היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח

שוידער! זאלי'ס ברעכן אראפ מציבה אין ביה"ח

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2611931
בלאט: 1 2

שפיטצער06 » 20/4/2009 22:28

שוידערליך.

רז"ל איז אין די מינוטן אנגעקומען צום ציון הקדוש ווי זיינע קווינסער לאביצעס האבן אויפגעשניטן דעם מיטעלסטן אריינגאנג פון אונטן און אומגעווארפן די צעמענטענע בעריקעיד'ס וואס ליגט דארט ווי ער האט זיך אריינגעשלייכט פון די אינטערשטע אריינגאנג, צו ווייזן אז ער פירט אויס.

ביים גאנצן איבערקערעניש, נישט וויסענדיג פון דארט ווי ווייטער צו גיין האבן זיינע בחורים אראפגעבראכן די מציבה פון ר' שמעון גאטליב ז"ל.

וועלענדיג ווייזן אז ער גייט נישט אויפן וועג ווי מ'האט אנגעגרייט פאר אום צו גיין געהעריג האט ער אנגעמאכט א גאנצער איבערקערעניש און געטומל און דעריבער אראפגעראכן די מציבה.

פרוכטבאר » 20/4/2009 22:36

פון גאר נאנטע קוועלער הערט מען אז אנשטאט אריינלייגן א קוויטל האט ר' אהרן אריינגעלייגט די פעמילי קאורט פאפירן און האט געוויינט בדמעות שלוש מיט קראקאדיל טרערן...

שפיטצער06 » 20/4/2009 22:41

לויט ווי אפגעשמיסט פון פאראויס מיט די פובליק סעיפטי דעפט. האט רז"ל געברויכט ארויפפארן מיט זיין אויטא ביז צום אינטערשטן אריינגאנג הארט נעבן אוהל הקדוש פון זיין טאטן ז"ל - אזויוווי פארגאגענעם כ"ו אב - און פון דארט ציוואקן דעם קליינעם שטח.

וועלענדיג ווייזן ווער עס איז "בעה"ב" אין בית החיים, נו, אז געלט קען מען נישט נעמען, חלקות קען מען נישט פארקויפן, מעמבער'ס זייערע קענען זיי נישט באגראבן  און בודקעס קען מען נישט שטעלן, האבן זיי אבער נאך אלץ זייער אלטער מהלך פון שלעק און טעראר.

זענען זיינע בחורים (נישט זיכער 22 אדער 23 באסעס, נישט זיכער..) אויפגעקומען אויף א פלאן, די מינוט וואס ער איז אנגעקומען זענען זיי צוגעגאנגען צום אינטערשטן מיטעלסטן אריינגאנג - ווי מ'האט אמאל געגענקט געהעריג גיין, אבער היינט איז שוין פארבויעט פיל מיט מציבות - און דארט אויפגעשניטן דעם געיט מיט א גרויסן קאָטער און אויפגעמאכט דעם גרויסן טיר, אבער זיי האבן נאך געהאט א פראבלעם מיטן גרויסן צעמענטענעם באריקאדע וואס ליגט דארט, האבן זיי דאס איבערגערייט אויף דער ערד (פארגעס נישט, זייי האבן געהאט גענונג און נאך מען-פאוער, איך מיין 22 באסעס, גאר מעגליך 23, איך בין נישט באקאנט מיט די פינקטליכע נומערען..)

רז"ל האט זיך דעריבער שווער געקענט אריינקוועטשן דורך דארט, אבער עס איז אום פארט געלונגען,( ווי געשמועס איז ער דאך בעה"ב!) און אלע זיינע בחורים האבן אנגעפאנגען מיטלויפן מיט אום אין די גרויסע און שווערע מאראסט, אברמי ברוין האט געשריגן און געטיילט פעטש פאר יעדער וואס האט שוווער געמאכט דער שוין אזוי אויך שווערען וועג.

נישט וויסענדיג געהעריג ווי צו גיין וויבאלד דארט איז שוין אלעס פארבויעט מיט קברים האבן זיי אין דעם גרויסען געפילדער אראפגעבראכן דעם אויבערדערמאנטן מציבה פון ר' שמעון גאטליב ז"ל וועלכער ליגט אינעם ערשטן רייע פון אונטן.

נו, ווער איז בעה"ב ?

שאול פערלשטיין ווייסט וואס ער רעדט!...

רבי_יונה » 20/4/2009 22:46

 די קווינס בחורים האבן אומגעווארפען די מציבה פון דעם גאטליעב ע"ה, און געמאכט א שוידערליכע חילול מציבה ובית החיים, נאכדעם וואס די מציבה איז זיי געשטאנען אין וועג.

דערנאך האבן זיי ביי די טענט פון די לעכט לעבן דעם אוהל הק' 2 מאל אונטערגעצינדען, און עס איז געכאפט געווארן ב"ה אינדערמיט, איצט געפינען זיך דארט א מחנה פאליציי און נעמען קער פון די קווינס חיות, און טראגען זיי ארויס פון דארט, די קווינס בחורים שרייען אפען בית החיים און קוויטשענען ווי שווארצע מטורפים.

ר' זלמן איז אריינגעקומען צו פיס דורך די גהעריגע גדר, נאכן צוברעכען געם גדר, און זיין קאר מיט אלע לעלוס האבן געמיזט בלייבען אינטען און נישט געקענט ארויף פארן.

פרוכטבאר » 20/4/2009 23:06

אויף היידפארק קענסטו שרייבן וואס די ווילסט, ווער עס איז דארט זעהט פונקטליך ווער די חיות און די מטורפים זענען, מ'קען זיי זייער גרינג אידענטיפיצירן, זיי האבן אהן חאלאטלעך...

שפיטצער06 » 20/4/2009 23:11

פרוכטבאר, האסט פארגעסן אז ס'איז בין הזמנים און היינט גייט יעדער מיט רעקלעך...

זאג מיר צו אז נעקסטיים וועסטו טראכטן פאר די שרייבסט. מסכים?

שפיטצער06 » 20/4/2009 23:28

רז"ל מיט זיין סוויטע האבן יעצט פארלאזט דעם ביה"ח (די פילע באסעס זענען נאכנישט אנגעקומען..) מיט ביזי ביזיונות.

 ער האט געמוזט אראפשפאצירן דעם ביה"ח און ווערן באגראבן אין מאראסט צוליב זיין עקשנות נישט צוגיין פונעם זייטיגען אריינגאנג.

זיין אויטא האט נישט געקענט אריינפארן אין ביה"ח ווי זייער געהיימער פלאן איז געווען און יעצט גרייט מען אן אויף 550 בעדפארד נייע וועש פארן בעה"ב פונעם ביה"ח.

willimoni » 20/4/2009 23:36

א גרויסע מופת: מען האט געזונגן "אל אדון" און די מציבה האט זיך געריקט

שפיטצער06 » 20/4/2009 23:37

איך פארשטאנען אז דער גדר האט זיך געפענט דורכן ניגון.. מעגליך אז די מציבה אויך..

פרוכטבאר » 21/4/2009 00:03

שפיטצער06 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פרוכטבאר, האסט פארגעסן אז ס'איז בין הזמנים און היינט גייט יעדער מיט רעקלעך...

זאג מיר צו אז נעקסטיים וועסטו טראכטן פאר די שרייבסט. מסכים?


אין מאנראו גייט איעדער חאלאטלעך

וויינשטאקל » 21/4/2009 00:11

ווי איך האב שוין פאראויסגעזאגט וועט קל אדון ניגון שפילן א ערענסטע ראלע היינט אויפן בית החיים, און דא האט איר א כראנאלאגישן סדר פון דעם מעמד, ווי נאר מען האט זיך גענומען זינגען קל אדון איז ליפא קרויס צוגעלאפן סטראשענען וויטריאל פון פאבליק סעפטי אז ער מוז עפענען דעם מיטעלסטן גדר, ווייל אז נישט האט ער א פלאטע פון 18 באסעס אויפן וועג ארויס און זיי וועלן מאכן ארדענונג. ביים צווייטן פאל פונעם ניגון איז חנני' שמילאוויטש צוגעלאפן צום גדר און עס אויפגעריסן, און די קווינסע לאבאצעס האבן איבערגעדרייט דעם צעמענטענעם באריקאדע און געעפענט דאס פלאץ. ביים דריטן פאל האבן די זאליס פון גרויס עקסטאז אראפגעריסן דעם מציבה פון ר' שמעון גאטליעב ז"ל ווייל דאס איז געשטאנען און וועג. הגז"ל איז אריינגעקומען אנגעלאנט אויף זרילע גליק און משה גאבע און געפלאטשקעט אין מאראסט. ביי שבח האבן זיך די זאליס צושריגן מיט קולי קולות, און אזוי איז ער אריין אין אהל. אויפן וועג ארויס האט שוין וויטריאל צוגעשטעלט געהעריג שוץ אז ער זאל אראפוואקן ווי א מענשט. מיין פראגע איז נאר ווי זענען מיר אויף די וועלט??? קען כ"ק מרן רבינו שליט"א אריינוואקן היינט נאכט אין ראדני מיט פובליק סעפטי מיט בחורים פון די ישיבה אין קרית יואל??? פארוואס האט מען דאס צוגעלאזט???

לעבעדיגער » 21/4/2009 00:15

איך האב נאך אזא לאו-לייפ אין מיין לעבן נישט געזעהן.

מ'האט מיט אום אפגעשמיעסט א געהעריגער וועג ווי ער זאל ארויפגיין בשלום ובשלווה, אבער ער האט אפגעמאכט די לעצטע מינוט אז ער וועט צייגן די חברא קדישא וואס ער קען.

זיי האבן אויפגעשניטן דעם פארשפארטן גדר, און געפלאנט אריינצופארן מיטן גאנצן "עסקאורט" ביזן אוהל. אבער די צעמענטענע באריקאדען - שוין נאכן אראפווארפן - האבן געטוען דאס זייעריגע און געלאזט דעם צדיק ווארטן אין קאר ביז ער האט איינגעזעהן אין זיין וויסטן דורכפאל און ארוישפאצירט אונעם זימפ צופיס!

איך האב אויף קיין טענות נישט, שאול פערלשטיין האט אום געזאגט אז מעניואל האט אלעס אויטאראזירט און יודא לעיזר יאקאבאוויטש איז אין קאנטאקט מיט די גאווערער'ס אפיס און אלעס איז אלל רייט.

וואלןסח » 21/4/2009 00:20

 

איך קום יעצט פון ציון, און איך קען זאגן אלמלא לא ראיתי לא האמנתיו

איך בין געשטאנען די אונטערשטע העלפט פון ביה"ח ביי א ציון פון א קרוב, און אינמיטן הער איך מאוי'מדיגע קולות, איך הייב אויף מיינע אויגן און איך זע ווי א מחנה צולאזטע בחורים קומען אריין מיט א רעש פון די מיטלסטע אריינגאנג (ווי ס'איז אמאל געווען די הויפט אריינגאנג), איך קוק מיט וואונדער, איך ווייס ס'איז פארשפארט דארט, און איך זע ווי דער שטראם פון בחורים שטראמט ארויף, איך רוק מיך צו צו א בחור און איך ווייז אים געב אכטונג, דא איז נישט קיין דרך המלך און מען קען אומפאלן אז מען גייט מיט אזא אימפעט, ער בחור האט מיר געוואלט דורס זיין, הלמאי איך שטער די נקודה פון רבין ז"ל, למעשה איז נישט דורך צופיל מינוט ווען בעיני ראיתי ווי די מציבה פאלט אים.

 

יעצט ווארט מיר אויף די רעאקציע פון די לישקע

 

שעמאניו זאליס

און דיר פרוטבאר מיט דיינע מעשית ויל איך פרעגן, ביסט אפילו געווען ביים ציון היינט?

העלד » 21/4/2009 00:56

ווי איך הער איז  אלעס אדורך בכבוד הראוי, רבינו שליט''א מ''מ אביו הק' זצ''ל איז ארויף צום ציון אויפן דרך
המלך ווי א מלך אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש און קרוב צו צוויי טויזענט חסידים,בחורים און יונגעלייט

אלע מצבות זענען געבליבן שטיין געהעריג, די אנוועזענדע אהרונים (ווי וואלן סח וועלכער איז פונקט געווען אונטן ביי א ציון פון א קרוב..........) זענען אויך געבליבן שטיין ווי די מצבות  פאר שאק א לענגערע וויילע.

וואלןסח » 21/4/2009 01:05

העלד
פיר טויזנט איז מער

ברבבותינו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יא יעדער וואס האט צוגעקוקט איז געווען אין שאק וואס די בויעס פון קווינס ווערטשאפטן אן

העלד » 21/4/2009 01:20

וואס איז דער שאק?? דו גלייבסט נישט דער בלאט אז אלע קווינסער בויעס זענען חיות??

איך מיין אז די ביסט געווען  שאקירט פאר א צווייטער סיבה.

פרוכטבאר » 21/4/2009 01:20

נאך עטליכע חדשים פון פלאנירונגען איז די קרית יואל'ער ווילעדזש אויפגעקומען מיט א בלו פרינט וויאזוי צו בלאקירן דעם ביה''ח און צוריקהאלטן קינדער און איידימער פון צוצוקומען צו זייער טאטעס ציון הקדוש, אויף די ליסטע איז געווען כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, אבד''ק זענטא שליט''א, און אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט''א.
אויך איז געווען אויף די ליסטע די גאר נאנטע מקורבים פונעם ברך משה זי''ע, ר' עזריאל גליק שליט''א, ר' משה פריעדמאן שליט''א, ר' יעקב שמשון גאלד שליט''א, און וואו פארשטייט זיך האבן זיי געוואלט אפשרעקן די אויטענטישע חסידים - וועלכע האבן זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'ן זי''ע ביז די לעצטע מינוט - פון קומען צום ציון הקדוש.
די ערשטע מעלדונג איז געקומען פון ר' דוד עקשטיין'ס 'פראנט גרופ' וועלכע רופט זיך פובליק סעיפטי אז אונטערן נאמען פון ארדענונג וועלן קיין קארן נישט ערלויבט ווערן ארויפצופארן צום ציון און אויך אז די אונטערשטע טויער וועט זיין צוגעשפארט. וואס דאס מיינט, אז כדי אנצוקומען אויבן צום ציון דארף מען אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ביז אויבן, און זייער חשבון איז געווען אז מ'וועט זיי פאלגן וואו מעקעלעך און כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און אבד''ק זענטא שליט''א וועלן אדורכוואקן דעם גאנצן וועג ארויף, וואו די מטורפים און חיות מיט די צוקנייטשטע חאלאטלעך וועלן אדורכפירן א ''אמבוש'' נוסח אל קאידה און איראק.
מה עשה הקב''ה? ער האט געגעבן אביסעלע שכל פאר די מקורבים ועסקנים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א און זיי האבן אפגעמאכט אז דער כלל פון מלך פורץ גדר איז נאכאלץ א גילטיגער כלל.
ווען דער קאראוואן פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז אנגעקומען מיט די באגלייטונג פון טויזענטער תלמידים האבן זיך די גענגסטערס אויבן אויפן בארג אנגעהויבן שארפן די ציין, עטליכע סעלעפאנס אינעם פארברענטן דארמיטארי האבן זיך צעפיפן און די סטודענטן וואס שטודירן חכמת אש האבן אנגעהויבן צושטראמען צו זייער באשטימטע קאמפס פאזיציעס און אפפס...

זיי האבן פלוצלונג דערהערט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז שוין אינעם ביה''ח און שפאנט מיט זיכערע טריט צום אוהל.
הונדערטער פארגרעבטע פארויכערטע שטימעס האבן געפרעגט וואו אין א כאר: וויאזוי איז ער אנגעקומען אינעווייניג?
די בויעס האבן אנגעהויבן לויפן מיט א אימפעט צום אויפגעריסענעם געיט און האבן געפונען א פילפאכיגער גרעסערער עולם וואו זיי האבן זיך פארגעשטעלט אין זייער וויסטן חלום, מ'האט דאך זיי איינגערעדט אז כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט דריי און א האלב מענטשן וואס האלב פון זיי זענען פון די ערשטע תלמידים פון סענדז סטריט, און דא גיסט זיך טויזענטער מענטשן יונג און אלט...
מ'קען דאך אבער נישט בלייבן שטיל, האבן זיי געכאפט א מציבה און פראבירט צו בלאקירן דעם אויפגעריסענעם אדורכגאנג, די בויעס האבן קיין שכל זיכער נישט, וויל אז די בראווע חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן געקענט ריקן מיט זייער בלויזע הענט ריזיגע צעמענטענע באריקעדעס איז א מציבה נישט קיין אישו.
די חסידים פון כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האבן טאקע אויפגעהויבן די מציבה מיט טרערן אין די אויגן אויף דעם חילול המת וואס עס איז געטוהן געווארן דורך אפאר פוחזים רקים וקלים אין עס צוריקגעשטעלט אויפן באשטימטן ארט.

טאטלע » 21/4/2009 01:28

פרוכטבאר זאג נאר דיין רבי האט א פראבלעם אדארעך ציגיין פין א אפענע טיר  ?

ארגינעלער » 21/4/2009 01:44

פרוכטבאר'ס ארטיקל שטינקט פין פארדארבענע פיש.

13Hooper » 21/4/2009 01:44

ר שמעון ע"ה איז געווען א יוד א צדיק אין א געווייקטער חסיד ביים בירך משה זצל אין פארשטייט זיך אוטומאטיקלי אויך ביים רבי"ן מהר"א שליט"א

נא וועם זאל איך קלערען האט דאס געטאהן (מעגליך נישט במכוון)

איך גלייב אבער יא אז די זאליס האבען עס אויפגעהויבען צוריק בעפאהר מען נעמט פיקטשערס פין די אראפגעווארפענע מצבה

אויך גלייב איך אז אויב וואלטען דאס די ארונים אראפגעווארפען וואלטען די זאלונים דאס נישט אויפגעהויבען

majyar718 » 21/4/2009 03:50

ס'איז אלעס דא אויף די סעקיוריטי קעמעראס

טראק » 21/4/2009 08:50

די זאליס שיקן ארום אין זייערע תלמידי רבינו טעקס מעסיטעשס אז די מציבה איז אראפ געפאלען אבער די זאליס האבן עס נאכדעם פאראכטען.

הבדלה_מנין » 21/4/2009 10:58

 פיר ארונים שרייבן דא אז מען האט אויפגעבראכן דעם טויער פונעם ביה"ח, דערנאך עפענט איינער פון די פיר עדות (רבי יונה) א נייער אשכול מיט די ווידיא ווי א פובליק סעיפטי גוי עפענט אויף דעם שלאס רואיג כדי דער עולם זאל קענען דורכגיין.

נאך א געבאקענע מעשה אין דעם רינגעלע פון לגיונות פון די ארוינים.

טראק » 21/4/2009 19:35

די פובליק סעפטי האט למעשה געפענט די שלאס פונעם געיט, אבער אויסגעבויגען און פרובירט צוברעכן די געיט האבן די זאליס געטאן פארדעם.

טראק » 21/4/2009 19:39

זאגט מיר איינער אז נאך א מזל ר' משה קעסטענבוים האט נאך נישט קיין מציבה, ווייל ער ליגט די לעצטער אונטען, און טאמער ער וואלט ווען געהאט א מציבה וואלט זיין מציבה אויך געפלויגען צוזאמען מיט גאטליעב, אזוי פיל יא, די זאליס האבן מיאוס אנגעטרעטען זיין קבר.

בערל550 » 21/4/2009 21:03

עם צבא של 1500 איש פרץ הזאלוני את הגדר והסתער על קבר אביו
סאטמאר המומה הם לא האמינו שהוא יסדר אותם ובצורה כל כך קשה, חדשים הם תכננו איך לסגור לו את הדרך ואיך הפעם מונעים מן הזאלוני את היכולת לעלות על קבר אביו, והנה הוא לימד אותם פרק אשר גרר את האהרונים למחלוקת פנימית קשה והאשמות קשות מי אשם במחדל ואיך זה שהם לא היו מוכנים עם לפחות שלשת אלפים להכות בהם בחזרה

ומעשה שהיה כך היה

זה כמה שבועות שאנשי אהרן מתכננים איך למנוע את הכניסה מן הזאלוני לקבר אביו ביום היארצייט שהיה היום, הם קבעו כי הפעם אי אפשר עוד לעלות עם מכוניות עד לקבר וכי החניה תהיה במרחק רב, כך שלא תהיה ברירה לזאלוני אלא לחנות את הרכב רחוק וכאשר ייצא מן הרכב ויילך לקבר ימתינו לו הבחורים של הארוני ויכבדו אותו באבנים ומקלות

הכל היה מתוכנן להפליא עם המשטרה ומשוכנעים היו כי זהו זה הפעם סידרו את הזאלוני, אבל ראו מה עשה הזאלוני, הוא ציוה לחסידיו להיות יחד עימו ולעלות יחד עימו לציון אביו, הם הגיעו למקום עם 23 אוטובוסים מלאי חסידים יחד עם שיירה ארוכה של רכבים כשהזאלוני בראש, ואז הגיעו לגדר, כמה מן הבחורים יצאו עם מספריים ענקיות וחתכו את הגדר, פרצו את הדרך והשיירה כולה כאלף וחמש מאות מחסידיו מלווים את מכוניתו והגיעו מן הצד האחר לקבר

האהרונים לא הספיקו להתאושש כששמעו מה שקורה הם לא הצליחו להתארגן במהירות כזו עד שהספיקו הזאלונים כולם להגיע לקבר כאשר אלף וחמש איש מחפים על הזאלוני ושומרים עליו שהאהרונים לא יוכלו לפגוע בו

האהרונים הבינו שעם מספר כזה של חסידים יפסידו, אז הם יצאו במסכת האשמות שבדרך הפריצה שברו הזאלונים מצבה אבל הזאלונים מציגים תמונות כי אותה מצבה במקומה וכלל לא נגעו בה

הזאלוני שב לבית מדרשו בווילימסבורג כשכולו נצחון, הזאלונים חוגגים הערב בגדול ובשמחה כי ניצחו את האהרונים, שם מאשימים אחד את השני במחדל הגדול

מתברר כי הזאלונים ניהלו מו"מ עם האהרונים והם התעקשו כי זלמן לייב לא יוכל להגיע עם רכבו לקבר רק האהרוני, לכן לא היתה לזאלונים ברירה אלא להגיע עם צבא גדול וכך לפרוץ למקום

הענין הוא מה יקרה בפעם הבא, האם יביאו האהרונים שלשת אלפים וילחמו זה בזה? או שהמשטרה תיאלץ לעשות כאן סדר, יצויין שהמשטרה שהיתה במקום לא יכלה להשתלט על ציבור כל כך גדול הם לא האמינו שתגיע קבוצה כל כך גדולה ובאותה שעה ויסתערו, במצב הזה הם היו זקוקים ליותר מאלף שוטרים ואת זה אינם רוצים להביא זה יגרור מלחמה

כאמור, הזאלונים היום מלאי שמחה על נצחונם והאהרונים אבלים על המכה הקשה שקיבלו ממקום לא צפוי




בעולמם של חרדים:

http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2612069&forum_id=20422

סקאטמאלען » 21/4/2009 21:20

וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע סומאטכע איז אז ר' זלמן לייב האט גארנישט געטאן עפעס ראנג, ער האט זייער פארשטענדליך מורא געהאט אז די אהרוניס גייען איהם טשעפען אין דערנידערן, למעשה האט ער יעצט פארלוירן די ביה"ח, און דא מוז ער אריינגיין אין דעם זעלבן שונא'ס טעריטארי, איז זעלבסט פארשטענדליך אז זיינע חסידים מעגן אלעס טוהן צו מונע זיין חילול כבוד פון זייער רבי.

האט ער געטון 2 זאכן, און מיט רעכט, קודם האט ער איינגעזאמעלט וואס מער פון זיינע חסידים זאלן מיטקומען מיט איהם צום ציון, מערסטנס בחורים, זאלן זיין זיינע לייב וועכטערס, די אלע בחורים זענען בלויז געקומען איהם צו שיצן משונאיו, נישט צו אבזערווירן די התעררות ביים ציון וכדומה, און ס'100% פארשטענדליך

נאכדעם האט ער מיט רעכט, נישט געמוזט גיין דורך א שמאלן אריינגאנג ווי א סעלעקציע, וואס זיינע ארכי שונאים האבן איהם צוגעגרייט, ער האט אלע רעכטן צו חושש זיין אז זיי זוכן איהם צו טשעפען...

וואס יא, למעשה איז נישטא קיין שום פראוו אז די אהרוניס האבן איהם געוואלט טשעפען כאטש ער האט אלע רעכטן צו חושש זיין, דאס מיינט אז מצד די אהרוניס איז נישטא קיין שום טענות, זיי זענען למעשה נקי מכל...מ'קען נישט האבן קיין טענות "האסט מיך געוואלט טשעפען"

דאס אז א מציבה איז בטעות אומגעפאלן איז א נישט מער ווי א געזונטער שלימזל פון ר' זלמן לייב, ווייל יעצט קענען די אהרוניס די בעלי בתים דארט אנווייזן מיט רעכט: "זעהט איר פארוואס מ'האמיר אפגעשפארט דעם טויער? ס'פשוט עלול צו שענדן קברים" און נעקסטע מאל וועל זיי זיכער מאכן אז יענער טויער זאל זיין נעול וחתום...

בקיצור, די זאלויניס האבן גארנישט געטון עפעס ראנג, אבער זענען ארויס שלימזליך...

שפיטצער06 » 21/4/2009 21:32

גיבט אובאכט! די ווייסע זאקען קענען שמוציג ווערן.. שטופט נישט אזויפיל!
[בילד – נישט אפגעהיט]

שפיטצער06 » 21/4/2009 21:53

אךךך.. די מצב קוקט נישט אויס גוט. וואס מיינסטו?
[בילד – נישט אפגעהיט]

Isacmandel » 21/4/2009 22:29

עס איז דורך גאר שטיל און אן קיין שום פראבלעמען.

דאס איז ס'איז געווען א טומל איז נישט מער ווי נארמאל. נאך אלעם זענען דא צוויי לאגערן, אבער קיין שום געשלעגן, קיין שום געפעכטן און אן קיין שום אינצידענט צייגט אז די ביידע זייטן פארשטייען אז דאס בעסטע פאר ביידע איז נאך אלץ שלום.

1נארמאלער » 21/4/2009 22:49

ווען דער זלמן זוכט ווען שלום גייט ער ווען ארויף "מיטן קאר.." פון די זייט אזוי ווי אשגעשמועסט, קיינער וואלט אים נישט געטשעפעט, עס זענען געווען דארט אנגעגרייט מחנות מיט גוים פון פאבליק סעיפטי צו אבאך געבן אויף אים, למעשה האט ער געוואלט צייגן "איך וועל טוען דא וואס איך וויל" און דעריבער האט מען איינגעזאמלט א גאנצן ציבור, געבראכן געיטס, "בטעות" (זאל זיין..) געבראכן מציבות, און איבערגעדרייט א וועלט.

שפיטצער06 » 21/4/2009 23:58

ליפא קרויס מיט די טויזענטער בחורים ביים ארגינעלען פלאץ ווי רז"ל ברויך אננקומען
[בילד – נישט אפגעהיט]

שפיטצער06 » 22/4/2009 00:46

דער מלך פורץ גדר מיט זיין סוויטע פארלאזן דעם ציון מיט געהויבענע געמיטער...
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערל550 » 22/4/2009 15:56

1נארמאלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען דער זלמן זוכט ווען שלום גייט ער ווען ארויף "מיטן קאר.." פון די זייט אזוי ווי אשגעשמועסט, קיינער וואלט אים נישט געטשעפעט, עס זענען געווען דארט אנגעגרייט מחנות מיט גוים פון פאבליק סעיפטי צו אבאך געבן אויף אים, למעשה האט ער געוואלט צייגן "איך וועל טוען דא וואס איך וויל" און דעריבער האט מען איינגעזאמלט א גאנצן ציבור, געבראכן געיטס, "בטעות" (זאל זיין..) געבראכן מציבות, און איבערגעדרייט א וועלט. 

ביסט נישט גערעכט...
ער איז געגאנגען פון די מיטעלסטע טיר נישט ווייל ער האט אזוי אפגעמאכט, נאר ווייל די פובליק סעיפטי האט אים פון דארט געשיקט...

מה_בני » 22/4/2009 23:58

למעשה זעה איך אז די גאנצע פרייד דא פון די אהרונים זענען אז זיין שיך איז געווארן מאראסטיג. דאס מיינט אז איך און נאך הונדערטער מענטשן האבן געהאט דעם זעלבע דורכפאל ווי אום.

יעדער וואס איז געקומען דעמאלס צום ציון - אינקלאדעט איך - זענען געווארן אנגעשמירט פון מאראסט, עס איז נאר נארמאל, עס האט געגאסן יענער טאג און עס איז נישט אויסגעפלאסטערט דער ערד דארט. טא, וואס האט איר געוואלט? יעדער ווערט פאשמירט, עס קומט נישט אריין קיין פאליטיק דא.

נאר וואס יא, די אהרונים האבן יעצט איינמאל געליטן א וויסטן דורכפאל ווען מ'האט זיי אין סופרייז איבעראשט און געפענט א צווייטער אריינגאנג אנדערש ווי זיי האבן אנגעגרייט, א פלאץ פיל מיט גארבידזש און שמוץ.

ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, ווען וויטריאל מיט זיין גאנצער פובליק סעפטי קראפט אינאיינעם מיט די סטעיט פאליציי האבן גאר שווער געברויכט ארבייטן צו קענען עפענען א וועג פאר די גאנצע פמליא.

ארגינעלער » 23/4/2009 02:34


וואס הייסט א מלך אביון, מיט א פאליצנטא פין אינטן .



[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 23/4/2009 02:35


א מאנדע מין צישאסנע איידילקייט

[בילד – נישט אפגעהיט]

פעטרסאן08 » 23/4/2009 03:05

ס'קוקט אויס ער זינגט זיך אינטער דעם אל אדון ניגון.

פרוכטבאר » 23/4/2009 08:20

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

א מאנדע מין צישאסנע איידילקייט

[בילד – נישט אפגעהיט]


ברענג א ציווישטע בילד פון ר' אהרן און איך וועל זאגן די זעלבע זאך: ''א מאנדע מין צישאסנע איידילקייט''

וויינשטאקל » 23/4/2009 09:07

פרוכטבאר פארוואס שפירסטו זיך אזוי באטראפן פון דעם בילד? עס איז א נארמאלע זאך, נאכדעם ווי ער האט אנגעהויבן אריינטראכטן וויאזוי עס איז אים נעבעך נישט געלונגען אריינצוקומען מיט אלע לעלאס און יאקאנס הארט ביז צום ציון אווי ער פלעגט זיך פירן ביז היינט איז אים א ערענסקייט (לייען: טרויעריגקייט) באפאלן!

וויינשטאקל » 23/4/2009 09:11

פרוכטי, איך האב געטראגן דאס בילד צו א דאקטער און פארק עוועניא מעדיקעל, ער זאגט מיר עס קוקט אויס פונעם בילד ווי הגז"ל האט שטארקע מאגן קרעמפען... קענסט אפשר דערגיין וועלכע מצות ער האט געגעסן דעם פסח?????

פליגער » 23/4/2009 11:59

נועם המידות!אמרנו?????

בערל550 » 23/4/2009 15:52

פרוכטבאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ברענג א ציווישטע בילד פון ר' אהרן און איך וועל זאגן די זעלבע זאך: ''א מאנדע מין צישאסנע איידילקייט'' 


ווען די ברענגסט א פיקטשער ווי די רבי געניצט נאכ'ן נישט שלאפען געהעריג אפאר נעכט זאגסטו וואס דיר שמעקט,

מה_בני » 23/4/2009 16:28

איך זעה נישט קיין שום צושאסענקייט דא.

ער קומט ארויס פון זיין טאטען'ס ציון מיט א שטארקע ערנסקייט נאכן מתפלל זיין על קברו.

איך גלייב אז ר' אהרן איז אויך אזוי געווען, ווייל אויב נישט...

טאטלע » 23/4/2009 19:55

מה בני ר אהרן איז גראדע נישט ארויס געקימען אזוי מרה שחורהדיג וואס ווילסטו זאגען יעצט ?

טראק » 23/4/2009 20:11

דער מאראסטיקע רבי איז נאכן זיין ביים ציון געגאנגען צו די הויז פון מענדל שווימער, ווי ער האט זיך איבער געטאן די שמוציגע מאראסטיגע בגדים, און אראפ גענומען פון זיך די מאראסט.

כאטשיג האט ער געגנבט אויף זיינע בגדים א שטיקל פונעם בית החיים...

רבי_יונה » 27/4/2009 22:20

די מאראסטיגע רבי ביים ציון מען זעהט די ריזן ציבור פון 22 באסעס...

פון די בילד קוקט אויס אז עס איז געווען 22 מאטער סייקעלס...

[בילד – נישט אפגעהיט]

וויינשטאקל » 27/4/2009 23:34

דער יפויער קוקט אויס ווי ער איז עפעס נישט ביי זיך, וואס גייט פאר? און דער בלעקבערי רבי האט ניטאמאל געפונען פאר וויכטיג צו נעמען א תהילימ'ל אין האנט.

ביז_אהער » 28/4/2009 00:23

דער יפוער ליינט קוויטלעך פאר זיין טאטנ'ס פנים? רבינו בחיי?

רבי_יונה » 28/4/2009 01:33

די בלעקבערי רבי ווי מען זעהט אויף די ווידיא איז פאר דעם געשטאנן ביי די נייע פושקעס אין אוהל, ווי מען האט אראפ גענומען אלע זאלי פושקעס און ארויף געלייגט נאר אהרונים פושקעס ווי אבני חסד, מוסדתינו וויליאמסבורג, מוסדת יטב לב, ישיבה גדולה, כולל ויואל משה ירושלים, כולל עצי חיים, כולל ברך משה מאנסי, כולל סאטמאר אנטווערפן, אור תורה סאטמאר מאנטריאל וכו' וכו'.

מען זעהט ווי ער שטייט ביי די פושקעס און ברענט פאר כעס, טא אפען בילד דא איז ער נאך פארטראכט פאר כעס דערוועגן און טראכט א פלאן וואס צו טאן...

בלאט: 1 2