היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אויפדעק אין בלאט: זאליס זאלצן מער נישט מיט שטיין-זאלץ

אויפדעק אין בלאט: זאליס זאלצן מער נישט מיט שטיין-זאלץ

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2600230
בלאט: 1 2

יודלע » 26/3/2009 18:06


ווי ס'איז ידוע האט כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געהאט א קפידה אין איינגעפירט אז מען זאל מאכן די מליחה אויף פלייש אויסדרוקליך נאר מיט שטיין-זאלץ, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס איז די מערסטע מהודרר ומוכשר ארויסצוציען דאס בלוט פונעם פלייש. ווייל דאס איז דאס מערסטע נאטורליכע זאלץ, וכו'.

לויט ווי עס איז יעצט אויפגעדעקט געווארן האבן די זאליס, אזוי ווי התאחדות האט היי יאר נישט געמאכט קיין זאלץ אויף פסח (זייער זאלץ איז געווען פין שטיין-זאלץ), האבן זיי משנה געווען אין נישט געזאלצן זייערע פליישן היי יאר מיט קיין שטיין-זאלץ נאר מיט סי סאלט פין א"י וואס האט די השגחה פון בד"ץ, וואס דאס איז קעגן די הוראת וקפידת רביה"ק זי"ע.

ווי פירט ער אויס דארט, אז יעצט קען מען שוין רואיג טוישן דעם השגחה סיין פון זייער בוטשער פון "ממליחה ואליך" אויף ממכירה ואילך"  

פאטאקי08 » 26/3/2009 18:25

וואס הייסט זיי התאחדות האט נישט געמאכוט קיין זאלץ היי יאר?
סאיז בכלל נישט דא קיין פסחדיגע התאחדות זאלץ היי יאר צו קויפן??

יודלע » 26/3/2009 18:43



ניין התאחדות האט היי יאר נישט פראדוצירט קיין זאלץ אויף פסח,

זיי גייען פארקויפן וואסער זאלץ אויף פסח וואס איז געמאכט אין א"י אונטער די השגחה פין בד"ץ קען זיי גייען אליין אויך צי לייגן זייער לעבל כיהודא ועוד לקרא, אבער די שטיין זאלץ פון וואס זיי פלעגען מאכן א יעדע יאר זייערע זאלץ אויף פסח האבן זיי נישט געמאכט היי יאר.

פלונימבפ » 26/3/2009 18:59

דער בד"ץ זאלס איז כאטש בעסער צומאלן??.....

Isacmandel » 26/3/2009 19:19

הייסט היי יאר איז נישטא קיין שום ענין צו קויפן התאחדות זאלץ?

יודלע » 26/3/2009 19:43


צי היי יאר איז דא א ענין צי קויפן התאחדות זאלץ ווייס איך נישט

אבער צי קויפן פלייש פין די זאליס היי יאר טאר א סאטמארע חסיד זעכער נישט.

זשוליאני08 » 26/3/2009 21:54

די פענטעסטיק עד איבער התאחדות זאלץ

התאחדות האט נישט פראדוצירט קיין זאלץ, פענסטעסטיק האט אבער אין סטאק פון א יאר צוריק

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 27/3/2009 01:07

יעצט הער איך אז די זאליס גיין ברענגן ערד פין אריזאנע וואס ס'איז געזאלצן כפי הראתו פין חכם מכל אדם ר' יואליש מארגענשטערן,אין מיט דעם זאלצן די פלייש.  

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/03/2009 3:51:55

הבדלה_מנין » 27/3/2009 04:19

איך האב געהערט נאכזאגן פון רבי אהרן ט"ב (געוועזענער קרית יואל'ער רב), א מורא'דיגע פשט אויף די משנה אין אבות (ה, טז), כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקיים. ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים. האט ער מדייק געווען אויף די לשון ספוה להתקיים וואס איז די פשט להתקיים, אין נאך מער וואס איז די גרויסע זאך אז כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים, ס'איז דאך אסאך בעסער אז עס בלייב נישט.

האט רב אהרן מסביר געווען, אז ווען איינער טוט עפעס לשם שמים, אין זאגט פאר איינעם אז מ'טאר נישט טוהן די אין די זאך ווייל ס'איז אסור, אין יענער ווייזט אים אויף א ס'איז מותר אין אפשר אויך גאר אז עס איז א מצוה, וועט ער טאקע איין זעהן אז יענער איז גערעכט וכו'.

אבער די דרך פין בעלי מחלוקת וואס מיינען נישט לשם שמים נאר זיך, אין זאגן אויף א זאך ס'איז אסור ווייל מ'האט א שנאה צו דער וואס טוט עס, אפילו אויף א זאך וואס איז מותר אדער אפשר גאר א מצוה, אין מען טרעפט עפעס א סיבה פארוואס ס'זאל זיין אסור, אבער נאכדעם ווייזט מען אים אויף אז ס'איז נישט אמת נאר פארקערט, וועט ער קומען מיט א צווייטע טעם פארוואס ס'איז אסור, אין אויב וועט מען ווייטער אים אויף ווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער טרעפן א אנדערע סיבה פארוואס די זאך איז אסור, וכו' וכו', וויפיל מען וועט אויפווייזן וועט טרעפן נאך עפעס סיבה א פארוואס די זאך איז אסור.

מיט דעם האט ער מפרש געווען די משנה כל מחלוקת שהיא לש"ש סופה להתקיים, ווייל ער מיינט נאר דעם באשעפער אין אויב ווייזט מען אים אז ער איז נישט גערעכט נאר פארקערט ס'מותר, איז ער צופרידן אין ער זאגט מער נישט אז עס איז אסור, אין ער דארף נישט זוכן נאך עפעס א טעם ער זאל קענען זאגן אז ס'איז אסור, דאס מיינט סופה להתקיים עס בלייב איין טעם פאר וואס ער האט געהאלטן אז עס איז דא א איסור, אין אויב ס'איז נישט דא די טעם איז נישט דא קיין איסור.

ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים, ווייל ביי זיי איז די זאך קודם אסור, אין נאכדעם וועט מען זוכן פארוואס עס איז אסור, אין ווען מען ווייזט זיי אויף אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, וועלן זיי טרעפן א נייע סיבה, וכו' וכו'. וועגן דעם איז עס אינה סופה להתקיים ווייל מען דארף זוכן א נייע סיבה פארוואס עס איז אסור יעדע שטיק צייט. עכ"ד הנחמדים.

איך מיין אז דא ביי די 82 פלייש קען מען עס זעהן בחוש, ווי די ארונים קומען אויף יעדן טאג חדשים לבקרים מיט נייע טעמים פארוואס די פלייש איז נישט גוט, אדער מ'קען עס נישט נוצן פאר פסח, אדער ס'איז נישט מהודור, אדער דער זאלץ איז פון דעס און יענס,  באלד וועלן זיי זאגן אז עס נישט כשר. מיט אלע שטותים און ליגענטס.

פרוכטבאר » 27/3/2009 16:12

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט הער איך אז די זאליס גיין ברענגן ערד פין אריזאנע וואס ס'איז געזאלצן כפי הראתו פין חכם מכל אדם ר' יואליש מארגענשטערן,אין מיט דעם זאלצן די פלייש.  


די זאליס זענען ממש סטאק מיט הרב מארגנשטערן....
אפשר ווייסט איינער פון וואו די זאליס קענען אויפפיקן א ר' שלמה זאבעל?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/03/2009 3:53:18

טאטלע » 27/3/2009 18:38

פרוכטבאר

סאיז נישט אמת אז ענק ניצען נישט קיין שטיין זאלץ ?

סאיז נישט אמת אז ענקער פלייש קימט פין מאנטריאל אין האט די הכשר פין  ר משה מנחם אין נישט פין ר ישראל חיים מנשה ?

סופרעמעסי » 29/3/2009 07:00

וואלוויש קויפמאן האט צוריק געשיקט זיין גאנצען ארדער פלייש

האקאבו » 30/3/2009 01:12


די פאשקעווילן איז געווען שבת פארפלייצט אין ראדני,קליימער ,ראטליזש

[בילד – נישט אפגעהיט]

טראק » 30/3/2009 04:27

היינט איז געווען אויף דבר יום ביומו אן עד פון די בני יואל ווי זיי שרייבען אז ביי זיי קען מען באקומען שטיינזאלץ כפי הוראת רביה"ק זי"ע.

האט איינער א קאפיע דערפון?

האקאבו » 30/3/2009 04:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

הבדלה_מנין » 30/3/2009 06:19

אן ענליכער פאשקעוויל צו דאס וואס איז געווען שבת פארפלייצט אין ראדני,קליימער ,ראטליזש


[בילד – נישט אפגעהיט]

Isacmandel » 30/3/2009 06:41

ס'איז דא א תשובה פון קאפישער רב זצ"ל ווי ער שרייבט איבער די תקנה פון רבי'ן זי"ע פון נוצן דייקא שטיינזאלץ. דאס מאכן ליצנות איז גוט פאר פורים אבער נישט ווען אידישע קינדער ווערן ליידער פארפירט מיט כשרות רח"ל.

highliter » 31/3/2009 01:18

הבדלה

איך וועל דיר ענטפערען אויף דיין דזשאק

דע מצות ווערען נישט פארקויפט מיט א פאלשען הכשר , אין ביידע בעקערייען קען מען זיך וועלען פין וועלעכע מעהל מען וויל
אין דער נאמען פינעם בעל המכשיר איז אויפגעשריבען קלאר , אין מען קען עם פרעגען סיי וועלעכע פראגע מען האט וועגען דע מצות
משא"כ ווען מען נעמט א "נעם ברענד" אין מען לייגט אריין אנדערע סחורה איז עס עכט גניבת דעת [ פראד בלע"ז ]
זיי האבען געמעגט משנה זיין דע זאלץ , אבער זיי א מענטש [וואס מיינט דאס?] אין לאז וויסען דעם עולם ,
מען טיט נישט אזעלעכע זאכען בגניבה

איך האפף אז יעצט קענסטי שוין מאכען הבדלה   פארשטאנטא ?

monroe06 » 31/3/2009 17:32

פון דבר יום ביומו:

צו באקומען USA שטיין זאלץ כשר לפסח בהשגחת הרב משולם פאלאטשעק שליט"א, ביי
387-9227 Goldberger fruit store

נסיעהסז » 31/3/2009 18:38

דער דעברעצינער רב שרייבט אז סאטמר רב אסר'ט פאר זיינע חסידים אלע אנדערע זאלץ


רבי_יונה » 2/4/2009 19:59

אין דער בלאט איז דא א 4 בלעטער איבער די שטיינזאלץ.

דער בלאט מאכט א מעכטיגער דזשאב, און צייגט אויף קליפ און קלאר אז רביה"ק זי"ע האט געלאזט ניצן נאר שטיינזאלץ, און ער איז געגאנגען אין פייער דערפאר.

אין די זאליס האבן דא געמאכט א שרעקליכע שינוי.

קען איינער אריין סקענען דא דער בלאט?

אין דער איד איז די עדיטאריאל דערוועגען ער פרובירט מיט אייזענע קייטן נישט צו רעדן קלאר איבער די שטיינזאלץ, ער זאגט נאר אז די אהרונים וואס גייען אין קארט ווילן פארטישען די מוחות מיט הכשרים פראבלעמען.

אבער איבער די שטיינזאלץ אליין איז ער שא שטיל, ווייל ער האט באמת נישט וואס צו ענטפערן, נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט ביי די מעשה, און חטאתי עויתי פשעתי קען ער נישט טאן, און דערווייל וועט ער ווייטער פיטערען די זאליס מיט פלייש וואס איז געזאלצען געווארן מיט פלענע זאלץ אדער מיט וואסער זאלץ וואס איז נגד פסק רביה"ק זי"ע.

טראק » 7/4/2009 07:40

אין 82 בוטשער האט געהאנגען א צעטיל אז זיי ניצן נישט קיין שטיינזאלץ ווייל עס פעלט מער נישט אויס כפי הוראת הראב"ד, און מען ניצט די סי זאלץ (עס שטייט נישט אז עס קומט פון א"י) וואס איז פונקט אזוי גוט ווי שטיינזאלץ.

איינער האט א קאפיע פון די צעטעל.

מיין קאשי איז אויך פארוואס האבן זיי עס נישט אריינגעשטעלט אין דער איד.

אויך הער איך אז ר' ישראל חיים מנשה ווען מען קאלט אים וועגן די שטיינזאלץ ענטפערט ער נישט נאר ער האקט אראפ דעם טרייבעל.

רבי_יונה » 8/4/2009 20:54

דער בלאט די וואך דעקט אויך נאך א שרעקליכע זאך.

אז די זאליס מאכן נישט אויף די טשיקענס פארן זאלצן אזאך וואס רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט, און געהאלטען אז טאמער מען עפענט עס נישט פארן זאלצן איז עס א חשש טריפה.

טראק » 23/4/2009 20:14

"דער בלאט" האקט שטיקער היינט נאכאמאל וועגן די שטיין זאלץ.

קען עס איינער אריינסקענען?

וויינשטאקל » 24/4/2009 00:09

לפע"ד איז די גרעסטע באמבע די וואך אין בלאט דעם גילו דעת פון רש"ל וויינבערגער וואס ער האט געגעבן אויף די שטיגן פונעם פאיער ביהמ"ד נאך קידוש החמה (ווי עס שיינט האט נישט געזשוינט דעם טריליאנינו ביי רז"ל...) אז נישט ער און נישט זיינע קינדער עסן 82 פלייש צוליב די חששות וואס זענען דא דערביי!

העלד » 24/4/2009 01:08

שמואל ווידער האט געזאגט דעם חול המועד אז
"ווילאנג דער דאראגער לויפער וועט נישט סטאפן זיין מערכה
אקעגן די אריזאנע ווייץ וועל איך נישט אויפגעבן די שטיינזאלץ מערכה"

די אנוועזענדע אהרונים האבן אלע געגעבן גערעכט פאר איהם מיט די טענה אז עס דארף גיין
א פאטש פאר א פאטש!!!

עס איז דער וואונטש פונעם ציבור אז דער הערליכער מלחמתה של תורה זאל ווייטער ברענען
מען זאל זיך ווייטער קענען האלטן ביי די זייטן פון די צוויי גאונים אדירים מיט זייערע הערליכע ארטיקלען

חזקו ואמצו

דעקלעראציע » 24/4/2009 01:13

ווי אזוי זאגט דער משכיל בלומנפעלד " מען קאנטרעלירט די מוחות "

וויינשטאקל » 24/4/2009 04:15

עס וועט זיין אינטערעסאנט צו באבאכטען ווער עס וועט געווינען די מלחמה דער לויפער פון דאראג צו שמואל ווידער, זיי האבן ביידע א פרינטינג!!!

רבי_יונה » 25/4/2009 00:23

די מיינסט צו זאגן.

עס וועט זיין אינטערעסאנט צו באבאכטען ווער עס וועט געווינען די מלחמה מרן רביה"ק זי"ע וואס האט פארלאנגט צו ניצן נאר שטיינזאלץ, צו ר' ישראל חיים מנשה וואס לאזט אלעס ניצן, און טרערט נישט אריין אין בוטשער וכו', אבי נאר צו באקומען זיין טשעק געפרינט!!!

וויינשטאקל » 25/4/2009 02:15

יא יא! דאס האב איך טאקע געמיינט איך האב מיך פשוט נישט גוט אויסגעדרוקט...

טראק » 27/4/2009 04:48

דער בלאט מאכט על המילה אויף וויינבערגער און באגיסט אים מיט זאלץ...

בענאנע » 5/5/2009 09:17

עס דריקט מיר נאך אלץ אויפען געדאנק, וואו זוי איינער אדווערטייזט זיך אז די הכשר איז נאר ממליחה ואילך, און טאקע מיטען מלוחה אליין זענען זיי נישט באגלייבט, עס לייגט זיך נישט אויפען שכל, אפשר דארף מען זיין א זאלי אז אזא זאך זאל אריינגיין אין מוח?

רבי_יונה » 5/5/2009 20:10

טאמער ער וואלט נאך געארבעט אין פאסט אפיס וואלט ער געשריבן מסטעמפ ואילך...

רבי_יונה » 8/5/2009 04:42

דער בלאט די וואך פרשת אמור שמייסט ווייטער שטיקער וועגן די שטיין זאלץ.

באלאנד » 10/5/2009 12:32

און וואס האט עטס דערפון?

ווערץ » 11/5/2009 03:38

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און וואס האט עטס דערפון?

כאפ א רייזע צום בית השחיטה העסטו מיר זאגען וואס אונז האמיר דערפון,

טאטלע » 13/5/2009 22:13

די בית השחיטה האלט ביי     18000    טשיקענס א טאג  

באלאנד » 13/5/2009 23:50

אלעס מיט די השגחה פון רבי געציל? פון וויפיל טשיקענס האט ער אראפגענומען דאס הכשר?

טאטלע » 14/5/2009 00:09

באלאנד

עולם גולם עסט אבער ווייטער דווקא נאר די שחיטה אפילו ר געציל נעמט אראפ זיין הכשר אין גאנץ כלל ישראל ווייסט דערפין עסן זיי ווייטער נאר דאס 

אזאנע ליידיגייערס דאס

ביי די וועי גייט מען עס בקרוב דאפלען אויף 36000 טשיקענס א טאג  

באלאנד » 14/5/2009 00:31

און איך וועל נישט זיין סורפרייזט אויב די וועסט מיר מעלדן אין 4 וואכן ארום אז מען שעכט שוין 100,000 טשיקענס, ווייל דער כח הדמיון ארבעט ביי ענק געוואלדיג, אין ווי די רופסט זיי עולם גולם וואס גלייבט נאך ווייטער.

גוטזאגער » 14/5/2009 00:34

מליחה ואילך ארבעט זייער גוט -  (אין די גוי'אישע וועלט)...
הידור און זהירות ארבעט זייער גוט אין סאטמאר.

פלץ יפלצן.

באלאנד » 14/5/2009 00:37

מיר האבן כאטשיג א הכשר ממליחה ואילך די אהרונים האבן דאך בכלל נישט קיין הכשר.

טאטלע » 14/5/2009 00:53

באלאנד האסט גיט ציגעטראפן די ציל איז אנציקימען ביז הינדערט טויזנט טשיקענס א וואך 

באלאנד » 14/5/2009 01:02

ווען עס וועט וואקסן האר פאר מאיר הירש אויפן פלאץ ווי עס וואקסט פאר יעקב מאיר פערנץ דעמאלס וועט עטס האלטן ביי 100,000 טשיקנס.

טאטלע » 14/5/2009 01:08

פלאצן זי צוויי

בערל550 » 14/5/2009 05:04

כ'האב פאר ענק נייעס... באלאנד די זיצט???? מ'שעכט שוין היינט בערך 40,000 הינער א טאג!!!

באלאנד » 14/5/2009 07:12

בערל איך וועל דיר זאגן דעם אמת אז אויף אזא באמבע האב איך מיך נישט גערישט, איך האב געמיינט אז עס וועט נאך נעמען 2 וואכן ווילאנג צו ציפערן וועלן זיך הייבן, אבער אזוי שנעל?!

בערל550 » 14/5/2009 16:13

די באמבעס לאז איך פאר די זאליס מיט משה גבאי,
אבער אין ק"י בית השחוטה המהודרת (דארט ווי ס'איז געווען די ביזנעס דיסיזשען צו מאכען די שטיינזאלץ שטינק,) שעכט מען היינט צוטאגס בערך 40,000 טשיקענס א טאג!!!!

וואלסט נישט געוואלט איך ווייס אבער דאס איז די מציאות.....

בערל550 » 15/5/2009 05:53

באלאנד האסטעך שוין נאכגעפרעגט?
קענסט אליינס אריינגיין ס'איז אפען טו דע פובליק

טראק » 20/5/2009 21:16

איינער קען דא אריינסקענען "דער בלאט" פון פאריגע וואך וועגן דעם ענין פון שטיינזאלץ?
בלאט: 1 2