סקאט האט געשריבן אין אנדערן פארום א טיף ווארט, און ס'האט מיר מורא'דיג געכאפט, און איך ווייס נאך נישט ווי מען קען עס דא לייגן, אבער קודם קאפי איך עס דא למשמרת, און מיט די צייט וועט מען טרעפן זיין ריכטיגן אשכול
איינער האט זיך אפגערעדט היתכן מען רופט זיי (בני יואל) אלס הערינג פרעסער און מקוה קראצערס
און אט איז דער ענטפער
בני יואל איז געגרינדעט געווארן און זיך אנטוויקלט, צו עפענען א דרייסטישע מרידה קעגן די הנהגה פון א אדמו"ר פון מעגליך די גרעסטע חסידות אין די וועלט און דער רב פון די שטאט, אלעס אויפן טענה אז די מנהיגים זענען א געפאר צו אנהאלטן די ארגינעלע דרך פון אלטן סאטמארע רבי ז"ל, און אז די היינטיגע מנהיגים בכלליות זענען פאלש און עבריינים, דאס איז דער יסוד פון קהילות בני יואל, און דאס ווערט רעגלמעסיג ארויסגעברענגט אין זייערע רעדעס און שרייבערייען.
צו טאן אזא קאנטראווערסיעלע שריט, דארף די סטאנדארדט פון די אנגעריפער זיין גאר גאר הויך, אנדערש האבן זיי נישט די קרידענשלס צו מורד זיין אין א קהלה, לויט די סטאנדארדט, זענען די פורשים לגבי די טענה פון 'פאלשע רביים' מיט רעכט פארעכנט פונקט ווי א מגושמ'דיגער הערינג פרעסער און פיס קראצער זאל קומען זאגן מבינות אויף די אטענטישקייט און פרומקייט פון א מנהיג.
דאס אז אנשי ר' אהרן האבן א ארגערע היסטאריע בעניני אלימות וטעראר, איז לגמרי נישט רעלעוואנט אין אונזער דיסקוסיע, ווייל אחרי ככלות הכול איז זייער פארטיי נישט נוסד אויפן יסוד פון מרידה, לכתחלה זענען זיי נוסד, אויף גדלות עצמו, און די אלע געוואלדאטן איז געקומען בדיעבד, ווען זייער טראן איז אנגעגריפן געווארן, אוואדי נישט קיין אויסרייד, אבער פארט נישט דער באגריף פון די באוועגונג.
תוקן על ידי וואלןסח ב- 13/12/2010 22:10:34