היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עדה: הרב זארגער התמנות שקר

עדה: הרב זארגער התמנות שקר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2600349

רבי_יונה » 26/3/2009 21:53

די עדה החרדית האט היינט געמאלדען אז דאס וואס דער איד שרייבט און לייגט אריין גרויסע מודעות אז די עדה החרדית האט אויפגענומען הרב ר' משה וואלף זארגער שליט"א פאר חבר הבדי"צ איז סתם א שקר.

די עדה זאגט אז מען האט געמאכט פאריגע ווואך א אפשטימעניש צו מען זאל אים אויפנעמען אלס מו"ץ פון די עדה החרדית אין בית שמש און ער זאל פירן דין תורות אין בית שמש, און דאס איז אדורך געגאנגען, אבער ר' משה וואלף וויל דאס נישט דערווייל אנעמען, נאר ער וויל ווערן א חבר הבדי"צ העדה.

אבער די עדה החרדית זאגט אז אזא זאך דארף מען עקסטער שטימען דערוועגן, און דאס וועט נישט אדורך גייין, ווייל ר' משה וואלף איז צו א ווילדער מענטש, און וועט ברענגען בזיונות פאר די עדה.

ארגינעלער » 27/3/2009 01:00

חודש ניסן ישועת בו מקיפות.

שוין דאס צווייטע מאל וואס די זאליס באנדע כאפט א פליק פין די עדה החרדית אין חודש ניסן.

דאס פרידיגע מאל וואס מען האט ארויס געוואט ר' מנשה.

פרוכטבאר » 27/3/2009 17:00

אקסן-שמוץ קען איך אויך אויפמאכן, א בריוועלע ביטע

האקאבו » 27/3/2009 19:05

דעס אז די קענסט אויף מאכן אקסן שמיצן ווייסט יעדער.
נאר ברענג די א בריוו אז ער איז יא אויף גענימען געווארן אין די עדה.

רבי_יונה » 27/3/2009 23:27

א קאפיע פון די גליון "העדה" די וואך, ווי עס שטייט קלאר אז עס איז דערווייל געוען נאר א הצעה, און אויך נאר אלס חבר מו"ץ בבדי"צ אין "בית שמש" צו פסק'נען שאלות אין בית שמש, אבער בכלל נישט קיין חבר הבד"ץ העדה החרדית.

אויך שטייט קלאר אז לעת עתה איז אפילו דאס נישט געווארן און די החלטה פונעם דיין וועט זיין הערשט נאך פסח.

אזוי אמת קוקן אויס אלע חלומות און שקרים פון דער איד.

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 27/3/2009 23:57

מען קען זיך רייסן פאר געלעכטער ווי די שוטים שרייבן אין דער איד צוויי בלעטער מיט טינופות.

גאנץ סאטמאר איז איינגעהילט אין פרייד לכבוד דעם התמנות פאר חברי הבדי"ץ.
הויך ראנגיגע דעלעגאציעס איז שוין אראפ געשיקט געווארן.
מטעם קהל יטב לב בכל אתר ואתר האט מען שוין געשיקט מזל טוב ווינטשען לכבוד חברי הבדי"ץ.
מספיד  הרב זארגער ( שמשון יענקאל'ס מחותן ) ווי גרויס אין חכמה אין קדושה ער איז.

אלעס איין גרויסע שטיק בעלאני טיפיקל בן פראדל


סופרעמעסי » 29/3/2009 06:59

אברהמעלע זארגער האט שבת געשריגן אין ראדני היתכן מען איז מבזה זיינס א קרוב אין דער איד .