היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראבערייען ביי די זאליס ווער ס'זאל ווערן שמש אין ראדני

ראבערייען ביי די זאליס ווער ס'זאל ווערן שמש אין ראדני

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2604323

ארגינעלער » 3/4/2009 01:13

ענדליך זענען די זאליס פטור געווארן פין זייער שונא נומער איינס ר' שלמה שמש.
האט זיך ביי די זאלי רייען אנגעהוין אן ערנסטע געפעך ווער ס'זאל איבער נעמען דאס שמשות. 

דערווייל זענען דא 3 קאנדידאטן, אלימלך ווערצבערגער,ליפא קרויס, זלמן לייב פעלדמאן 

נעכטען ביי די זאליס קהל, האט מילך ווערצבערגער גע'טענה'עט אז ער איז דאס מערסטע געאייגענט דערצו 
1) ווייל ער הייסט ווערצבערגער.
2) האט ער מיט געברענט א פסח טעיפ ווי ער זינגט מיט די קינדער, צי ווייזן אז ער קען די בעסטע זינגען אינטער די חופות.

נאכדעם איז ליפא קרויס געקומען צי קהל, ליפא טענה'עט אז ביי זיי אין די משפחה לויט די שמשות פאך 
זיין ברידער אהרן נחום איז שמש אין שארמאש, אין זיין ברידער נחמי' איז שמש ביי ר' מנשה .
אין אויך זאגט ער פאר קהל אז האט זיך שוין געקויפט גרויסע שוך מיט א טיפן שטאפן הוט.
אין ער האט שוין אפילו אויף געגעבן זיין זשאב אנצינעמען דאס שמשות..  

זלמן לייב פעלדמאן טענה'עט אז זיין זיידע ר' מענדל גרשון ע"ה איז געווען שמש, נאך פאר די רבי זי"ע האט האנט אויס געקליבן ר' יחזקאל שמש ע"ה, ממילא קומט דאס פאר אימען.  

דערווייל לויפט נאך דער שפיטווקער רעפטייל קלעימען וויקטערי אז שלמה איז געפלויגן א דאנק זיין אדווייז פאר בן פראדל.
 

 



 
 

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 03/04/2009 1:45:45

בשמחה_תמיד » 3/4/2009 07:14

לאמיר עס אננעמען אלס א גוטע ליצנות ארטיקל און פארשפארן דעם אשכול.

געדענקט, אויב איז אן ארטיקל צו נאריש אז איר זאלט עס אליין גלייבן דאן שרייבטס עס נישט דא.

די מנהלים רעזערווירן די רעכטן צו פארשפארן אן אשכול אדער אויסמעקן תגובות מיט אזעלכע באריכטן.

ארגינעלער » 3/4/2009 07:54

איך טו מיך ענפטליך אנשטולדיגען פאר מנהל אין פאר אינזערע ליינער פאר באריכטן פאלשע נייעס וועגן די הוט וכד.

טראק » 3/4/2009 08:16

ליפא קרויס דרייט איבער וועלטן צו ווערן שמש, און ער ווערט געשטיצט דורך אברהם בער יאקאבאוויטש, אבער משה פראדל לאזט נישט בשום אין אופן, ווייל ער איז פון זיינע דם שונאים.

פרוכטבאר » 3/4/2009 09:39

וואס טוט זיך מיט שטערנבערגער? ער וואלט געווען א גוטע קאנדידאט פאר דיינע לגיונות

האקאבו » 3/4/2009 13:50

וואס טוט זיך טאקע מיט דעם שטערנבערגער געפלויגן צוריק געקומען

ווי האלט עס מיט אים יעצט.

תוקן על ידי האקאבו ב- 03/04/2009 13:48:28

באלאנד » 10/5/2009 12:44

די וואך שב"ק איז געווען די ערשטע וואך וואס זלמן לייב פעלדמאן האט משמש געווען בתור משמש דקהלתינו לשמחת לבם פון אנ"ש וואס ווינטשען אים פיהל הצלחה.