היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בלום'ס פאטעטא טשיפס, קאטען סיד אויל

בלום'ס פאטעטא טשיפס, קאטען סיד אויל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2606250

באראפארקער » 7/4/2009 07:31

אזוי ווי גאר אסאך אידען זענען מדקדק און ניצען נישט אין פסח קיין קאטען סיד אויל, להוי ידוע אז אויף די בלום'ס פאטעטא טשיפס שטייט בפירוש אז עס האט קאטען סיד אויל, יא, די וואס זענען כשר לפסח.

אגב, דארף מען לפי זה קוקען אויף אלע זייערע פראדוקטען, און מאכען זיכער אז עס האט נישט קיין קאטען סיד אויל, און בעסער וואלט געוועהן זיך אין גאנצען פורש צו זיין פון זייערע מאכלים אויף פסח, וויבאלט דער בעל מכשיר זייערע איז נישט מקפיד ווארשיינליך אויף קאטען סיד אויל אין פסח, קען זיין אז אנדערע מאכלים זאלען עס אויך האבען אינטערען נאמען "וועדזטעבעל אויל".

פארשטייט זיך אז די אידען וואס עסען קאטען סיד אויל אין פסח, יאכלו ענוים וישבעו, אבער די וואס נישט, און ווילען עס איך נישט געבען פאר די קינדער, זאלען וויסען דערפין און עס נעמען אין אכט.

פרוכטבאר » 7/4/2009 14:35

ווייל ער איז נישט מקפיד אויף קאטען סיד אויל איז ער נישט מקפיד אויף ליגענט???
כאפ שטארק אהן דיינע חומרות מיט ביידע הענט און לאז צורוה איעדן, ער מוז נישט האלטן פונקט וואו דיר.

בערל550 » 8/4/2009 20:23

אלע האבען זיי קאטען סיד אויל

באראפארקער » 12/4/2009 19:04

אלע האבען זיי?
און וואס ניצט די?

ער מוז גארנישט האלטען, אבער ער מעג מודיע זיין אז ער האלט אז קאטען סיד אויל איז גוט. און שרייבען וועדזטעבעל איז נישט ליגענט. עס איז פשוט העלמת עין.