היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: 82 פלייש סקאנדאל

באמבע: 82 פלייש סקאנדאל

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2600343

טראק » 26/3/2009 21:33

אין ליכט פון די וואכעדיגע בלאט ווי עס איז אויפגעדעקט געווארן אז אויך די טשיקען פלייש וואס די זאליס ניצן אין זייער בוטשער ניצט אין 82 האט מען נישט געזאלצען היי יאר מיט די שטיינזאלץ אזוי ווי רביה"ק זיע האט פארלאנגט, האבן זיך רבנים אריין געלייגט אינעם ענין און זענען געוואור געווארן א שרעקליכע זאך.

נישט מער און נישט ווייניגער אז די גאנצע זאלי טשיקען שחיטה און די בוטשער האט נישט קיין שום הכשר!!!

די רבנים האבן אנגעהויבען ארומצוריפען די זאלי דיינים פרעגענדיג וואס דא גייט פאר, אלע האבן געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט די פלייש נאר ר' ישראל חיים מנשה, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי:

לעצטענס האבן די זאליס אנגעהויבען צו נעמען טשיקן פון מאנטריאל ביי א נייע שחיטה, און זיי האבן געשריבען איבעראל אז עס שטייט אונטער די השגחה פון ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, שטעלט זיך ארויס אז זיי נעמען שוין פון די מאנטריאלע שחיטה שוין 8 חדשים, און ר' ישראל חיים מנשה איז נאך "קיינמאל",
יא איר ליינט גוט: "קיינמאל"
נישט געווען אין מאנטריאל ביי די שחיטה!!!

און ווי די רבנים האבן מברר געווען איז די מאנטריאלע שחיטה בכלל נישט קייין שייכות מיט סאטמאר שחיטה, צו נאך קומען די הוראות השחיטה ומליחה וואס די סאטמארע שחיטה באשטייט כפי פסקו פון רביה"ק זי"ע, און ווי מען זעצט איצט ביי די שטיינזאלץ אז מען האט דאס נישט געניצט, גארנישט פון די הוראות ווערן געטאן דארט, נאר עס איז א פשוטע כשר'ע שחיטה, אבער מיט א סאטמאר שחיטה קיין שייכות נישט, עס איז ווי איינער זאל עסן די מאנישוויץ מצה און זאגן אז דאס איז סאטמאר שחיטה!

און נאך מער שטעלט זיך ארויס אז אינעם בושטער סטאר אליינס אזי אויך נישט דא קיין הכשר היינט צוטאגס, דאס איז וויבאלד ר' ישראל חיים מנשה קומט שוין כמעט נישט פון יאר צו יאר אריין אין בוטשער סטאר, און א שטיק צייט האט זייין זון ר' לייבוש געזעהען די חורבן וואס זייין טאטע מאכט אן, האט ער אנגעהויבען צו גיין דארט, און ווען זיין טאטע איז געוואור געווארן האט ער אים באשייגצט פארן גיין זיך אום קוקן אין בוטשער, זייט דעמאלס גייט ער מער נישט ווייל ער האט מורא פון זיין טאטע, אלזא קיינער גייט נישט דארט, און עס האט קיין הכשר נישט.

די חורבן איז שרעקליך, אידן רייסן זיך דאס האר פון קאפ מיינענדיג אז זיי האבן געקויפט די פלייש ביי 82 ממילא האבן זיי נאר געגעסען די סאטמאר פליייש כפי רצון רביה"ק זי"ע, דערווייל שטעלט זיך ארויס לא סאטמאר ולא מהודר, סתם פלייש פון גאס האבן זיי געגעסען.

prod2 » 26/3/2009 23:41

do you know from whom they are taking in montreal-cuz i think thet in montreal evry one is taking by balz 

שפיטצער06 » 26/3/2009 23:56

אין מאנטריאל איז דא "קאנטינענטאל" פלייש. ס'האט גארנישט מיט בעלז.

אויך איז דא א פירמע אונטערן בעלות פון ר' משה פריעדמאן, (מארוויט) אבער איך ווייס נישט אויב עס איז נאך אפען זינט זיי האבן געהאט פראבלעמען מיט די יוניאן די לעצטע שטיק צייט.

ארגינעלער » 27/3/2009 00:57

ר' משה פריעדמאן איז זיין פין הרב החסיד ר' שלמה אהרן שליט"א מחושבי חסידי סאטמאר
 ניו יארק

הבדלה_מנין » 27/3/2009 04:24

 

איך האב געהערט נאכזאגן פון רבי אהרן ט"ב (געוועזענער קרית יואל'ער רב), א מורא'דיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט ער מדייק געווען אויף די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.

האט רב אהרן מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאגט פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.

אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מותר אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טרעפט עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייזט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע טעם פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס סיבה א פארוואס די זאך איז אסור.

מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים אז ער איז נישט גערעכט נאר פארקערט ס'מותר, איז ער צופרידן אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור, אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, דאס מיינט סופה להתקיים עס בלייב איין טעם פאר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין איסור.

ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען מען ווייזט זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועלן זיי טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.

איך מיין אז דא ביי די 82 פלייש קען מען עס זעהן בחוש, ווי די ארונים קומען אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די פלייש איז נישט גוט, אדער מ'קען עס נישט נוצן פאר פסח, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער דער זאלץ איז פון דעס און יענס,  באלד וועלן זיי זאגן אז עס נישט כשר. מיט אלע שטותים און ליגענטס.

ארגינעלער » 27/3/2009 04:34

ווי למשל אריזאנע ווייץ
מען זיכט א תירוץ פארוואס ס'איז אסור

מבקש_האמת » 27/3/2009 05:20

ארגינעלער איז דאך אזוי גערעכט.

גלייבט מיר בנאמנות ווען כ'האב אנגעהויבן ליינען די תגובה האב איך נישט געכאפט ווער דער שרייבער איז, און כ'האט נישט געהאט קיין ספק פאר א רגע אז ס'גייט זיך ענדיגן מיט אריזאנע ווייץ.

לענינו של אשכול, ס'איז באמת נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן איבער די מעשה, און יעדעס ווארט וואס איך אלס אהרוני וועל זאגן איז אויטאמאטיש אפגעפרעגט.

איין זאך איז קלאר, ווער ס'קען עסן פלייש מיט א השגחה פון א איד וואס איז ל"ע נישט בקו הבריאות, און פארלאזט זיך אויף עמיצן וואס האט קיינמאל נישט גענומען קיין אפיציעלע אחריות דערויף, זאגט עס זייער אסאך אויף זיין שטאנד אין אידישקייט.

פרוכטבאר » 27/3/2009 16:00

גראדע האב איך פאריגע וואך געזעהן ר' לייבוש אריינגיין אין בוטשער.

בערל550 » 27/3/2009 16:37

האסט געכאפט דעם טאטער.....
יעצט קענסטו שוין ראויג קויפען דארט די טשיקען וואס איז נישט פון קיין סאטמארע שחיטה, ווייל ר' לייבוש אליינס האט דארט געקויפט א פעקל ווירשטלעך.

פרוכטבאר » 27/3/2009 16:41

ער האט גארנישט געקויפט, ער האט זיך אומגעקוקט צו אלעס גייט כשורה.

האקאבו » 27/3/2009 19:11

איך האב געזעהן ר' יושע באנדא  אויך אריין גיין אינעם בוטשער

מיינט דעס עפעס ?

טראק » 27/3/2009 23:56

און איך האב געזעהען פאריגע חודש אריינגיין די הרבנית דיין'טע אין בוטשער...

אבער ר' ישראל חיים מנשה האט מען נישט געזעהן אריינגיין נישט פאריגע וואך און נישט פאריגע חודש, און אפשר נישט היי יאר און נישט פאריגע יאר.

און נישט אין מאנטריאל און נישט אין בוטשער סטאר.

צענדליגער אידן האבן שוין צוריק געשיקט און געקענסעלט זייערע ארדערס וואס זיי האבן געמאכט ביי 82 ביז היינט, מענטשן האבן אנגעריפען ר' ישראל חיים מנשה דערוועגן וואספארא זאלץ מען ניצט? ער האט נישט געהאט קין אהנוג, און ער האט געזאגט פאר יעדעם כל טוב איך קען נישט רעדן דערוועגן, קיין איינער פון די זאלי דיינים אין ווילי האט נישט קיין ענטפער וואספארא זאלץ מען ניצט, און וואס פארא שחיטה די מאנטריאלע שחיטה איז, און ווער עס גיט די הכשר אפען בוטשער וכו'.

מענשטן שטוינען און זענען שאקירט אויף די שרעקליכע כשרות הפקרות וואס קומט פאר אין 82, און לויט ווי עס קוקט אויס האלט מען נאך ביים שפיץ בארג.

איין זאך איז זיכער אז 82 האט א הכשר ווי משה פינקל האט געהאט.

רבי_יונה » 29/3/2009 05:43

שבת איז דאס געוועען די שמועס אין די גאנצער שטאט.

איך הער אז איינער איז אריין געומען שבת צופרי אין ביהמ"ד ביים דיין ביים ליינען און אנגעהויבען צו פארפירען וועגן די פלייש, און נחמי' קרויס האט אים ארויסגעפירט מיט בזיונות.

highliter » 29/3/2009 20:08

נאר פאר וועם עס אינטערעסירט !
ביי דע פירמע פין מארוויד אין מאנטריאל שעכטען אסאך ערליי שוחט'ם
עס איז איינגעטיילט דע טעג מיט דע השגחות יעדער לויט זיין באגער
דע פלייש וואס ווערט פארקויפט ביי קאנטינענטאל איז אינטער דע השגחה פין ר' משה מנחם טירנויער שליט"א אין ער האט זייער חשובע משגיחים וואס זענען באמת מומחים אין דעם פעלד , אין דע זעלבע משגיחים זענען דארט ווען מען מאכט דע עקספארטירטע טשיקען.

טאטלע » 29/3/2009 20:18

פיין דעמאלטס זאלען זיי שרייבען אז די שחיטה איז אינטער ר משה מנחם טירנויערס הכשר אין נישט ר מנשהס

טראק » 29/3/2009 20:43

1 אז די הכשר איז פון ר' משה מנחם דעמאלס זאלן זיי שרייבען אז עס איז זיין הכשר, און נישט שרייבען איבעראל אז עס איז אונטער ר' מנשה הכשר, און אז ר' משה מנחם גיט די הכשר זאל ער שרייבען א בריוו אז ער גיט די הכשר.

2 די אישוי איז אז די פלייש וואס ווערט געמאכט אין מאנטריאל האט בכלל נישט די סאטמארע חומרות עס איז סתם כשר פלייש, און די זעלביגע פלייש גייט צו 82.

3 אין מאנטריאל ניצט מען קיינמאל נישט קיין שטיינזאלץ פאר די פלייש, נישט נאר יעצט אויף פסח נישט, נאר א גאנץ יאר נישט.

4 באלד וועסטו מיר קומען זאגן אז ר' משה מנחם גיט די הכשר אויף 82 אויך..

האקאבו » 30/3/2009 01:01

טייערע יודען עטץ זאלטס מיר אלע מוחל זיין,מען האט אנגעהויבן מיט 82 אין דערווייל איז מען מוציא לעז אויף צוויי מאנטריאלע היימישע שחיטות  על לא דבר.

ס'איז נישט יושר, די שחיטות זענען מהדרין מן מהדרין אין מען איז מקפח יודישע פרנסות
איינס איז גאר א היימישער סאטמערער יונגערמאן אין מען מאכט אוועק זיין שחיטה אלעס וועגן פאליטיק, ס'איז ממש א רשעות שאין דגמתו.  

מנהלים דעס טאר נישט צי געלאזט ווערן .

טאטלע » 30/3/2009 01:48

האקאבו איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישט גיט איך האב נאר געזאגט אז זיי מיזן דאס איימעלדן פאר זייער קאסטומערס אז עס איז נישט ר מנשס הכשר נאר ר משה מנחמס הכשר

אין טוישען פין שטיין זאלץ איז נישט קיין שים פראבלעם אבער אז זייער קאסטומערס עסען זייער פלייש וויסענדיג אז מען האט עס געזאלצען מיט שטיין זאלץ אין דערווייל איז עס נישט איז א עוולה
ספעציעל אויף פסח זענען מענטשען מקפיד אז עס זאל זיין אויסגעהאלטען

טוישען א פלאטץ פין ווי מענעמט פלייש אין טוישען א בעל מכשיר  אן עס מעלדען זאגט אסאך אויפען קוואליטי פין שי זאלי קאמפאני 

פנחס_מיילך » 30/3/2009 02:41

האקאבו, סארי פארן זיך אריינמישען, אבער זיי מיר מסביר פארוואס אויף די זאליס מעג מען יא רעדן און אויף סתם א מאנטריאלער שחיטה נישט?
אויב סאיז ליגענט טאר מען נישט זאגען, אויב סאיז אמת מעג מען אלעס זאגן. עולות ביי אהרניםן זענען אויך עולות

האקאבו » 30/3/2009 04:06

פנחס מיילך די מיזט פארשטיין אז דער סאטמאר רב זי"ע האט געהאט אסאך חומרות וואס ער האט ארויף געלייגט אויף זיין קהילה, אין פארשטייט זיך אז רוב וועלט אז מען פירט זיך נישט אזוי מיט אלע זיינע חימרות איז גארנישט.
 ער האט דאס אויס דריקלך פארלאנגט נאר ביי זיך.צי דאס איז ביי מצות,עירוב מקוה וכדו.  
שטיינזאלץ איז א חימרא וואס ער האט ביי זיך איינגעפירט, אין רוב שיחטות ניצט מען אנדערע זאלץ.

יעצט אז זיינס א שחיטה פאלגט נישט זיינס א ההוראה קען מען האבן טענות
אבער גיין ארום לויפן אין די וועלט אין פארלאנגן זיינע חימורות פין יעדן אויב נישט גייט מען זיי בארעדן
איז א טיפשות אין א רישעות.

טראק » 30/3/2009 04:25

קיינר פארלאנגט נישט אז אלע שחיטות אין די וועלט זאלן ניצן שטיינזאלץ, און קיינער זאגט נישט אז די מאנטריאלע שחיטה האט עפעס א פראבלעם.

די מאנטריאלע שחיטה איז כשר וישר.

אבער סאטמארע חסידים ווילן עסן פלייש וואס איז געזאלצען געווען מיט די שטיינזאלץ וואס רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט, און די זעלביגע איז מיט די אנדערע חומרות ביי פלייש וואס רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט, אלזא קומט 82 און שרייבט איבעראל איז מיר האבן די "סאטמאר פלייש" וואס איז געמאכט געווארן אלע חומרות וואס רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט.

דאס איז א פוסטער שקר!

און דאס ברויך מען ארויסברענגען אז די פלייש פון 82 איז נישט קיין סאטמארע שחיטה, און פונקט ווי א סאטמארע איד קען אפשר עסן מאנישעוויץ מצה צו קרעסטירער מצה וואס איז כשר וישר, אבער דאס איז נישט וואס רביה"ק זי"ע האט געוואלט, און עס האט נישט זיינע חומרות. 

צביהירש » 30/3/2009 05:23

לכבוד אלע שרייבערס וועלכע זענען אינגאנצן אומבאקאנט מיט די היסטארי און די פרשה פון די שטיין זאלץ.
רבינו הק' זי"ע דער בעל ויואל משה ז"ל האט ביי א אסיפה פון די התאחדות הרבנים דא אין ניו יארק אויפגעפאדערט אז מ'זאל ניצן די ארגינאלע שטארקע זאלץ וואס איז נישט פעזטורייזעד. די שארפע זאלץ בשעתה איז געוועהן די שטיין זאלץ וואס די פאבריקן רופן היינט מיט'ן נאמען פרעצל זאלץ. איך בין פערזענליך געוועהן אמאל אין די פאבריק אין סיי די התאחדות סיי די אנדערע בעלי הכשרים קענען דארט זייער גרינג אריין גיין. מ'קען זעהן די גאנצע סדר פון ארויף ברענגען די זאלץ ביז נאכ'ן פארפאקן. דער זאלץ האט רביה"ק געניצט פאר זיין אייגן געברויך אין שטיב. און דאס האט מען געניצט אין בוטשער די ערשטע יאהרן.
ווען דער דאמאלסדיגער סיגעטער רב, שפעטר געווארן דער בעל בירך משה ז"ל צוזאמען מיט זיין שוואגער דער באטורער רב ז"ל האבן בשעתם געגעבן די הכשר אויף מיעל מארט, האבן זיי מתיר געוועהן צו ניצן די אנדערע זאלץ וועלכע ווערט פעסטורייזעד ווייל אסאך רבנים ובתוכם דער בעל בירך משה האבן געהאלטן אז ס'איז אויך גענוג גוט.
יעדער קען זעהן די תשובה פון קאפיש'ר רב ז"ל אין משנת יעקב ווי ער ברענגט אראפ די מיינונג פון רביה"ק איבער די זאלץ.
למעשה זענען רוב בוטשערס געבליבן מיט די פעסטורייזעד זאלץ, און אזוי אויך די פלייש וואס איז געזאלצן געווארן ביי מיעל מארט און די עופות ביי וויינלאנד. די בעלי מכשירים האבן נישט געקאנט אדורך ברעכן אז די שלאכט הייזער און האלסעילערס זאלן זיך האלטן צו די חומרא פון ניצן שטיין זאלץ ווייל ס'האט געהאט עטליכע פראבלעמען ביים זאלצן. ערשטענס אז די זאלץ ווערט שטארק נאס ביים ניצן און ס'ווערט אוועק געווארפן דערפון אסאך זאלץ, אויך האט מען געהאט פראבלעמען מיט די אינספעקטארס. ועוד כמה סיבות.
 דעריבער האט מען אין בוטשער סטאר אליין יא געקענט כשר מאכן מיט שטיין זאלץ, אבער אין די האלסעלערס מארקעט האט מען נישט געקענט.

אויב איז יעצט דא א הידור אז די בית השחיטה בקרית יואל נישט יא די מהודר'דיגע שטיין זאלץ, איז דאס א גרויסע זאך, אבער די אינגערמאן, דיין טאטע און מאמע, דיין כ"ק אדמו"ר שליט"א און אזוי אויך דיין אייגענער קערפער איז אנגעגעסן פון פלייש און עופות וואס מ'האט רוב יאהרן געזאלצן נישט מיט שטיין זאלץ.
נעקסטע פרט. ס'איז דא מהודר'דיגע זאלץ פון ים וואס איז פונקט אזוי כשר ווי שטיין זאלץ אויב ס'ווערט נישט ארויס גענומען די שטארקע זאלץ כוח, נאר ס'איז נישט אזוי ביליג דא אין אמעריקא. 

געגאנגען » 30/3/2009 07:29

צביהירש, זארג זיך נישט, מיר זענען נישט קיין בהמות וואס גייען יעצט אנהייבן צו פרעגן די עדים אונטער די חופה אויב זיי נוצן פלייש געזאלצן מיט שטיין זאלץ.

אבער דא איז די רעדע פון די קארופציע און אומגלויבליכער הפקירות וואס ווערט פארדעקט דורך די זאלי קאמפאני, וועלכע האבן ביז היינט געשריגן אז אויב ס'איז דא אן עולה דארף מען ארונטעררייסן אפילו די אייגענע מנהיגים.

דא איז די רעדע פון אויספאפן דעם קאסטומער, פון ליגנט זאגן פאר אידן מדקדקים בכשרות וועלכע ווילן דוקא יא נוצן די דאזיגע זאלץ, און זיי זענען דערפאר מקפיד צו קויפן פלייש אין אן א.ג. 'סאטמארע' בוטשער, און יעצט שפירן זיי זיך ווי אפגעגאסן מיט א טאפ זאלץ וואסער נאכן הערן אז ביי זייער סדר טיש וועלן זיי נישט האבן די זכי' צו נוצן דאס בעסטע וואס איז פאראן, אלעס דערפאר וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף א השגחה וואו קיינער נעמט נישט קיין אחריות.

און די וויכטיגסטע שאלה איז:

וואס נאך גייט דארט פאר אונטער די קוליסן אויף וואס קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און מ'לאזט עס איבער פארן "עולם כמנהגו נוהג"?!

טראק » 30/3/2009 17:13

1 דאס אז רבנים און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האבן געלאזט ניצן אנדערע זאלץ ביי מיעל מארט פלייש און וויינלאנד, איז געזאגט געווארן נישט ביי די סאטמארע שחיטה, דארטן האט מען געניצט נאר שטיינזאלץ כפי הוראת רביה"ק זי"ע,

2 מרן בעל ברך משה האט געגעבען די הכשר אפען קרעסיטער מצה בעקעריי, דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז סאטמארע מצות כפי הוראת רביה"ק זי"ע.

3 און יעצט אויף פסח וואס אידן זענען גאר שטארק מחמיר און ווילן נאר פלייש וואס איז געזאלצען כפי הוראת רביה"ק זי"ע, און דאס אז מען דערציילט נישט דעם עולם אז די פלייש איז נישט געזאלצען כפי הוראת רביה"ק זי"ע ווייזט אז די גאנצע הכשר טויג נישט.

רבי_יונה » 31/3/2009 20:56

זאגט מיר א חבר היינט מען האט זיך געבעטן ביי ר' ישראל חיים מנשה אז אזוי ווי די גאנצע גאס שטיקט, און זיין הכשר האט געפלאצט, זאל ער צו נעמען די זאלי ועד הכשרות וואס זאל אנהייבען געבן א הכשר אויף 82, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, און ער איז גאר געווען שרעקליך גערעגט אויף די פארשלאג.

טראק » 2/4/2009 04:35

לויט ווי איך הער האט מען אין מאנטריאל געזאלצען די פלייש מיט א זאלץ וואס האט נישטאמאהל אן הכשר.

highliter » 2/4/2009 23:48

ר' טראק
במחילת כבודך , ביסט סתם א מוציא לעז

איך ווייס פאר א פאקט פין ווי דע זאלץ קומט אין ווער ס'איז דער משגיח.
אין איך זאג דיר אז דע זאלץ איז 100% כשר.

טראק » 3/4/2009 08:13

1. די זאלץ קען זיין און איז מסתמא כשר.

2. אבער עס האט נישט קיין הכשר, אדרבה אז די זאגסט אז עס האט א משגיח, נו לאמיר הערן די נעמען ווי אזוי הייסט די בעל מכשיר און משגיח?

3. עס איז פשוטע זאלץ וואס א סאטמארע איד ניצט נישט אויף פסח.

4. עס איז א פשוטע זאלץ וואס רביה"ק זי"ע האט נישט געלאזט ניצן א גאנץ יאר.

רבי_יונה » 4/4/2009 01:08

איך האב אויך געהערט אז די מאנטריאל פלייש איז געזאלצן מיט סתם זאלץ, אפילו נישט מיט די סי זאלץ, נאר מיט פלענע פשוטע זאלץ.

Isacmandel » 5/4/2009 16:27

אדרבה לאמיר הערן ווער איז דער בעל מכשיר דארט אין מאנארעאל אויף די זאלץ?