זאליס צופליקט - פורים ערב פסח
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2605381
די זאליס זענען שרעקליך צופליקט נאכדעם וואס ר' זלמן האט ארויסגעגעבען א הוראה מיטוואך אז די זאליס זאלן אנטאן ערב פסח ביי קידוש החמה לכבוד פורים שטריימלעך..!
בן פראדל האט עס נישט געלאזט אריין לייגן אין דער איד, ער האט געזאגט אז דאס איז פורים, בשעת זיין אייגענע טאטע איז נישט געגאנגען מיט קיין שטריימעל ביי קידוש החמה, אזוי אויך פירט זיך די גאנצע וועלט נישט צו גיין מיט קיין שטריימעל, אבער ליפא קרויס און אברהמי ברוין האבן פארפירט אז מען זאל יא גיין, טא האבן זיי אריינגעלייגט אין דבר יום ביומו די זאלי באפעל אז אלע זאליס זאלן זיך אנטאן לכבוד פורים החמה שטריימלעך, און זיי האבן עס אויפגעהאנגען אין ראדני, אבער משה פראדל חברה האבן עס אראפ געפליקט אינמיטען שבת.
די זאליס שעלטן ווי בינען קרויס און ברוין פארן מאכן אזא פורים, און זיי ווייסן נישט וואס צו טאן פאר בושה, און וואס צו טאן ביי קידוש החמה, בשעת די גאנצע שטאט וועט גיין מיט היטן און וואכענדיגע בגדים וועלן די זאליס מיזן גיין מיט פורים שטריימלעך, ווי עס קוקט אויס וועט עס זיין צוטיילט, משה פראדל און זיין קאמפעני וועט גיין מיט היטן, ליפא קרויס און זיין קאמפעני וועלן גיין לכבוד פורים מיט שטריימלעך.
די שאלה איז וואס ר' זלמן וועט טאן, עס איז דא וואס פירן זיך אזוי, און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי...
אבער ר' זלמן האט שוין געמאלדען אז תורה וועט ער נישט ח"ו משנה זיין און חס ושלום ל"ע ולא עליכם נישט זאגן קיין תורה...
מאיר ראטה האט דערקלערט , אז ער גייט נישט גיין מיט א שטריימעל
דער מסור קוטשי וואלי זאגט אז ער וועט גיין נישט מיט א הוט און נישט מיט א שטריימעל נאר מיט א קוטשמע...
דער מן הארץ פראבירט דא מסתם ציגעפעלן פאר ר זככוותתתתתיאגיייייןעלייננייי אידען ווייל אין תשי"ג איז די רבי ז"ל געגאנגען מיט א שטריימעל דער ברך משה ז"ל איז אבער אין תשמ"א נישט געגאנגען מיט א שטריימעל ער האט געזאגט אז דער דברי יואל ז"ל איז געגאנגען מיט א שטריימעל אין תשי"ג ווייל עס איז געווען אוסרו חג פסח
אבער גיי לערן מיט דעם גאון
סתם געמאכט א מעשה, ארייגעמישט די פאליטיק און קידש החמה
ווי איך הער פלאנט מוהר"א אויך אנציטיען א שטריימעל, און אסאך חסידים גייען גיין מיט שטריימליך
קוצי מהר"א גייט נישט מיט קיין שטריימעל אין די חסידים גייען נישט מיט קיין שטריימעל
דער הייליגער חתם סופר שרייבט אז מ'זאל נישט מאכן חוזק פון די פארשידענע מנהגים שונים ביים כלל ישראל. יעדע מנהג ישראל האט א הייליגע מקור און יעדער זאל זיך פירן כפי מנהגו הטוב.
אויב איינער גייט ביי חנוכה ליכט צינדן מיט א שטריימל, אדער ביי א וואכטנאכט פון א אייניקל וכדומה. לעצטענס גייען אסאך אידן מיט אשטריימל ביי די קינדער'ס בר מצוה.
היינטיגע דור גייען אלע חסידים מיט שטריימלעך ביי די חתונות פון זייערע רעבי'ס קינדער. וכו'.
אויב רבינו הק' זי"ע איז געגאנגען ביי ברכת החמה אום איסרו חג מיט א שטריימל, (למעשה איז ער געגאנגען פון דערהיים ביז צום בית מדרש מיט'ן היט, נאר ביי די ברכה האט ער אנגעטון דעם שטריימל.) קל וחומר אויב דאס געפאלט אום ערב פסח וואס איז מער יו"ט עפ"י שו"ע. ווי ס'ווערט געברענגט להלכה אז נאך חצות זאל מען נישט טוען קיין מלאכה.
בכן זאל יעדער טון כפי הרגשת ליבו און נישט אפלאכן פון א צווייטן. נאר יעדער זאל מתפלל זיין ביז מיטוואך אז ס'זאל זיין א שיינער וועטער און די זון זאל אונז נישט פארשעמען. ווייל לויט דעם מצב הדור ווי ליידער אסאך מענטשן וואס זענען זיך מתלבש מיט חסידות, מיינען אז נאר זיי האט השי"ת ליעב, זיי מאכן גישפעט פון יעדע אנדערע חסידות.
סוף כל סוף האט השי"ת ליעב יעדן איד און יעדע חסידות זאל זיך געזונטערהייט פירן ווי זיי האלטן.
אזוי ווי ליפא קרויס האט געזעהן אינעם ירחון פון מבצר הכוללים בקרית יואל, אז רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען גייט נישט מיט קיין שטריימעל ביי ברכת החמה, האט ער זיך גלייך צוגעכאפט אז דאס מיינט אז די זאליס דארפן יא גיין.
אזוי ווי די זאליס טוען אלס, ווען רבינו שליט"א זאגט יא איז ביי זיי ניין, און ביי ניין איז ביי זיי יא.
עס האט נישט מיט קיין מנהג, צו אנדערע זאכן וכו', נאר מיט דאס.
יאפס איך פארשטיי כדי נישט אפצילאכען פין די אידן וואס גייען מיט א שטריימעל ביי ברכת החמה גייט דער גאון גיין מיט א שטריימעל אין אפלאכען פין זיין טאטען וואס איז נישט געגאנגען מיט א שטריימעל
נוסח אהבה מוסתרת
די לץ הערש
שיק אריין דיין טעקסט אין א בריוו צי דער איד פאר די הדלקה ל"ג העמור אין קרית יואל.
דער דברי יואל זצ"ל איז געגאנגען א שטריימעל ווייל ער איז אויף גיווען א גאנצע נאכט און גילערנט אויז ער נאך פארבליבען מיטן שטריימעל פון מוצאי פסח האדמו",ר מראדני גידענקט אז פאריאהר איז מען גיגאנגען ערב פסח מיט א שטריימעל גייט מען דאס יאהר אויך וואס די גמרא כדי שלא יאמרו אשתקד לא
עטס קענטס ענק ארומדרייען מיט ענקערע שטויביגע הוטן וואו די יעקישע, אונז וועל מיר אי''ה אנטוהן שיינע שטריימלעך לכבוד דעם געהויבענעם מעמד וואס קומט אהן איינמאל און 28 יאר.
כ'הער זאגן אז ר' ברוך ט''ב חתנא דבי נסיעה (מואווינג ראביי) האט פארבאטן אלע קרית יואל'ע געשעפטן פון אריינעמען עפלסיידער אבער מ'קען עס באקומען אינטערן טיש ביי לאנדא'ס...
אינז האבן מיר שוין געטרינקן עפל סיידער ו' ניסן, יום הצלה והשחורר של העדה החרדית .
טרייסט דיך מיט דעם און מיט אנ''ש דייקא פון בני ברק...
הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
עס קוקט אויס אז בן פראדל האט ווידער געזיגט, אז זיי גייען נישט גיין מיט קיין שטריימלעך, היינט אין דבר יום ביומו אין און ראדני אויף די צעטליך האט מען שוין אראפ גענומען דאס אז מען דארף גיין מיט בגדי שבת יו"ט.
איך הער אבער אז הגז"ל וויל יא אז ער אליין זאל גיין מיט א שריימעל, ווייל ער איז דאך די רעבעזעררונאלעווראכע אליין, בן פראדל האט אים געטרייט מסביר צו זיין אז דאס וואס די רבי זי"ע איז געגאנען מיט א שטריימעל, איז ווייל עס איז געווען אסרו חג אין די רבי האט זיך נישט אראפ געלייגט א גאנצע נאכט פון די חביבות המצוה, איז ער שוין פארבליבען מיטן שטריימעל, האט אים הגז"ל גענפערט נו איך האב מיר שוין נישט אראפ געלייגט זייט שבת, איך בין אויך געבליבען מיט די שטריימעל.
ביז דערווייל איז נאכנישט באשלאסען וואס הגז"ל וועט טוהן.
תוקן על ידי יודלע ב- 06/04/2009 18:49:52
אזוי ווי ר' זלמן ליינט דא הייד פארק יעדן טאג, און איז איינע פון אונזערע חשובע חבירים, האט ער געזעהן וואספארא חוזק ער איז און יעדער לאכט פון אים, האט מען היינט אין דבר יום ביומו אראפ גענומען אז מען גייט בבגדי שבת, ביטע ווער עס האט זאל לייגן דא א קאפיע.
אזוי ווי אונזער הייד פארק חבר ר' זלמן ווייסט נאך נישט וואס צו טאן מיט זיך צו ער זאל יא גיין מיט א שטריימעל צו נישט, בעט מען דער עולם זיי זאלן זאגן זייער מיינונג.
מיין מיינונג איז אז ער זאל יא גיין מיט א שטריימעל.. און ליפא אויך..
| יודלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
רעבעזעררונאלעווראכע
תוקן על ידי יודלע ב- 06/04/2009 18:49:52
|
|
אונז האב מיר אייביג געוואוסט אז עטס האטס פיינט דעם רבי ז''ל ווייל ער האט נישט 'אפראווד' ר' אהרן'ס שידוך אבער חוזק צו מאכן בפרהסיא?
פרוכטבאר די גייסט גיין מיט א שטריימעל ?
פרוכטבאר האסט געכאפט דעם טאטער יא די האסט גוט געוואוסט איך האב פיינט די רעבעזעכרונאלעווראכע, אבער להבדיל כ"ק מרן רביהקוה"ט זי"ע האב איך ב"ה נישט פיינט.
די ווייסט וועלכע רעבעזעכרונאלעווראכע איך האב פיינט,
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען מעג גיין אין בג"ץ.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר ח"ו נישט גיין צי קיין דין תורה.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וואס האט געאסערט אריזאנע ווייץ, (אין רביה"ק האט גענומען פין האט דאך די רבי ז"ל הישט געגעסן פין די ווייץ, נאר ער האט אנגעגעסן זיין עולם מיט חמץ)
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען דארף לערנען די ליטווישע דרך הלימוד.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען דארף נישט ניצען קיין שטיין-זאלץ.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז בחורים דארפן מער נישט אויפשטיין פארטאגס.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז בחורים דארפן גיין אויף חתונות.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען דארף נישט מאכן א ישבה מחוץ לעיר.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר נישט געבן קיין קאווע פסח אין ביהמ"ד.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר נישט האבן קיין פילטער אויף די וואסער אפי' עס איז דא ווערים.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע האלט אז מען טאר נישט מאכן חתונה תקנות .
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וואס מען דארף קומען צום אים שלש סעדות אויף ראדני מחזק זיין די נקודה פונעם רעבעזעכרונאלעווראכע.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וואס זאגט אז מען טאר נישט לאזן די ווייסע טישטיך אויפן טיש מוצש"ק.
ועוד ועוד
ועל כולם האב איך פיינט די רעבעזעכרונאלעווראכע אידן, וואס ווען איינער וויל עפעס אויף טוהן פאר אידישקייט, אין פאר די אידן געפעלט עס נישט פאר סיי וועלכע טעם על לא דבר, ציען זיי זיך אראפ די היט ביז די נאז אין קלאפען זיך צוזאם די הענט, אין נעמען זיך שרייען "נאאא רעבעזעכרונאלעווראכע" "נאאא רעבעזעכרונאלעווראכע"
ביי די וועי פרוכטבאר אז איך רעדט שוין יא צי דיר, זאגט נאר וואס איז געווארן גייט ער גיין מיטן שטריימעל אדער נישט??
איך הער אז הגז"ל האט אנגעקאלט משה גרינפעלד, וואס ברענגט אים יעדעס יאר די גרויסע ריזיגע כוס של אליהו אויף פסח, אין אים געבעטן אז היי יאר דארף ער האבן די בעכער אביסל פריער, ווייל ער וויל עס שוין ניצן פאר "קידוש החמה".
| יודלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
פרוכטבאר האסט געכאפט דעם טאטער יא די האסט גוט געוואוסט איך האב פיינט די רעבעזעכרונאלעווראכע, אבער להבדיל כ"ק מרן מהרא ט''ב האב איך ב"ה נישט פיינט.
די ווייסט וועלכע רעבעזעכרונאלעווראכע איך האב פיינט,
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען מעג נישט גיין אין בג"ץ.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר ח"ו נישט גיין צי קיין בחירות.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וואס האט חתונה געהאט מיט די רעביצין וואס איז געווען אונזער גרעסטע שונא.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע האט זיך ארומגענומען מיט אונזערע שונאים עזריאל גליק, יוסל אשכנזי, ר' אברהם לייטנער, ועוד ועוד...
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז בחורים זאלן נישט שניידן די בערד און נישט מאכן קיין מחיקה קלה און אוודאי נישט קיין פייערס און זיינע מוסדות.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע האט נישט 'אפראווד' מיין רבי'ס שידוך.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אין ויואל משה זאכן וואס שמעקן נישט פאר מיין רבי'ס שוואגער ר' בערל.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע זאגט אז מען טאר נישט ווארפן קיין בחורים פון ישיבה.
די רעבעזעכרונאלעווראכע, וועלכע האלט אז די ווייב פון ראש הקהל טאר נישט דרייוון.
ועוד ועוד
ועל כולם האב איך פיינט די רעבעזעכרונאלעווראכע אידן, וואס ווען איינער וויל עפעס אויף טוהן פאר אידישקייט, אין פאר די אידן געפעלט עס נישט פאר סיי וועלכע טעם על לא דבר, ציען זיי זיך אראפ די היט ביז די נאז אין קלאפען זיך צוזאם די הענט, אין נעמען זיך שרייען "נאאא רעבעזעכרונאלעווראכע" "נאאא רעבעזעכרונאלעווראכע"
|
|
מאכטס ליצונת צי הגז"ל ליינעט יא היידפארק, צי אינז גיי מיר מיט יעקישע שטויביגע היטן
עטץ האטס נישט געהערט די קולות היינט אינדערפרי פין ר' דוד וועבער ( רבי וועבער )
אז מען מאכט פורים פין די גאנצע קידוש החמה אלעס וועגן נער'ישע פאליטיק
די זאליס האבן אים פורבירט מסביר צי זיין אז מען האט געפלאנט מסדר צי זיין רבי'ן שליט"א אינז ס'האט זיך נישט אויס געארבעט, אין ח"ו מען מיינט נישט די קידוש החמה..
דער רבי וועבער האט זיך געגעבן א צי אראפ זיין ביבער הוט ביזן שטערן אין געשריגן ווי שעמט זיך נישט צי שפילן פאליטיק מיט אזא מצוה.
מיט אזעלכע פריינד ווער דארף פיינד.
אפשר וועט רבי וועבער זאגן תורה...
די בחורים אין יאפאן זעהן אינגאנצן נישט די זוהן...
אבער מיללער פון בני ברק וועט נישט אנטוהן קיין שטריימל ווייל זיין רבי טוט נישט אהן.
| פרוכטבאר כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די בחורים אין יאפאן זעהן אינגאנצן נישט די זוהן...
אבער מיללער פון בני ברק וועט נישט אנטוהן קיין שטריימל ווייל זיין רבי טוט נישט אהן.
|
|
אבער אזוי ווי ס'איז שלא כדרך הנאתן זאד איך נישט קיין מיגו כדי ס'זאל נישט צוקומען ח"ו צו חצי שיעור וואס איז קעגן א אפענע פסק פון די רעבעזעכראנעלעווראכע
א גוטן פורים
קיינער האט רבי וועבער נישט געפרעגט, נאר רבי שמואל מלמד די רבי פון ר' זלמן וועט איינטיילען וואס צו טאן.
פרוכטל
די יאקאבוויטש ברידער גיין נישט גיין מיט קיין שטריימל.
די שאלה שטעלט זיך צי פעקעטע וועט יא גיין ווייל זיין ראבינער גייט יא !
מהרז"ל האט געהאט שרעקליכע בזיונות, ווען זיין עולם האט זיך נישט אנגעטאן קיין שטריימלעך און ער געשטאנען דארט ווי א פורים רב, אזוי אויך ר' ישרא' חיים מנשה האט זיך אויך נישט אנגעטאן קיין שטריימעל, שוין נאכדעם וואס מהרז"ל האט אים פרעזענדליך געבעטן, ווייל זיינע מענטשן האבן געזאגט אז ער איז שוין גענוג פורים, און ער ברויך נישט ווערן מער פורים צוליב דינען מהרז"ל.
למעשה האבן זיך אנגעטאן שטריימלעך מהרז"ל און זיינע קינדער, מרדכי רובינשטיין, הערש אלימלך כהנא, אברהמי ברוין און משה עפשטיין.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 12/04/2009 6:42:49
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/04/2009 14:59:25
_________________
א גרויסע סגולה אויף יראת שמים
מען זאל ביי 56: גוט קוקן אויפן שפיטווקער שרף ווי אזוי ער מאכט די ברכות
סאון אוו עי גאן
ווייטער דער הייליגער ''פיקטשער רבי'' און לכבוד דעם האט ער זיך טאקא פארמאסקירט מיט'ן שטריימל ער מיט זיינע חשוב'ע בנים .
א גרויל צי קוקן אויף דעם אויבן אן