האט געהאט כבוד ביים ארויפשפאצירן דעם ביה"ח מיט הונדערטער בחורים ארום??
מה בני למעשה זענען 50 בחורים יעצט אן א ישיבה?
| וויינשטאקל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | מה בני למעשה זענען 50 בחורים יעצט אן א ישיבה? |
|
אזוי שרייבט דעקלעראציע.
יעצט איז די שאלה פון וואנעט ער ווייסט. האבן זיך די אלע בחורים געוואנדן צו אום? ארבייט ער אין די אפיס פון ישיבה גדולה אז ער ווייסט אזוי פונקטליך די נומערן?
ביי מיר מיינט נאך גארנישט אז ער האט דאס געשריבן. ס'האט נישט מיטן ראליטעט.
| דעקלעראציע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אויף קאשוי רב האט האט ער בעל דברי יואל געזאגט אז מיט וואלט ער נישט אינטער געשריבן די עשרת הדיברות. ווייל ר'אהרן האט עס אליינס געהערט פונעם רבי'ן ז''ל, ער פלעגט זיך דרייען ביים רבי'ן טאג און נאכט און איז געווען גאר א שטארקע מקורב דארט די רבי האט איהם ליב געהאט אהבת נפש מיט זיין ווייב סאשע אינאיינעם, עס דערציילט טאקע איינער פון די גבאים אז די רבי האט זיך אמאל צושמיעסט אויף עברית מיט סאשע און ווען מ'האט איהם געפרעגט דערויף האט ער געזאגט אז מיט איהר מעג מען....
אין אויף ר' אברהם לייטנער האט דער ברך משה געזאגט ברבים אז ער איז א רשע בן רשע. ווער האט געזאגט? דער ברך משה אליין? ווייז מיר זיין שו''ת ספר... ר' אברהם האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען וואו דער ברך משה און ער האט זיך נישט געבאקן אונטערן זוהן אין פלארידע, ער האט זיך ממית געווען באהלו של תורה יומם ולילה
.
האסט א פראבלעם שמד דיך. אז איך האלט נישט פונעם ברך משה דארף איך מיך נישט שמדן, נישט דא איז די גרעניץ פון אידישקייט |
|
| פרוכטבאר כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אין אויף ר' אברהם לייטנער האט דער ברך משה געזאגט ברבים אז ער איז א רשע בן רשע. ווער האט געזאגט? דער ברך משה אליין? ווייז מיר זיין שו''ת ספר... ר' אברהם האט נאך געקענט אזוי גוט לערנען וואו דער ברך משה און ער האט זיך נישט געבאקן אונטערן זוהן אין פלארידע, ער האט זיך ממית געווען באהלו של תורה יומם ולילה
|
|
זיין שו"ת ספר ליגט ביי מיר אין שאנק לעבן די שו"ת ספר פין רב לייטנער.
תוקן על ידי יודלע ב- 24/04/2009 20:14:57
פרוכטבאר די קענסט מיך נאך אלטס נישט ברענגען א ליסטע פון דיינע פאן טרעגער חוץ די שוכני עפר און מיין אויבענדערמאנטע ליסטע?
ענדליך איז שוין דא 80 נארמעלע בחורים אין קווינס וואס האבן די קוראזש צי אגנארירן די נער'שיע ליצנות פין אברהם וואלף שטויבער, נעמט מען זיי נישט צוריק אויף די נעקסטע זמן
זיי מיזן זיך פאר נעמען יא צי לאכן פין די גיטע זשאקוס זיינע.
אין דאס הייסט א פיינע ישיבה ?
זענען די קאמפסגרייט בחורים פון וומ"ס (מיט די חאלאטלעך...) ארויסגעקומען מיט די שיירא פון רז"ל? (אויב אזוי ווייס איך שוין ווי די צוואנציג באסעס זענען נעלם געווארן...)
איז ווער האט אינטערגעלייגט די מציבה?
וואס קען מען טהון מ'זעט בחוש ווי די סייעתא דשמיא באגלייט אויף טריט און שריט, אמאל אלס עניוות איז מען עס מתלבש און א ניגון...
קודם דארף איך וויסען (אדער עכ"פ די...) וואס די זאגסט פאר איך אפי' פראבירען צו לייקענען, אמאל איז משמע אז אונז האלט מיר אייניג און אמאל פארקערט
זאג נאר וואס איז געווען אין קווינס, דעם פארלאפענעם זמן פרשת וארא ווען מען האט געכאפט 7 קווינס בחורים, פראווענען "שובבים" אין טייאטער?
און וואס איז געווען פאריגע זמן ווען איבער 10 בחורים האבן געהאט קארס און דערמיט געקומען יעדן טאג אין קווינס ישיבה?
און וואס איז געווען אין קעמפ פאר יאר אוי דאס איז שוין גאר ביטער!
דאס אלעס איז אין דעם הייליגען זכות פונעם גרויסען מנהיג הגאון הגדול ר' זלמן וואס איז יעדן טאג אין ישיבה לכל הפחות 33 שעה און זאגט שיעורים גג על גג (פון די קארס...)....
פרוכטבאר איך מוז דיך געבן קרעדיט! די בוסט ממש א גאון אין 'קאפי & פעיסט' אבער אזא מושג ווי ענטפערן צו די זאך עקזעסטירט נישט אין דיין ווערטער בוך.
ווינשטאקל איך מוז דיך געבן קרעדיט! די בוסט ממש א גאון אין 'קאפי & פעיסט' אבער אזא מושג ווי ענטפערן צו די זאך עקזעסטירט נישט אין דיין ווערטער בוך.
פאר איך שרייב די פאר ווערטער האב איך מיך שטארק פאראינטערעסירט, און איך נעם אחריות אויף יעדעס ווארט, און איך קען זאגן מיט שטאלץ אז ב"ה אין די ישיבה הק' אין קרית יואל איז יעדער בחור מסודר על מחנהו ועל דגלו, בשעת ווען אין די קווינסער ישיבה תחת הדרכתו פון דעם משכיל בלומענפעלד מיט זיין אויבערהאר רז"ל געפונען זיך נאך ליידער א הימל-שרייענדע סומע פון 80 בחורים (תיקון תעות: דעקלעראציע האט נאר געשריבן 50) אויף די גאס אן א ישיבה ווי אנצוהויבן דעם זמן הקיץ הבעל"ט, טראץ פארשידענע שמועות אז בלומענפעלד וויל שוין פארהאנדלען מיט די בחורים נאך דעם וואס די זאליס האבן אים אריינגעגעבן קאלטס און ווארעמס היתכן אין די ישיבה הערשט אזא הפקרות, און עס געפונען זיך דארט אזויפיל שוואכע בחורים אזש אז מען מוז זיי ארויסשטעלן אויף די גאס, דאך איז דאס אמירן בעלמא, ער רעדט און רעדט אבער תכלית זענען נאך די בחורים נישט מסודר.
אויב די ישיבה אין קרית יואל איז אזוי אונטער קאנטראל וויאזוי האבן 15 בחורים געקענט אוועקפארן אויף שבת אין א האטעל און טוהן עבירות?
פרוכטבאר
זיי מוחל און הער אויף צו שרייבן אין די וועלט אריין 15 בחורים שבת אין האטעל באלד וועט איינער שרייבן 30 קוויינס בחורים אין טיאטער וועסטו זיך שפירן געטראפן אדער וועסט אליין פארשטיין אז איינער האט עס געזויגן פון פינגער? סתם איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע שטיסעם אן באווייזן און פרטים איז נישט אינטערסאנט און קיינער קויפט עס ממילא נישט .
און צו וויינשטאקל
די שרייבסט
פאר איך שרייב די פאר ווערטער האב איך מיך שטארק פאראינטערעסירט, און איך נעם אחריות אויף יעדעס ווארט, און איך קען זאגן מיט שטאלץ אז ב"ה אין די ישיבה הק' אין קרית יואל איז יעדער בחור מסודר על מחנהו ועל דגלו
כ'גלייב עס שווער ווייל וויפיל איך געדענק איז נאך אזוינס נישט געווען אז אזוי פרי זאל שוין יעדער זיין מסודר נאר קען אפשר זיין אז זיי פלאנען שוין נישט צו טון אזויווי ביז יעצט אז ביז שבועות (ווינטער-חנוכה) וועלן זיי פייניגן בחורים וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט געהעריג.
און בכלל איז נישט מסתבר אז זיי זענען שוין געקומען צום שכל (הלוואי יא) און זיי איגנארירן דעם גאנצן חודש אדר פון פאריגן זמן נאר מן הסתם וועלן זיי זיך יעצט גוט נוקם זיין אין די אנפירערס (חוץ די וואס זענען שוין חתנים און זיי קענען גארנישט טון)
אדרבה ווער ס'ווייסט די מציאות זאל ביטע אפדעיטן
אויוויי, איך האב מורא אז דא גייט אויסברעכן א מלחמה צווישן קישקעטל און וויינשטאקל. עניוועי, אבי נישט צווישן אידן.. (דזשאסט קידינג. שריי נישט..)
דער אמת, ס'האט נישט קיין זון זיך צו טענה'ן איבער די 2 ישיבות, מער-ווייניגער זענען זיי ביידע די זעלבע, ביידע גרויסע ישיבות מיט עטליכע הונדערט בחורים אין איין ביהמ"ד. (איך ווייס נישט קיין פונקטליכער נומער)
א גרויסע ישיבה האט אן א צאל פראבלעמען און יעדער האט די זעלבע, הגם וויליאמסבורג האט א מעלה וואס מאנראו האט נישט, אז עס האט נישט קיין דארמעטארי און די ווימ"ס'ער בחורים זענען כאטש איבער נאכט אינטער דעם טאטענס קאנטראל.
ווען מאנראו זאל ווען נישט אננעמען די א.ג. 80 בחורים וואלט עט'ס פארקויפט אז דאס איז א פיינע ישיבה און זיי וועילן זיך, נעמן נאר ארייין די גוטע מצוינים אא"וו. נאר וויבאלד עס איז יעצט די מעשה אין די וויליאמסבורגער ישיבה גדולה דרייט איר אויס דעם דאשיק און יעצט איז עס א פראבלעם.
כך הוא דרכו של תורה...
יאפס זיי זענען איטערן טאטנס רשות חוץ ווען בלומענפעלד האלט אז מען דארף גיין צי חתונות מזאל וויסן ווער עס מאכט חתונה ווי אין ח"ו נישט אויסוואקסן א מצומצם
מה בני
א קלייניגקייט נאר ביזט גערעכט אז ביידע זענען גרויסע ישיבות וכו' וכו'
אבער איך האלט קלאר אז ס'וועט נישט נעמען לאנג און מוועט צושניידן "ביידע" ישיבות אויף עטליכע ישיבות ווייל ס'איז נישט מעגליך לויטן שוואכן מצב היינט צוטאג לייידער צו פירן א ישיבה אויף דעם "גלאבאלן" אופן און "סיסטעם" היינט צו טאג דארף יעדער באקומען עקסטער אינטענשן און פרייוועט חינוך און כ'בין זיכער אז ס'קומט א מעידשער טשעינדש ווייל ווער נאך אזויווי די מנהלים ווייסן דעם אמת'ן ביטערן מצב אין וואס מיר געפינען זיך
אבער איין זאך וואלט איך ענק פארגעשלאגן אז אפשר זאלט עטץ (פאר א טשעינדש) זיין די ערשטע און מיר וועלן ענק נאכמאכן און נישט אזויווי אלע אנדערע זאכן וואס עטץ דארפט'ס אלץ שרייען אז "עכט" זענט עטץ געווען קודם וכו' -אלץ נעמען די ארונים די קרעדיט וכו' אונז זעמיר גרייט ענק צו געבן דעם אבער הייבט'ס אן ווייל פאר אונז איז אסאך שווערער טעכנישט אויסצופירן ווייל מיר האבן נישט קיין בנינים אין קרית יואל אלעס איז איבערגעפילט מ'האלט אינמיטן בויען א נייע סקול און מדארף שוין בליה"ר פאר די קלענערע כתות א נייע ת"ת אבער עטץ קענט'ס דאך נעמען די בליידיגע בנינים וואס איז פארדינגען און איר וועט זיין אז מיר וועלן ענק נאכטון
ב"ה מיר קומען זיך שוין אויס אויף איין זאך, און מיר זענען ביים זעלבן מיינונג.
איך קען גארנישט טוישן, ס"ה שרייב איך נאר אויף הייד פארק, אבער איך האלט טאקע אז ביידע ברויכן דאס טוען.
און אז מ'רעדט שוין איבער אנדערע איינפירונגען איז כדאי אנצומערקן אז מיר זענען די ערשטע צו האבן א ביליגע חתונה זאל אין וויליאמסבורג!
כא כא כא כא כא כא
טיפיקל זאלי עטץ זענטץ געווען די ערשטע צי האבן וואס ??????????????????
נאך א יאר וואס סאיז דא חתונה תקנות אין ענק זענען די דשואק אף טאון מיט ענקער חלילה זיך נישט צישטעלן דערצי האט עטץ געטין וואס לאמיר טראכטן איין מניט יא מהאט גענימן ברכה סימא אין עס געמאכט פאר א ביליגע זאל
זאג נאר וויסט אפשר פאר וועם די זאלן ווי מען מאכט ביליגע בר מצווהס לויט די תקנות געהערן