היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הילף: איך זוך א פיקטשער מבין

הילף: איך זוך א פיקטשער מבין

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2603526

קושקע » 1/4/2009 19:34

איך האב צוויי פיקטשערס איך וויל פשוט וויסן וועלעכעס איז בעסער?

 

דא איז דער ערשטער:

 

[בילד – נישט אפגעהיט]



דא איז דער צווייטער:


[בילד – נישט אפגעהיט]


איך מיין דער צווייטער איז בעסער ס'לאזט זיך בעסער קניפן אין בעקעלע

וואס זאגט דער עולם?

שפיטצער06 » 1/4/2009 19:48

קושקע, איך ווייס נישט וואספארא מבין אין בילדער איך בין, אבער א אויספלאץ האט מיר דאס געקאסט..

ווי זאגט יענער. אז ס'איז גוט אז ס'איז גוט..

קושקע » 7/12/2009 04:15

איך זוך ווייטער א מבין אויף בילדער
וועלעכעס "תורה תורה חגרי שק" איז בעסער?

איז עס דער סארט עקסטרעמיסטן משוגעים וואס וויינען א בכי' של חנם, אז מ'לאזט זיי נישט וואוינען אין די מקומות מסוכנים, און נאכן געבן זיי גענוג אין נאך צייט צו ליקווידירן שרייען זיי "תורה תורה חגרי שק"


[בילד – נישט אפגעהיט] 


אדער איז עס די סארט עקסטרעמיסטן משוגעים וואס וויינען א בכי' של חנם, נאכן שלעפן יענעם בערכאות של עכום פאר 6 יאר, 6 יאר פון חילול שם שמים, 6 יאר פון הרמת יד בתורת משה, 6 יאר פון מאבד זיין ממון ישראל, 6 יאר וואס זיי האבן יעדן טאג די ברירה צו קומען צו א אידישער בי"ד, יעצט וויינען זיי "תורה תורה חגרי שק"

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 7/12/2009 06:51

הא הא הא.

די פארגלייך צווישן די משוגעים און די משוגעים איז מורא'דיג גישמאק.

true_fact » 7/12/2009 07:00

די צוויי פיקטשערס איז אויף אוועקצולייגען, ווי זאגט מען נאר? איין בילט רעד מער ווי טויזענט ווערטער, ס'ברענגט ארויס די היפאקריזים פון די חברה מיט א שארפע קלארקייט

נוטראלער » 7/12/2009 08:12

הילף: איך זוך א פיקטשער מבין

איך האב צוויי פיקטשערס איך וויל פשוט וויסן וועלעכעס איז בעסער?


דא איז דער ערשטער:
 [בילד – נישט אפגעהיט]



דא איז דער צווייטער: 


[בילד – נישט אפגעהיט]


איך מיין דער צווייטער איז בעסער ס'לאזט זיך בעסער קניפן אין בעקעלע

וואס זאגט דער עולם?

רעכטער » 7/12/2009 18:39

קושקע, א קניפ אין בעקל...

אין מיין אויערן הערט זיך די געוויינערייען: "אאאאוווווווווווווי פארוואס האבן מיר זיי גערופן אין געריכט כליפ כליפ כליפ, אאאאאאאווווווווווי פארוואס האבן מיר זיך אליין אריינגעלייגט אין פעקל כליפ כליפ כליפ, אאאאאאאאאווווווווווי פארוואס האבן מיר נישט געקענט לאזן די עירקאנדישענס אויפן דאך און זיך ווייטער האלטן מיטן גניבה כליפ כליפ כליפ, אאאאאאאאאווווווווווווי פארוואס נעמט זיך די רביצין אן פאר די ערליכע איינגעטומער פון הויז כליפ כליפ כליפ.

ווייסטו וואס, איצט וועלן מיר זיי צופיקסן! מיר גייען באווארפן דעם ביהמ"ד הגדול מיט שניי טאבעס! מעכטיג, איין שניי באלי נאכן צווייטען, נו, יעצט יעדער צוזאמען, אט אזוי. יאשקע, ביזט דא? וואן טו טרי טשיז, א שניי באלי! אבער איין מינוט, וואו איז מיין קאמערע נעלם געווארן ל"ע, ואני אנא אני בא! אה, דא איז עס, אווווי וויי ס'ארבעט נאך?

"איי וואנט טו פרעס טשארדזשעס" הערט זיך מינוטן שפעטער פון יאשקעס פלימעניק דזשאל וואלדמאן מיטן טעלעפאן אין האנט, "סאמבאדי טוק מיי קאמערע" בעת דער פאליציי מאן פארשטייט נישט וואס דאס האט מיט אים...

אוי, ס'צרות, זיי האבן ארויסגעלייגט ספיקערס אז מיר זאלן גיין צו דין תורה, מיר מיזן שוין אנטלויפן! ויסעו מקרעטשמע ויחנו באילן סאסמאן. ".......... די הייליגע תורה" הערט זיך פון עפעס א צורידערטן טענענבוים, "פפפפפפפפפפפווווווווווי שרייט ספאנטאן אויס די צעווילדעוועטע משוגעים אויף די תוה"ק פארן שרייבן אזא פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם.

נו, ווילאנג קעמען דען שטיין אין די קעלט? געגאנגען, ויסעו מסאסמאן - "קוק ,מיר האבן קרית יואל, קוק נאר, מיר האבן אפגעבלאקט פארעסט ראוד! כ'קען דיר צוזאגן מארגן גיט זיך דער ווילידזש אונטער! - ויחנו בחרדים. אוי! די קליפה גיט זיך נאך אלס נישט אונטער! מ'גיימער זאגן ד' מלך! אוי! נאכאלס נישט! וואס טוט מען? מ'גיימער בלאזן שופר! ס'וועט דאך אינאיין מינוט געבן א בלאז אוועק די קליפה! תקקקקיעעעעה, שברים תררררררררריעה אוי מ'זעט שוין ווי די קליפה צובלאזט זיך ווי א זייפן בלויז, אה אה, נאך א תקיעה און זיי פליען ארויס פון די ווילידזש אפיס! נו! אה, ער האט די קאפ אויפן פלאץ! תקקקקקקקקקקיעעעעעעעעההההה, אופס, דער קליפה איז נאך אלס דארט?! תרררררררריעעעעעעעעהההההה. שוין מיר געבן אויף!

א, איך ווייס שוין! סידאך דא א מאן דאמר אז דער שרו של עשו כגו נדמו לו! מ'גיימער רעדן אויף ענגליש! דער שפראך וועט ער שוין זיכער פארשטיין! אה, דאס פארשטייט ער שוין!

יא, ס'איז געלונגען, מ'זעט בחוש, וויאזוי ס'פליען ארויס די שווארצע מלאכים פון די פענסטער פון די ווילידזש אפיס איינס נאכן צווייטן! "נעקסטע וואך גייט זיין די הכנסת ספר תורה צוריק אריין אין קרעטשמע!!!!!!! יעי, מיר האבן עס געמאכט!

מ'גייט יעצט ליינען ויחל, און ואלה המשפטים, און מגיי מער איבעבעטן די תורה, און מ'גייט אויספאסטן! יענקל טורך, האסט מיטגעברענגט די דזשאני וואקער? א שאלה? מיינסט אז דאס וועלן זיי אונז אויך צונעמען?!

וואס ברויכטו, א קאווע? כא כא כא, די מיינסט אז אין אן אכט אונסיגע גלעזל טרינקט מען קאווע? די ביסט נאך פון די צוריקגעשטאנענע! נו! גיס אריין דאס גאנצע באטל משקה! אה, יעצט קען מען טראכטן רואיג!

מיר וועלן יעדע וואך זונטאג מאכן נאך א פראטעסט! איז דער ראוואלוציע ביי אלעמען צוגלייך!

רבי_יונה » 7/12/2009 18:46

דאס איז די עכטע בילד.

ער איז ביי א מיטינג מיט מיעל מארט, און ליינט די פאפירן וואס איז אויפן טיש.

דעפרעסטע זאליס מיינען אז מ'קען היינט פעלשן עפעס.

נאט דיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 7/12/2009 18:48

יעצט בני המן, ענפטערס ביטע

מיט וואס זענט עטס אנדערש פון די ציוניסטישע מיליטאנטן וועלכע וויינען אויך מיט ספרי תורה?
[בילד – נישט אפגעהיט] 

ארגינעלער » 7/12/2009 20:52

זיי זענען אנדערש ווייל די ציוניסטישע מיליטאנטן האבן נישט געשריגן פוי אין פראנט פון די ספרי תורה.

בזיון ספרי תורה דאס קענען נאר מאכן די הייליגע בני יואל

לעקסינגטאן » 7/12/2009 23:57

הילף: איך זוך א פיקטשער מבין


איך האב צוויי פיקטשערס איך וויל פשוט וויסן וועלעכעס איז בעסער?


דא איז דער ערשטער:
 

[בילד – נישט אפגעהיט]


דא איז דער צווייטער: 



[בילד – נישט אפגעהיט]



איך מיין דער צווייטער איז בעסער ס'לאזט זיך בעסער קניפן אין בעקעלע

וואס זאגט דער עולם?

מר. נוטראלער וויבאלד מווערט דא משוגע פון דיין נוטראלקייט ווערסטו געבעטן  צו געבן דיין אנטשיידונג אויף די בילדער

rebyankel » 8/12/2009 01:18

אויף די לעצטע וועל איך זאגען די חילוק (ביז נייטראלער וועט  זיך מצמצם זיין) דער ערשטער בילד איז א געווינער, דער צווייטער בילד איז א ביטערער לוזער,

rebyankel » 11/12/2009 19:56

די בני זאלי'ס זענען מורא'דיג ציפראסקעט אויף די בלאט פין לעצטע וואך
עס איז א סכנה צו שטיין לעבן זיי
די גראסערי לייט געבן איבער שרעקליכע עפיזאדען ווען זיי האבען געזעהן די דעקל פין בלאט די וואך מיטן זעלבן בילד וואס ליגט אויפן דעקל פינעם שמיציגען צייטונג נאר מ'האט זיי געוויזען זייער שותפים

אויף זייער חומת הדת וועבזייטעל האבען זיי שוין געלזאט פאלען טוצען מיט קללות

עס טוט וויי ווייל די אמת טוט וויי....

SatmarBum » 11/12/2009 20:27

איין זאך קען מען קלאר זעהן פון דעם בלאט דעקיל. אז די שרייבערס פון בלאט זיצען דא אויף הייד פארק אין שרייבען דא נאך וואך נאך וואך אלע מעשות... והמבין יבין...

[בילד – נישט אפגעהיט]

ביבער » 13/12/2009 05:50

הערטס אויס הייליגע און טייערע ווערטער פון א קווינסער באם

שאל באמיך ויגדך ליידיגייעריך ויאמרו לך

SatmarBum » 13/12/2009 10:33

אויב געדענקט מען נאך די מעשה פון פערלשטיין ביים נייעם בית החיים האט "פארמעגליך" געשריבען אויפן "קינדער פארום" וואס די ארונים גייען שרייבען קומענדיגע וואך אין בלאטע! אין מאמיש נישט צי גלייבען דער בלאט האט נאך געשריבען ווארט ביי ווארט וואס איז געשטאנען... יעצט זעמיר פון ווי דער בלאט נעמט זייער שטאף. אנהייב וואך האט מען געדארפט הילף מיט א בילד דא אין דעם אשכול. פארשטייט זיך סויף וואך האט עס דער בלאט געלייגט איפן פראנט דעקיל...
[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarBum » 13/12/2009 10:42

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט בני המן, ענפטערס ביטע

מיט וואס זענט עטס אנדערש פון די ציוניסטישע מיליטאנטן וועלכע וויינען אויך מיט ספרי תורה?
[בילד – נישט אפגעהיט] 



אויב עס איז נישט דא קיין חילוק איז דער ווערטעל נאך בעסער:

Der_Yid: Fwd:Fwd: If the bnei Yoel are like The misnacilim is the viledge like the medina....I

rebyankel » 14/12/2009 18:08

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב געדענקט מען נאך די מעשה פון פערלשטיין ביים נייעם בית החיים האט "פארמעגליך" געשריבען אויפן "קינדער פארום" וואס די ארונים גייען שרייבען קומענדיגע וואך אין בלאטע! אין מאמיש נישט צי גלייבען דער בלאט האט נאך געשריבען ווארט ביי ווארט וואס איז געשטאנען... יעצט זעמיר פון ווי דער בלאט נעמט זייער שטאף. אנהייב וואך האט מען געדארפט הילף מיט א בילד דא אין דעם אשכול. פארשטייט זיך סויף וואך האט עס דער בלאט געלייגט איפן פראנט דעקיל...


אז פארמעגליך זאגט אזוי 'מן הסתם איז זיכער אזוי געווען'
סיי וויאזוי די דערמאנסט מיך פינעם כעלעמער, וואס האט אריינגעווארפען א שטיין אינעם רב'ס פענסטער אין 'געזאגט נביאות וועסט זעהן אז די רב וועט מיר שיקען א הזמנה צו די''ת' וכך הוה דער רב האט אים גערופן צו די''ת.... ממש נביאות ווי פארמעגליך.

אין לו יהא, אז דער בלאט וועט לייגען א בילד וואס איז אויך געליגן פין פריער אויף היידפארק, נו איז ער דאך נאר א צייטונג.
אבער ווען פילאפף/טעטנבוים/גאלד/שטערן, זאלען נאכזאגען ברבים שמיציגע שטיקער היידפארק אדער שרייבען שמיציגע ארטיקלען אינעם שמיציגען אויסגעשפילטע צייטונג איז באמת א חרפה.

קושקע » 29/11/2011 00:34

גאר היסטארישע בילדער, איינער איז א מבין דערצי?
ווער זיצט דער פערדער אויפן אויוון אן? איינער וואס האט זיך געשוואוירן אין זיינע בריוון פאר פסח אז איהם אינטערסירט נישט קיין פוליטיק, ער וויל נאר אפשוינען אידן פון עסן זאלציגע חמץ,

איינער קען מיר דא ארויסהעלפן

[בילד – נישט אפגעהיט]



וואס גייט דא פאר? פארוואס נעמט מען נישט די געלט?

[בילד – נישט אפגעהיט]