די לאקאלע מעדיקעל צענטערס אין וויליאמסבורג האבן געזעהן א גרויסע אויפשטייג און פאציענטן מיט אומפארשטענדליכע מאגן ווייטאג זינט פסח, רוב עמערזשענסי אפוינטמענטס אין חוה''מ איז געווען מענטשן וואס זענען אריינגעקומען מיט שרעקליכע בויך און מאגן ווייטאג.
איעדעס יאר נאך פסח קומען אריין אסאך פאציענטן מיט מאגן ווייטאג צוליב דעם וואס מ'גייט אויף זייער א עקסטרעמע דיעטע פסח, אבער אין די לעצטע פאר יאר איז געווען א אויפשטייג פון 86.3% אין די קעיסעס.
נאכן אדורכפירן א שטודיע איז ארויסגעקומען א אינטערעסאנטע אנאליז: 84.7% פון די וואס זענען אריינגעקומען מיט בויך און מאגן ווייטאג האבן געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ.
די דאקטורים האבן אויך צוגעגעבן, אז ווען מ'האט געפרעגט די אלע וואס האבן געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ, וועלכע מצות זיי האבן געגעסן, איז ארויפגעקומען א גרימאס פון עקל אויף זייער געזיכט וואס דאס צייגט אז עס האט נישט געהאט קיין גוטן טעם.
צוויי דאקטורים וואס האבן באקומען מצות פון ר' דוד ראזענבערגס מצה בעקעריי האבן געזאגט פארן רעפארטער פון די באריכט אז זיי פארשטייען נישט פארוואס מענטשן נעמן אריזאנע מצות מיט אזא שלעכטן טעם ווען עס איז דא אזעלכע גוטע מצות ביי די סאטמערער מצה בעקעריי אויף בראדוועי.
עטליכע זאליס האבן זיך באקלאגט אז זיי קענען נישט גיין צום דאקטאר ווייל עס איז פול מיט ארונים און זיי האבן מורא פאר זייער לעבן. ווער וויל זיך אנהויבן מיט א ארוני מיט בויך ווייטאג???......
דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א אינגערמאן וואס איז ארומגעגאנגען צו ODA און CHC וואס זענען די צוויי גרעסטע מעדיקעל צענטערס אין וויליאמסבורג, און אויס געפרעגט דאקטורים און נורסעס און פאציענטן.